מעמד כתיבת ספר תורה, בשילוב סיום מס' תענית 101 מאל אין ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל פרעמישלאן
כח חשון תשפ"ב 📝
נעכטן דינסטאג אווענט זענען זיך צוזאם געקומען א גרויסער עולם אנשי שלומינו תושבי קרית יואל והגלילות צום גרויסן מעמד פון מצות כתיבת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך די חשובע משפחת וויינבערג שיחיו לע"נ זייער אומפארגעסליכן פאטער און זיידע הרה"ח הישיש ר' ראובן ב"ר נתן נטע וויינבערג ז"ל וועלכע פלעגט זיין פון די חשובע מתפללים אין בית המדרש פאר א לאנגע צייט ביז צו זיין פטירה, חול המועד פסח תש"פ.
דער ראש ישיבה שליט"א איז זיך פערזענליך געקומען באטייליגן ביים מעמד, און האט אויפגעטרעטן מיט דברי חיזוק. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז יעצט ווען מען שרייבט א ספר תורה, איז די צייט זיך צו פרייען מיט די וואס לערנען בפועל די הייליגע תורה, דער ראש ישיבה האט ארויפגערופן הבחור החשוב משה שמואל שטעסל הי"ו מתלמידי הישיבה וואס האט שוין זוכה געווען אין די פארגאנגענהייט צו ענדיגן גאנץ ש"ס, און האט היינט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ מסכת תענית 101 מאל.
דערנאך האט דער ראש ישיבה שטארק ארום גערעדט איבער די גרויסע מתנה וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן, דער "סדר דרך הלימוד", וואס איז געמאכט פאר יעדן איד אין אלע מצבים. "נישט קיין חילוק וועלכע עידזש, נישט קיין חילוק וויאזוי דיין מח טראכט, נישט קיין חילוק ווי גוט דו פארשטייסט, נישט קיין חילוק אפילו ווי גוט דו קענסט עברי, דער סדר דרך הלימוד איז געמאכט פאר דיר!" האט דער ראש ישיבה געזאגט.
מוהרא"ש פלעגט זאגן: ווער עס פאלגט דעם הייליגן רבין און לאזט זיך נישט נערן, נאר נעמט אן דעם סדר דרך הלימוד און איז זוכה דורכצוזאגן כל התורה כולה, וועט מען נישט לייגן א גוף אין די ערד נאך די הונדערט און צוואנציג, נאר מען וועט אריינלייגן א הייליגע "ספר תורה" אין "ארון הקודש" און מען וועט פארמאכן דעם "פרוכת".
פארוואס האבן די ברכות פון יעקב געדארפט צוגיין מיט אזא געפאפּטע וועג, מיט "גניבה"? פלעגט מוהרא"ש זאגן, אז מען וועט פרעגן א איד נאך זיין פטירה "קבעת עתים לתורה", וועט ער זאגן "וויאזוי האב איך געקענט מאכן א קביעות יעדן טאג? איך בין געווען טרוד מיט פרנסה, חובות, געזונט, א ווייב מיט קינדער?" וועט מען אים זאגן אז דו האסט זיך געדארפט גנב'נען צייט, א משנה'לע דא, א גמרא'לע דארט, א קאפיטל יעצט, א פרק שפעטער. "קבעת" זאגט דער הייליגער רבי "איז א לשון פון גנב'ענען", מען דארף "קובע זיין - גנב'ענען" צייט צו לערנען. ווען יעקב האט באקומען די ברכות פון יצחק, "ויתן לך אלקים" זאגט דער חז"ל אין מדרש רבה, אז ער האט באקומען "מטל השמים" איז חומש, "משמני הארץ" איז משניות, "דגן" איז גמרא, "תירוש" איז אגדה. וועט א מענטש פרעגן "וויאזוי קען איך זוכה זיין צו די ברכות? איך בין אזוי פארנומען!", דערפאר האט ער עס געדארפט באקומען אויף אזא "געגנבעטע" וועג, מיר זאלן זיך לערנען דערפון, אז מען קען עס באקומען די ברכות נאר דורך זיך גנבענען צייט צו לערנען. און אז איז איז זוכה און ער האט חומש, משניות, גמרא, און מדרש, דער איז א געבענטשטער מענטש אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.
דער ראש ישיבה האט נאך אסאך מאריך געווען איבער די חשיבות פון מעביר סדרה זיין אנגעהויבן פון זונטאג, פון שלום בית, און נאך פארשידענע ענינים, פון וואס דער גאנצער ציבור האט שטארק הנאה געהאט און ארויסגענומען גאר אסאך חיזוק אויף למעשה.
דערנאך האט מען געהאט די געלעגענהייט אריינצושרייבן אן אות אין די נייע ספר תורה, ווי דער מנהג איז, און מען איז זיך צוגאנגען מיט פרייליכע געמיטער.
📰 הרה"ח ר' ראובן וויינבערג ז"ל מחשובי מתפללי ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו
📸 דער געהויבענער מעמד בהשתתפות דעם ראש ישיבה שליט"א
▶️ דער גאנצער שיעור פון ראש ישיבה ביים מעמד