נאך און נאך שיעורים פון מוהרא"ש ווערן כסדר ארויפגעלייגט
כט אייר תשפ"א 📝
פילע אידן ווערן נתקרב צום הייליגן רבין טאג טעגליך. אסאך טראכטן "הלואי ווען איך וואלט נתקרב געווארן פריער... יעצט איז שוין צו שפעט". אבער די וועלכע הערן זיך צו צו די שיעורים וואס איז אפגעכאפט געווארן פון מוהרא"ש זי"ע, וואס ווערט כסדר ארויפגעלייגט דא אויף אונזער וועבסטייט זאגן עדות אז מען האט נאך נישט פארפאסט. זיי שפירן ווי מוהרא"ש'ס לימודים און חיזוק לעבט נאך יעצט. ווי חז"ל זאגן אונז: "גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם".
מען הערט ווי מוהרא"ש רעדט מיט א ברען איבער שלום בית, ווי שטארק דער הייליגער רבי האט מקפיד געווען אז מען זאל זיך ליב האבן אינדערהיים, מען זאל זאגט גוטע ווערטער פאר די ווייב, און מען זאל זיך נישט טענה'ן מיט די ווייב. מען האלט מיט ווי מוהרא"ש לעבט מיטן הייליגן רבינ'ס "סדר דרך הלימוד" ווי ער ברענגט כסדר נאך פון ספר הקדוש שיחת הר"ן סימן ע"ו, ווי דער רבי זאגט אז מען זאל לערנען שנעל, און זיך נישט דרוקן צו פארשטיין, ווייל אויב מען פארשטייט עס נישט יעצט, וועט מען עס שוין פארשטיין נעקסטע מאל, און אז נישט איז אויך גוט, ווייל מען דארף נישט ביים לערנען מער פון זאגן די ווערטער. מען שפירט ווי מוהרא"ש רעדט צו מיך ווען ער צולייגט דער "דמיון וואס הייסט חברים", מוהרא"ש צולייגט עס אזוי שיין ווי מען קען זיך נאר פארלאזן אויפן אייבערשטן, און אז מען ווייסט דאס איז מען א גליקליכע מענטש. און אזוי ווייטער.
די צוהערער זאגן אז ווען מען הערט עס פון מוהרא"ש האט עס אן אנדערע באדייט, עס גייט אריין אין די ביינער און מען הייבט אן צו לעבן מיט דעם. מען באקומט א נייע לעבן און מען שפירט אז מען איז נישט אליינס.
טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב הַשֵּׁם
🎦 שיעור מוהרא"ש הכנה לשבועות - במדבר תשע"ג בישיבה תפארת התורה
🎦 לעבעדיגע שיעורים פון מוהרא"ש זי"ע
📰 קורצע תיקון ליל שבועות געדרוקט דורך קרן הדפסה לויט די הוראה פון מוהרא"ש זי"ע צו באקומען
🛡️ קמיע פון מוהרא"ש זי"ע לשמירה ולהצלחה
📖 ספר הקודש אשר בנחל אידיש חלק ד'
📚 אידישע קונטרסים פון מוהרא"ש זי"ע
💬 תשובות פון ראש ישיבה איבער מוהרא"ש זי"ע
📸 מוהרא"ש ז"ל ביים געבן צדקה פארן קרן הדפסה אין וויליאמסבורג מיט א געוואלדיגע שמחה
📸 מוהרא"ש זי"ע ביים ציון פון הייליגן סאטמאר רב זי"ע אין קרית יואל
🎞️ קליפס פון מוהרא"ש זי"ע