שאלה אין קורצן ענין
#60 - זאל איך קומען אין די ברסלב'ע ישיבה, צו באקומען מיין שידוך?
אומאן, שידוכים, שלום בית, סיפורי צדיקים, מוהרא"ש, בחור, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ענגלאנד און איך האב געוואלט פרעגן אויב איך זאל קומען לערנען ביים ראש ישיבה שליט"א אין ישיבה תפארת התורה, ווייל איך האב געהערט אמאל פונעם ראש ישיבה שליט"א אז ווען מען קומט לערנען אין רבינ'ס ישיבה, טרעפט מען דעם שידוך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפונען אין די תורה, און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן; אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז א שידוך האט נאר מיט'ן באשעפער.


מען קען נישט זאגן: 'גיי דא וועסטו האבן דיין שידוך', 'קום דא וועסטו האבן דיין שידוך'; פון מיר האסטו נישט געהערט אזוינס אז מען דארף קומען ביי אונזער ישיבה פאר א שידוך, פון מיר האסטו געהערט אז קומען אין ישיבה וועט נישט שאטן פאר די שידוך. זייער אסאך בחורים ווילן קומען לערנען ביים רבי'ן און די עלטערן האבן מורא עס וועט זיי שאטן פאר א שידוך, פאר זיי זאג איך זיי זאלן נישט מורא האבן צו קומען אין ישיבה, דאס וועט נאר שנעלער מאכן די שידוך, אבער נישט אז מען דארף קומען לערנען דא, און נאר אזוי וועט זיין א שידוך; אזוינס קען מען נישט זאגן.


די וואס האבן מורא צו גיין קיין אומאן וועגן א שידוך, אדער זיי האבן מורא זיך צו דרייען צווישן ברסלב'ער חסידים און אפגערעדט צו קומען לערנען אין ברסלב - די דארפן זיך נישט זארגן, ווייל פון טון גוטע זאכן, הייליגע זאכן - פארלירט מען גארנישט.


מוהרא"ש האט מיט יארן צוריק געזאגט: "עס וועט קומען א צייט וואס מיידלעך וועלן נאר וועלן בחורים וואס זענען מקורב צום רבי'ן"; געווען איז דאס די צווייטע יאר וואס מיר האבן געעפנט די ישיבה, שנת תש"ע, דעמאלט איז געווען גרויסע מלחמות קעגן די ישיבה, מען האט געזוכט ווי אזוי מען קען פארמאכן די ישיבה, מען האט געמאכט א שלעכטע נאמען אויף אונז; עס איז געקומען צו א מצב אז עס איז נישט געגאנגען קיין שידוכים, עס זענען געווען אין ישיבה אסאך בחורים, און עס האט זיך נישט גערוקט קיין שידוכים, מען האט אפגעזאגט אלעס צוליב די שלעכטע נאמען אויף די ישיבה.


מיר זענען געגאנגען צו מוהרא"ש פרעגן וואס צו טון, מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט: "שרייב אפ די ווערטער וואס איך זאג דיר, עס וועט קומען א צייט אז מיידלעך וועלן נאר וועלן א שידוך טון מיט בחורים פון די ישיבה", דעמאלט ווען מוהרא"ש האט דאס געזאגט האבן מיר דאס נישט געקענט גלייבן, אזא זאך איז נישט אריין אין קאפ, מיר האבן דאס אפגעשריבן; יעצט זעען מיר אז די ווערטער זענען מקוים געווארן, עס איז דא אזויפיל וואס ווארטן צו באקומען א בחור א תלמיד היכל הקודש.


עס איז זייער פארשטענדליך פארוואס מען וויל דוקא זיך משדך זיין מיט תלמידי היכל הקודש, ווייל ביים רבי'ן איז שלום בית געווען א יסוד, ביים רבי'ן האט מען נישט געקענט זיין אויב מען האט זיך געקריגט אין שטוב, דער רבי האט נישט געוואלט זיצן ביים טיש מיט אזא איינעם וואס קריגט זיך אין שטוב מיט די ווייב. די גאנצע ענין פון שלום בית, פון רעדן שיין אין שטוב, מכבד זיין די ווייב - געפונט מען נאר אין רבינ'ס ספרים, דעריבער ווילן מענטשן זיך משדך זיין מיט א ברסלב'ער בחור, מען וויל זען נחת ביי די קינדער.


לערן, דאווען און פיר זיך מיט גוטע מידות - וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#59 - מעג איך גיין צום ציון הקדוש פון מוהרא"ש, אין חודש ניסן?
שידוכים, יבנאל, מוהרא"ש, קברי צדיקים, סגולות, חודש ניסן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די שיעורים, און פאר די געוואלדיגע ספעציעלע ניגונים וואס זענען מעורר די טיפענישן פון הארץ.


איך וויל יעצט פארן צו מוהרא"ש'ס ציון אין יבנאל אויסצוזאגן גאנץ תהלים פאר א סגולה צו טרעפן א שידוך. מיין שאלה איז נאר אויב מען מעג גיין אום חודש ניסן. פאר מיר קומט יעצט אויס גרינגער ווייל ס'איז בין הזמנים, איך ווייס נאר נישט אויב ס'איז אויסגעהאלטן צו גיין אויף קברים אין חודש ניסן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 


בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי ב', מברכים החודש, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט גיין חודש ניסן צום ציון פון מוהרא"ש אויסזאגן תהילים צו טרעפן א שידוך.


בעצם די זאך פון נישט גיין חודש ניסן צו קברים איז נישט קיין קלארע הלכה, עס איז א מנהג און עס איז דא אין דעם אסאך צו רעדן לכאן ולכאן, אבער צו א ציון פון א צדיק קען מען גיין.


מוהרא"ש זאגט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז מַיין עֵדוּת אַז יֶעדֶע וָוארְט וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעשְׁרִיבְּן פַאר מַיין מַצֵבָה אִיז אֱמֶת. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן קֶען מַיין צוּבְּרָאכְן הַארְץ וֶועלְכֶע אִיז צוּבְּרָאכְן אוֹיף טוֹיזְנְטֶער שְׁטִיקְלֶעךְ כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר. אוּן אִיךְ הָאף אַז מִיט דֶעם וָואס מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן מֶען וֶועט דָארְט דַאוֶוענֶען אוּן לֶערְנֶען אוּן רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, דוּרְךְ דֶעם וֶועל אִיךְ הָאבְּן אַ תִּיקוּן פַאר מַיין נֶפֶשׁ רוּחַ אוּן נְשָׁמָה.


אַזוֹי וִוי בַּיי מַיין לֶעבְּן זֶענֶען אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן נִתְעוֹרֵר גֶעוָוארְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן דוּרְךְ מִיר, אַזוֹי וֶועט זַיין אוֹיךְ נָאךְ מַיין הִסְתַּלְקוּת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, וֶועט מֶען נִתְעוֹרֵר וֶוערְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן.


אוֹיךְ וֶועט מֶען מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס הִילְף קֶענֶען פּוֹעְלְ'ן בַּיי מַיין קֵבֶר אַלֶע עֶרְלֵיי יְשׁוּעוֹת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען מִתְפַּלֵל זַיין בַּיי מַיין קֵבֶר, וֶועל אִיךְ זַיין אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוּן אִיךְ וֶועל נִישְׁט רוּעֶן בִּיז אִיךְ וֶועל זֶען צוּ בְּרֶענְגֶען דִי יְשׁוּעָה פַאר דֶעם וָואס אִיז גֶעקוּמֶען אוֹיף מַיין קֵבֶר.


אוּן סְפֶּעצִיעֶל אַ בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ, אוֹיבּ וֶועלְן זֵיי קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן דָארְט אוֹיסְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים אָן קַיין הֶפְסֵק, זָאג אִיךְ זֵיי צוּ אַז זֵיי וֶועלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר רִיכְטִיגֶע בַּאשֶׁערְטֶע שִׁידוּךְ, אוּן אִיךְ בִּין זֵייעֶר שְׁטַארְק מִיט דֶעם".


א פרייליכן שבת.


 


 

#58 - ווי אזוי בארואיגט מען די פאניק פון די מלחמה אין אוקריינא?
אמונה, מוהרא"ש, פחדים, מלחמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ליין אייערע בריוון און איך הער אייערע שיעורים און ניגונים, יישר כח פאר די ניגונים געמאכט ספעציעל פאר די יעצטיגע מלחמה לאגע אויף דער וועלט, עס איז שטארק מחזק אין אמונה.


איך וויל זיך באציען צו דאס וואס איר האט געזאגט ביי א דרשה, איר פרעגט דארט וואס איז די פארגעניגן פון מענטשן זיך אריינצולייגן אין א פאניק פון די מלחמה, און איר ענטפערט אז עס איז פשוט אז אזוי דארף מען זיך נישט אפגעבן מיט די אייגענע פראבלעמען, מען דארף נישט אוועקלייגן די שטריימל נאך שבת, און מען דארף נישט קער נעמען פון זיך.


איך וואונדער זיך אויף א מנהיג ישראל זאל נישט פארשטיין אז מענטשן פאלן באמת אריין אין א פאניק פון די מלחמה, אודאי זענען דא אינגעלייט ליידיגייערס וואס זיצן און פארברענגען די נעכט אין בית המדרש און זיי האבן א תירוץ נישט אהיימצוגיין ווייל עס איז דא א מלחמה, אבער דער חלק פון פאניק דאס איז א זאך וואס געשעט אויטאמאטיש.


איך זע עס ביי מיר אליין, איך קום אין בית המדרש און מען רעדט נייעס, איך וואלט ווען געוואלט גיין אין וואלד, איך וויל נישט הערן קיין נייעס, אבער וואו מ'גייט און וואו מ'שטייט רעדט מען פון די מלחמה, רוסלאנד איז אריין אין אוקריינא, עס פאלט א פחד צו הערן, עס איז נאכנישט געווען אזא זאך זייט דייטשלאנד איז אריין אין פוילן. און אז איינער קען א טראפ חשבון, זעט ער אז דער פוטין איז עלול אויף צעדרייטע זאכן און דער אמעריקאנער פרעזידענט איז אויך נישט אינגאנצן ביים זינען, און אין איין רגע קען ווערן א שרעקליכע מלחמה רחמנא ליצלן.


אמאל איז אמעריקא געווען אויף די אנדערע זייט וועלט, אבער היינט איז די וועלט זייער קליין, אין איין רגע קען חס ושלום פאסירן דאס ערגסטע רחמנא ליצלן, סיי די נוקלאערע מעגליכקייטן סיי די סייבער מעגליכקייטן וואס קען מאכן אז אין אפאר טעג זאל נישט זיין קיין ברויט פאר די קינדער. די פאניק קומט פון זיך אליין, דער מח לויפט, וואו וועל איך לויפן? וואו וועל איך גיין?


איך האב אויך געליינט די שאלה וואס איינער האט לעצטנס געפרעגט וועגן די מלחמה, די שאלה איז שטערקער פון די תשובה, ער שרייט דאך אזוי אמת'דיג: "איך דערמאן זיך די מעשה ווי דער רבי איז געווען בייז ווען מ'האט אים געזאגט אז די גזירות וואס מען האט דעמאלט געשמועסט איז גארנישט, ער איז נישט געווען צופרידן פון די וואס זאגן אז דער אייבערשטער וועט עס זיכער נישט טון צו אונז. וואס טו איך? ווי אזוי געב איך זיך אן עצה? עס ווערט ערגער פון טאג צו טאג, יעצט הער איך אז עס איז פיל ערגער פון וואס איך האב געמיינט, ביי קאראנא האב איך אויך געפאניקט, אבער איך פיל ווי די אלע זאכן וואס האבן זיך אפגעשפילט די לעצטע פאר יאר איז נאר געווען אן הכנה צו דאס ערגסטע" עד כאן לשונו, און ער זאגט דאך אזוי גוט און אמת'דיג.


איך פארשטיי אז דער ראש ישיבה שליט"א האט א שטארקע מח, שטארקע נערוון, און ווערט נישט אזוי שנעל איבערגענומען פון פחד און פאניק, אבער אלס א מנהיג פון אזויפיל הונדערטער טויזענטער אידן וואס הערן אייך אויס, דארפט איר וויסן אז 80 אדער 90 פראצענט פון די מענטשהייט זיצט אין שרעק און פאניק, עס שפילט זיך אפ שוידער אין קאפ, חס ושלום איך וויל נישט טראכטן וואס איך טראכט.


אנטשולדיגט פאר'ן אזוי מאריך זיין, אבער איך האף אז אפשר וועט ארויסקומען פון דעם א שיינע קלארע ענטפער, אדער א תפילה, וואס וועט העלפן אידישע קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, י"ט אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שטארקע מח און שטארקע נערווען - קען יעדער איינער האבן; שטארקע נערווען און א שטארקע מח באקומט מען דורך אמונה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות, און זיי ליידן פון דעם נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם. זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלֹא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דאן העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה.


ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה איז דא אן אנדערע חשבון; ווען מען חזר'ט די אמונה אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער איז 'מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל', לעבט מען רואיג.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט פארפאסט א ניגון אויף די ווערטער ווען ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן; עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהויב, ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטערגעזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור, ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


איך האב א גוטע עצה פאר דיר, חזר זיך די שטיקל צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז געגעבן - וועסטו זיך גוט אויסלאכן פון אלע נייעס, דו וועסט באקומען א שטארקע מח און שטארקע נערווען.


צוואת מוהרא"ש, אות ח:


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיךְ בֶּעט אַייךְ אִיר זָאלְט זִיךְ שְׁטַארְקְן מִיט דִי פָּשׁוּטֶע אֱמוּנָה צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, שְׁטֶענְדִיג זָאלְט אִיר הַאלְטְן פַאר דִי אוֹיגְן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן.


אִיר זָאלְט קֵיינְמָאל נִישְׁט קוּקְן אוֹיף אַ צְוֵוייטְן. דִי וֶועלְט אִיז נִישְׁט אֵייעֶרְס, נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ נִישְׁט זָארְגְן פַאר אַ וֶועלְט וָואס גֶעהֶערְט נִישְׁט צוּ אַייךְ. אִיר דַארְפְט אַייךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט מְבַלְבֵּל זַיין פוּן אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן, נִישְׁט קוּקְן אוֹיף קַיין אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן. וָואס אִיר דַארְפְט הָאבְּן זָאלְט אִיר זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ רֶעדְן אוּן צוּ בֶּעטְן נָאר פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוֹיף אִידִישׁ, אָדֶער אוֹיף סֵיי וֶועלְכֶע שְׁפְּרַאךְ אִיר זֶענְט צוּגֶעוואוֹינְט צוּ רֶעדְן.


דָאס רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן בּוֹיעֶט אוֹיף דִי אֱמוּנָה פוּנֶעם מֶענְטְשׁ, מִיט דֶעם וָואס אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר בֶּעט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַלֶעס וָואס עֶר דַארְף, מִיט דֶעם וַוייזְט עֶר אַז עֶר וֵוייסְט אוּן גְלֵייבְּט קְלָאר אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי גַאנְצֶע וֶועלְט.


אֱמוּנָה אִיז דֶער יְסוֹד פוּן אִידִישְׁקַייט, אֱמוּנָה קְלֶעבְּט צוּ דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. וֶוען אַ מֶענְטְשׁ נֶעמְט אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ פָאר אִין זַיין מֹחַ אַז דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אִיז אֵיין שְׁטִיק אֵייבֶּערְשְׁטֶער אוּן עֶר שְׁטֵייט אִינְדֶערְמִיט, דָאס אִיז דִי גְרֶעסְטֶע הַנָאָה אוּן גֶעשְׁמַאק וָואס מֶען קֶען הָאבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט, מֶען שְׁפִּירְט שׁוֹין אוֹיף דִי וֶועלְט דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גוּטֶע גֶעשְׁמַאק אוּן הַנָאָה פוּן גַן עֵדֶן. אוּן צוּ דֶעם קֶען מֶען נָאר זוֹכֶה זַיין וֶוען מֶען לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין דִי פָּשׁוּטֶע אֱמוּנָה, צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ רֶעדְן צוּ אִים מִיט תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוֹת אַזוֹי וִוי אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּ זַיין חַבֶר אוּן אַזוֹי וִוי אַ קִינְד רֶעדְט צוּ זַיין טַאטְן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - איך בין געווען ארויס פון געגנט, האב איך יוצא געווען ראש השנה אין אומאן?
אומאן, ראש השנה, מוהרא"ש, היכל הקודש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זוכה געווען צו זיין ראש השנה אין אומאן, איך בין איינגעשטאנען אינעם בנין היכל הקודש מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, איך בין געווען עטליכע מאל אום יום טוב ביים ציון, אבער נאכאלץ שפיר איך אזוי ווי איך בין נישט געווען אין אומאן, ווייל דער בנין איז אזוי ווייט ארויס פון געגנט, אז איך ווייס נישט אויב דאס ווערט נאך גערעכנט ווי אומאן. האב איך יוצא געווען דאס זיין אין אומאן אויף ראש השנה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טאנץ פאר שמחה אז דו האסט זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל, וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה און עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ לֹא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז, אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה. נאך האט דער רבי געזאגט, ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר.


דו האסט זוכה געווען צו זיין אין אומאן ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן, מיט דעם אליינס דארפסטו זיך פרייען א גאנץ יאר; כל שכן אז דו ביסט געווען מיט תלמידי היכל הקודש, האסט געדאווענט די תפילות מיט אנשי שלומינו, האסט געהערט די תקיעות, די דרשות און די שיעורים ביי אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, - דארפסטו דאך זיין זייער זייער פרייליך און בעטן דעם אייבערשטן אז דעם קומענדיגן יאר און אלע יארן זאלסטו מיט דיינע קינדער און אייניקלעך זוכה זיין צו זיין מיט די הייליגע חבורה.


עס איז גאר אנדערש אין היכל הקודש ווען דער בעל תפילה זאגט (יוצר לשחרית, יום ב): "שֻׁלַּחְתִּי בְּמַלְאֲכוּת סֶגֶל חֲבוּרָה" איך בין געשיקט געווארן מיט א שליחות פון א חשוב'ע חבורה, "שׁוֹמְרֵי אֱמוּנָתְךָ וּמְיַחֲדֶיךָ בְּמוֹרָא", א חבורה וואס האבן א שטארקע אמונה, און זיי איינציגן דיין נאמען, דער בעל תפילה זאגט צום אייבערשטן: "איך שטייי דא בשליחות פון א גרופע פון אמונה, א גרופע וואס לעבט מיט דיר, א גרופע וואס האבן יראת שמים".


עס איז גאר אנדערש ווען מען זאגט דאס אין היכל הקודש, וואס די גאנצע מנין, די גאנצע קהל, כל הקהל הקודש - איז איין שטיק אמונה, א גרופע צדיקים. אזוי ווי מוהרא"ש זאגט (ספר ארך אפים, פרק ה): "הֵם הַצַּדִּיקִים הַגְּנוּזִים, צַדִּיקֵי אֱמֶת שֶׁבְּדוֹר הַזֶּה"; תלמידי היכל הקודש, זיי זענען די באהאלטענע אמת'ע צדיקי הדור; זיי לעבן מיט'ן אייבערשטן, זיי לעבן בתמימות ובפשיטות און טוען דעם הייליגן רבינ'ס ווילן.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט ראש השנה שנת תשע"ב נאך תפילת שחרית: "וויסן זאלסטו, זייט עס איז דא א קיבוץ ביים רבי'ן, איז נאכנישט געווען אזא קיבוץ; דער רבי איז דא, רבי נתן איז דא, אלע צדיקים זענען דא"; עס איז געווען די ערשטע יאר וואס מוהרא"ש האט מיר געבעטן צו דאווענען פאר'ן עמוד און די בחורים זאלן העלפן דאווענען. מוהרא"ש איז געווען אזוי פרייליך, מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט אזעלכע ווערטער וואס איך האב נישט געהערט, נישט פאר דעם און נישט נאכדעם.


זיי פרייליך.

#56 - ווי אזוי ווערט מען א תלמיד היכל הקודש?
אומאן, אמונה, ספרי ברסלב, מוהרא"ש, היכל הקודש, ניגונים, תלמיד, חסידות, רבינו ז"ל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל, א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו וואס זענען מיר גאר שטארק מחזק.


איך בין א אינגערמאן מיט א געבענטשטע משפחה, איך ארבעט פאר פרנסה, און איך הער די שיעורים און איך ליין די בריוו פון עצתו אמונה. מיין שאלה איז, קען איך זיך אויך רעכענען פאר א תלמיד הישיבה פון דערווייטנס דא וואו איך וואוין, כאטש וואס איך ארבעט א גאנצן טאג? און אויב יא, ווי אזוי?


נאך א זאך וויל איך פרעגן, איך האב געזען וואס איר האט מיר געענטפערט איבער דעם וואס איך האב געפרעגט וואס דער רבי זאגט אז דורך א ניגון פונעם צדיק גייען אוועק די שאלות פון חלל הפנוי. דער ראש ישיבה האט געשריבן, "וויסן זאלסטו אז דורך די ניגון פונעם צדיק קומען אלע צוריק צום אייבערשטן, אלע וואס זענען נעבעך אריינגעפאלן מיט אפיקורסות, זיי האבן קשיות אויף די אמונה - די אלע, ווען זיי הערן די ניגון פונעם צדיק - קומען זיי צוריק", איך האב אבער נישט פארשטאנען ווי אזוי מ'נוצט דאס אויף למעשה, איז דאס עפעס א געוויסע ספעציעלע ניגון וואס מ'דארף זינגען? אדער סיי וועלכע ניגון פון א צדיק וואס איז מעורר אויף דעם "ממלא כל עלמין", אז דער אייבערשטער איז איבעראל, העלפט אויך? ביי מיר ארבעט עס אז יעדעס מאל ווער איך נתעורר דורך אן אנדערן ניגון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, מוהרא"ש האט זייער אסאך גערעדט פון די נקודה, מען זאל נישט מיינען אז דער רבי איז מצומצם אין א געוויסע פלאץ. לאנגע יארן האט מען געמיינט אז דער רבי איז מצומצם אין די שול אין ירושלים; אלע האבן נאר געוואלט קומען קיין ירושלים צום שול, כאילו נאר דארט איז דער רבי'ס זאך, מוהרא"ש האט זייער אסאך גערעדט קעגן דעם, מען זאל וויסן אז דער רבי איז איבעראל, דער רבי געפונט זיך דארט וואו מען רעדט פון אים, דארט וואו מען לערנט זיינע הייליגע ספרים און וואו מען פאלגט די עצות.


ווען מען האט נישט געקענט פארן קיין אומאן איז געווען א גרויסע מחלוקת צווישן אנשי שלומינו וואו דער קיבוץ איז; א טייל האבן געזאגט דער קיבוץ איז אין ירושלים און א טייל האבן געזאגט אז דער קיבוץ איז אין מירון, ביים קבר פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, ביז מוהרא"ש איז געקומען, ער האט גערעדט און געשריבן אז מען זאל נישט מאכן קיין עסק - נישט פון מירון און נישט פון ירושלים; דער קיבוץ איז אין אומאן, און אז מען קען נישט זיין אין אומאן, איז איבעראל וואו עס קומען זיך צוזאמען צען מענטשן אנשי שלומינו וואס גלייבן אין רבי'ן - דארט איז א קיבוץ.


אויך אין אומאן האט מהרא"ש מבטל געווען די טפשות פון די וואס האבן געזאגט אז דער רבי איז אין קלויז, דער רבי איז דא, דער רבי איז דארט; מוהרא"ש האט געזאגט: "דער רבי געפונט זיך דארט וואו מען רעדט פון אים, דארט וואו מען לערנט די ספרים און מען איז מקיים די עצות", ובפרט דארט וואו מען פאלגט דעם רבי'ן בענין קירוב רחוקים, וואס דער רבי האט אזוי סאך גערעדט פון דעם, מען זאל עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן.


דאס זעלבע זאג איך דיר, דו ווילסט זיין א תלמיד היכל הקודש; א תלמיד היכל הקודש איז נישט דער וואס איז נאנט, די וועלכע זענען נאנט און טוען נישט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט - האבן גארנישט קיין שייכות מיט היכל הקודש, מען קען זיין נאנט און מען איז ווייט, און מען קען זיין ווייט און מען איז נאנט; נאנט איז דער וואס לערנט אסאך אשר בנחל, דער וואס איז זיך מחזק מיט די עצות.


אויף די פראגע וועגן די ניגון וואס דער רבי רעדט וכו'; די צדיקים זענען מגלה די ריינע קלארע אמונה, זיי זינגען ניגונים פון אמונה און דורך דעם קערן זיך אלע צוריק צום אייבערשטן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געמאכט א ניגון אויף די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", מוהרא"ש האט דערציילט אז עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהייב דאס גיין אליין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, ער האט מורא געהאט צו זיין אליין אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזונגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט הונדערטער מאל, ביז עס איז געווארן די שיינע ניגון.


ווען מען זינגט די ניגונים ווערט מען שטארק אין אמונה, מען באקומט א לויטערע אמונה. די צדיקים, זיי ברענגען אריין א שטארקע אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "עַל כֵּן כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", די אלע וואס זענען זוכה צו מקורב ווערן צו אן אמת'ן מנהיג זענען זוכה צו האבן אמונה, "אֲבָל בֶּאֱמֶת צְרִיכִין לְחַפֵּשׂ וּלְבַקֵּשׁ מְאֹד מְאֹד אַחַר מַנְהִיג אֲמִתִּי כָּזֶה", אבער מען דארף זוכן זייער שטארק אז מען זאל טרעפן אן אמת'ער מנהיג, "וְצָרִיך לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער מנהיג, "כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת", כדי מען זאל זוכה זיין צו לעבן מיט אמונה, "כִּי כְּשֶׁמִּתְקָרְבִין, חַס וְשָׁלוֹם, לְמַנְהִיג שֶׁל שֶׁקֶר", ווייל ווען מען ווערט מקורב צו א פאלשער מנהיג, "עַל יְדֵי זֶה בָּאִין, חַס וְשָׁלוֹם, לֶאֱמוּנוֹת כָּזְבִּיּוֹת", פארלירט מען די אמונה און מען הייבט אן גלייבן אין פאלשע זאכן רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן א שטארקע אמונה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#55 - האט מוהרא"ש זי"ע געהאט רוח הקודש?
מוהרא"ש, רוח הקודש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב מוהרא"ש זי"ע האט געהאט רוח הקודש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די שאלה איז וואס מיינט ביי דיר רוח הקודש? צו קענען אריינקוקן ביי יענעם אין שטוב זען וואס יענער טוט, וואס יענער עסט פאר נאכטמאל - דאס מיינט רוח הקודש? צו וויסן וואס פאר א פרישטאג יענער עסט - דאס מיינסטו איז רוח הקודש? ווען מען הערט און מען ליינט אויף צדיקים אז זיי האבן געהאט רוח הקודש, וואס טראכסטו? וואס איז דאס רוח הקודש? די צדיקים זיצן ביי זיך אין שטוב און האבן אזוי ווי א סעטעלייט קאמערע צו וויסן וואס יענער עסט? וואס יענער טוט?


רוח הקודש מיינט נישט צו זאגן אז מען ווייסט עתידות, אז מען ווייסט וואס גייט זיין; רוח הקודש איז ווען א מענטש איז זוכה, ער שפירט נאר דעם אייבערשטן, און צו דעם קען יעדער איינער זוכה זיין. ווען א מענטש רייניגט זיך זיין מויל - ער רעדט נישט קיין שלעכטס, ער רעדט נישט קיין שקר, ער זאגט נישט קיין ליגנט; ער רייניגט זיך זיין נאז - ער האט יראת שמים, ער רעגט זיך נישט אויף, ער האט אזא שטארקע אמונה, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער; ער רייניגט זיך זיינע אויערן - דאס מיינט ער האט אמונת חכמים, ער גלייבט אלעס וואס די הייליגע חכמים זאגן, דאס גייט ארויף אויף די אויערן; און ער רייניגט זיך די אויגן, ער קוקט נישט קיין שלעכטס - וועט ער זוכה צו שפע אלוקי, ער וועט שפירן דעם אייבערשטן; דעמאלט איז ער זוכה צו רוח הקודש. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן כא): "רוּחַ הַקֹּדֶשׁ הוּא שֶׁפַע אֱלֹקִי", צו דעם איז מען זוכה אז מען רייניגט זיך די זיבן נרות - די אויגן, אויערן, נאז און מויל, "שֶׁעַל יָדָם", דורך דעם: "הָאָדָם מַשִּׂיג פְּנֵי הַמְּנוֹרָה, הַיְנוּ סֻכָּה", רוח הקודש ווערט אנגערופן סוכה, אזוי ווי אין א סוכה איז מען איבערגעדעקט מיט די סכך, דער מענטש זיצט אין א סוכה פון אייבערשטער, ער איז ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן, "הַיְנוּ שֶׁפַע אֱלֹקִי", דעמאלט הייבט מען אן שפירן דעם אייבערשטן, "וְרוּחַ הַקּדֶשׁ נִקְרָא עַל שֵׁם הַחָכְמָה, שֶׁהִיא רוּחַ חָכְמָה הַבָּא מִקֹּדֶשׁ", מען הייבט אן שפירן זאכן וואס א צווייטער שפירט נישט, מען הייבט אן ווערן א מבין דבר מתוך דבר, מען איז זוכה צו גרויסע השגות.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט אזעלכע לימודים אז יעדער איד קען זוכה זיין צו רוח הקודש. מוהרא"ש האט קלאר געזאגט: "ווער עס וועט לערנען יעדן טאג חומש רש"י פונעם טאג פון די פרשה פון יענע וואך, זאגן אכצן פרקים משניות, לערנען זיבן בלאט גמרא און ענדיגן די מדרש פון פרשת השבוע - איז זיכער אז ער וועט זוכה זיין צו האבן א קלארע רוח הקודש. ווייל די פיר לימודים זענען אנטקעגן די פיר וועלטן אצילות, בריאה, יצירה און עשיה; דורך די פיר לימודים איז מען ממשיך אויף זיך א הייליגקייט פון די פיר וועלטן, ביז מען איז זוכה צו רוח הקודש".


אז דו ווילסט האבן רוח הקודש וועל איך דיר שרייבן נאך עצות ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו דעם. קודם נעם די עצה, הייב אן לערנען פלייסיג די הייליגע תורה; אז דו פארשטייסט נישט, דו קענסט נישט לערנען אזויפיל - זאלסטו זאגן די ווערטער אן פארשטיין. לערן יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום, טייל איין די פרשה לויט די וואך, זונטאג לערן ביז שני, מאנטאג - ביז שלישי, ביז סוף וואך. הייב אן לערנען משניות אפילו אן פארשטיין; זיי זיך נישט מבלבל אז דו פארשטייסט נישט, דו זאג די ווערטער, און הייב אן ש"ס; לערן יעדן טאג זיבן בלאט גמרא, ביז סוף יאר וועסטו ענדיגן גאנץ ש"ס, אויך לערן מדרש - וועסטו זען צו וואס דו וועסט זוכה זיין, צו רוח הקודש.


  דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#54 - איז דער אייבערשטער נישט אינטערעסירט מיר אויסצוהערן?
שידוכים, יבנאל, תפילה והתבודדות, מוהרא"ש, געפילן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין פון ארץ ישראל, און איך מוז זיך באדאנקען פאר די פילע חיזוק וואס איך באקום פון אייערע דרשות כסדר. עס העלפט מיר אזויפיל אין לעבן, און איך האב שוין ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן אסאך מאל ששה סדרי משנה.


איך בין א גרוש שוין פאר אסאך יאר, און דאס איז מיר זייער שווער. איך בין שוין געווען צוויי מאל ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל, איך האב אבער נאכנישט זוכה געווען צו טרעפן מיין זיווג, וואס נאך קען איך טון?


ווען איך רעד צום אייבערשטן איז מיר עס אסאך מאל זייער שווער, איך שפיר קיינמאל נישט אז איך האב יוצא געווען, אז איך האב שוין גענוג געבעטן, און אסאך מאל שפיר איך אז דער אייבערשטער וויל מיר בכלל נישט אויסהערן.


אויך ווייס איך נישט אויב איך מעג אלעס זאגן פאר'ן אייבערשטן, צום ביישפיל ווען איך וויל דערציילן מיינע שווערע נסיונות פאר'ן אייבערשטן, קען דאס אמאל נאך זיך שטארקן די נסיונות נאך מער לכבוד דעם.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לעבסט מיט די עצה פון התבודדות; דו שמועסט מיט'ן אייבערשטן, דו דערציילסט אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר. דאס איז דאך גן עדן, דאס איז עולם הבא; ווען מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן, מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו אים - דעמאלט איז מען זוכה צו שפירן מעין דמעין פון עולם הבא, מען שפירט גן עדן אויף די וועלט.


איך בעט דיר זייער, זיי ממשיך מיט די הייליגע הנהגה; קוק נישט אויף דעם אז דו שפירסט אסאך מאל ווי קיינער הערט דיר נישט אויס, אזוי גייט דאס מיט אלעמען.


דער רבי אליינס האט דערציילט אז ער פלעגט שפירן ביי התבודדות ווי מען הערט אים נישט אויס; ער האט אויך געהאט חלישות הדעת פון דעם, ווען ער האט געזען ווי עס גייען אריבער טעג און וואכן וואס ער בעט דעם אייבערשטן און ער האט נישט געשפירט ווי עפעס רוקט זיך, נאכדעם האט ער חרטה געהאט, ער האט זיך זייער געשעמט אז ער האט אפגעלאזט די הייליגע הנהגה (שבחי הר"ן, סימן ה, יב).


איך בעט דיר זייער, קוק נישט אויף דעם, דו רעד ווייטער יעדן טאג צום אייבערשטן; יא געפילן, נישט געפילן, - דאס איז נישט די זאך, דער עיקר איז טון און טון און טון.


דער סמ"ך מ"ם האלט נישט אויס ווען מען גייט אויף דעם הייליגן וועג, ער זוכט אלע מיטלען צו שטערן דעם מענטש און אים אפקילן פון די עבודה, איינמאל מאכט ער טראכטן 'קיינער הערט מיר נישט אויס', א צווייטע מאל מאכט ער טראכטן 'מען הערט יא אויס; נו, דארף מען דאך מער רעדן', ער מאכט שפירן ווי עס איז נישט גענוג וכו' וכו', אבי דער מענטש זאל אפלאזן די הייליגע הנהגה.


דאס וואס דו זאגסט אז ווען דו דערציילסט פאר'ן אייבערשטן ווערן די נסיונות שטערקער; דאס איז נישט וואר, די נסיונות זענען נסיונות, זיי זענען זייער ביטער, פון דעם קען מען נישט פטור ווערן נאר דורך דערציילן דעם אייבערשטן בפרטי פרטיות. אודאי איז דאס נישט געשמאק, מען שעמט זיך זייער ווען מען דערציילט דאס אלעס, מען הייבט אן זען ווער מען איז, מען הייבט אן זען ווי ווייט מען איז; דאך דארף מען דאס דערציילן פאר'ן אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט קלאר (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד) אז ווען א מענטש זינדיגט ווערן די עבירות איינגעקריצט אין זיינע ביינער אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לב, כז): "וַתְּהִי עֲוֹנֹתָם עַל עַצְמוֹתָם", און דאס גייט נישט ארויס נאר דורך וידוי דברים, נאר ווען מען דערציילט עס אויס דעם אייבערשטן.


דעריבער זאלסטו ווייטער גיין מיט די הייליגע הנהגה, זיי זיך מתבודד; דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער, דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט חתונה האבן, זאג אים ווי שווער עס איז דיר אליינס, און ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל; דורכדעם וועסטו אראפנעמען פון דיר אלע עונשים, דו וועסט זוכה זיין צו קענען טרעפן דיין זיווג.


גיי נאכאמאל און נאכאמאל קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש, וועסטו זיכער זען גרויסע ישועות; ווען איך וואלט ווען געווען אין ארץ ישראל וואלט איך געגאנגען אן א שיעור מאל צום ציון פון מוהרא"ש.


מוהרא"ש שרייבט אזעלכע ווערטער אין די צוואה, סיי פאר בחורים און סיי פאר מיידלעך, אז ער וועט נישט רוען ביז זיי וועלן האבן זייער שידוך, און בכלליות פאר אונז אלע שרייבט מוהרא"ש דעם לשון (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז מַיין עֵדוּת אַז יֶעדֶע וָוארְט וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעשְׁרִיבְּן פַאר מַיין מַצֵבָה אִיז אֱמֶת. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן קֶען מַיין צוּבְּרָאכְן הַארְץ וֶועלְכֶע אִיז צוּבְּרָאכְן אוֹיף טוֹיזְנְטֶער שְׁטִיקְלֶעךְ כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר. אוּן אִיךְ הָאף אַז מִיט דֶעם וָואס מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן מֶען וֶועט דָארְט דַאוֶוענֶען אוּן לֶערְנֶען אוּן רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, דוּרְךְ דֶעם וֶועל אִיךְ הָאבְּן אַ תִּיקוּן פַאר מַיין נֶפֶשׁ רוּחַ אוּן נְשָׁמָה.


אַזוֹי וִוי בַּיי מַיין לֶעבְּן זֶענֶען אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן נִתְעוֹרֵר גֶעוָוארְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן דוּרְךְ מִיר, אַזוֹי וֶועט זַיין אוֹיךְ נָאךְ מַיין הִסְתַּלְקוּת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, וֶועט מֶען נִתְעוֹרֵר וֶוערְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן.


אוֹיךְ וֶועט מֶען מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס הִילְף קֶענֶען פּוֹעְלְ'ן בַּיי מַיין קֵבֶר אַלֶע עֶרְלֵיי יְשׁוּעוֹת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען מִתְפַּלֵל זַיין בַּיי מַיין קֵבֶר, וֶועל אִיךְ זַיין אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוּן אִיךְ וֶועל נִישְׁט רוּעֶן בִּיז אִיךְ וֶועל זֶען צוּ בְּרֶענְגֶען דִי יְשׁוּעָה פַאר דֶעם וָואס אִיז גֶעקוּמֶען אוֹיף מַיין קֵבֶר.


אוּן סְפֶּעצִיעֶל אַ בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ, אוֹיבּ וֶועלְן זֵיי קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן דָארְט אוֹיסְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים אָן קַיין הֶפְסֵק, זָאג אִיךְ זֵיי צוּ אַז זֵיי וֶועלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר רִיכְטִיגֶע בַּאשֶׁערְטֶע שִׁידוּךְ, אוּן אִיךְ בִּין זֵייעֶר שְׁטַארְק מִיט דֶעם".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#53 - ווער איז דער אמת'ער צדיק אינעם היינטיגן דור?
צדיקים, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב צוויי שאלות וואס שטערן מיר זייער. ווער איז דער אמת'ער צדיק אינעם היינטיגן דור? און אויב ס'איז דא א ממשיך דרך פון מוהרא"ש זי"ע?


יישר כח פאר אלע חיזוק.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז כדאי דו זאלסט אריינקוקן אין צוואת מוהרא"ש, וועט דיר פארענטפערט ווערן דיינע פראגעס.


מוהרא"ש זאגט (צוואת מוהרא"ש, אות טו) מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר דַארְפְט גוּט וִויסְן אוּן גֶעדֶענְקֶען אַז דֶער עִיקָר אִיז צוּ הָאבְּן "אֱמוּנַת חֲכָמִים" צוּ גְלֵייבְּן אִין דִי הֵיילִיגֶע צַדִיקִים. דֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן ס"א) אַז וֶוען מֶען הָאט "אֱמוּנַת חֲכָמִים" דַאן וֵוייסְט מֶען וָואס מֶען דַארְף צוּ טוּן, מֶען וֵוייסְט וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְקְן אִין "אֱמוּנַת חֲכָמִים" צוּ גְלֵייבְּן אַלֶעס וָואס דֶער רֶבִּי זָאגְט אוּנְז, אוּן מְקַיֵים זַיין אִין פָאלְגְן אַלֶעס וָואס עֶר הֵייסְט. דָאס אִיז דֶער שְׁלֵימוּת פוּן "אֱמוּנַת חֲכָמִים" (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן קכ"ג).


וֶוען אִיר וֶועט הָאבְּן אֱמֶת'דִיג "אֱמוּנַת חֲכָמִים", אִיר וֶועט גְלֵייבְּן אוּן רֶבִּי'ן אוּן פָאלְגְן זַיינֶע וֶוערְטֶער, דַאן וֶועט אִיר זִיךְ קֶענֶען אַן עֵצָה גֶעבְּן אִין יֶעדְן מַצָב, אִיר וֶועט שְׁטֶענְדִיג וִויסְן וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן אוֹיף דִי רִיכְטִיגֶע וֶועג.


גֶעדֶענְקְט אַז דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי אִיז אוּנְזֶער רֶבִּי אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט, אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן פוּן פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים וָואס אֲפִילוּ זִיךְ אַלֵיין קֶענֶען זֵיי נִישְׁט פִירְן, אוּן זִיכֶער קֶענֶען זֵיי נִישְׁט פִירְן אַנְדֶערֶע. סְפֶּעצִיעֶל אִינֶעם לֶעצְטְן דוֹר, הָאט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב זי"ע אוּנְז מְגַלֶה גֶעוֶוען אַז עֶס וֶועט דַאן זַיין זֵייעֶר אַסַאךְ פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים, אַזוֹי סַאךְ וִוי דִי בְּלֶעטֶער פוּן בּוֹים, דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן נִישְׁט צוּ הָאבְּן קַיין שׁוּם שַׁיְיכוּת מִיט קַיין שׁוּם פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים, אֲפִילוּ מִיט דִי פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים וָואס דְרֵייעֶן זִיךְ אוֹיךְ בַּיי אוּנְז צְוִוישְׁן אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ.


וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג? דֶער סִימָן דֶערְצוּ זָאגְט דֶער רֶבִּי (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב' סִימָן ע"ב) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ גֵייט צוּ אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק דַאן פַאלְט אוֹיף אִים אַרוֹיף אַ שִׁפְלוּת, עֶר פִילְט אַז עֶר אִיז דֶער עֶרְגְסְטֶער מֶענְטְשׁ, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ נִישְׁט גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן. אוֹיבּ אָבֶּער וֶוען מֶען גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ, אוּן מֶען בַּאקוּמְט דָארְט אַ גַאֲוָה אוּן מֶען הַאלְט זִיךְ גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן, אַז נָאר עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אוּן קֵיינֶער וֵוייסְט נִישְׁט דֶעם אֱמֶת, דָאס אִיז אַ סִימָן אַז מֶען אִיז בַּיי אַ פַאלְשְׁן מַנְהִיג אוּן מֶען דַארְף אַנְטְלוֹיפְן פוּן דָארְט. פוּן אַן אֱמֶת'ן צַדִיק בַּאקוּמְט מֶען שִׁפְלוּת.


נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה. דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק.


אִינֶעם הַיינְטִיגְן דוֹר אִיז דֶער רֶבִּי אַלֵיין דֶער אֱמֶת'עֶר צַדִיק. עֶר וֶועט עֶנְדִיגְן אַלֶע תִּקּוּנִים אוּן פַארֶעכְטְן דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ הַאלְטְן בַּיים רֶבִּי'ן, אִיר זָאלְט פָארְן יֶעדֶעס יָאר רֹאשׁ הַשָׁנָה קַיין אוּמַאן אוּן זִיךְ הַאלְטְן אִינְאֵיינֶעם מִיט אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ. אִיר זָאלְט זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן מַחְלוֹקֶת, אוּן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם פָּאלִיטִיק. דֶער רֶבִּי אִיז דֶער אָרוֹן וָואס דָארְט לִיגְט דִי לוּחוֹת, אוּן בַּיי דִי אָרוֹן הָאט דֶער אָרוֹן אַלֵיין גֶעטְרָאגְן דִי מֶענְטְשְׁן וֶועלְכֶע הָאבְּן אִיר גֶעטְרָאגְן, קֵיינֶער דַארְף נִישְׁט הֶעלְפְן דֶעם רֶבִּי'ן, דֶער רֶבִּי טוּט אַלֶעס אַלֵיין.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר גֵיין צוּם רֶבִּי'נְס צִיוּן רֹאשׁ הַשָׁנָה צוּ מְקַיֵים זַיין וָואס דֶער רֶבִּי הָאט גֶעהֵייסְן אַז מֶען זָאל קוּמֶען צוּ אִים, אָבֶּער אִיר זָאלְט נִישְׁט פְּרוּבִּירְן צוּ זַיין דָארְט אַ פִירֶער, אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט מִישְׁן אִין קַיין שׁוּם פַּארְטֵייעֶן, אִין קַיין שׁוּם גְרוּפֶּעס, נָאר אִיר זָאלְט זִיךְ הַאלְטְן מִיטְן רֶבִּי'נְס סְפָרִים, אַזוֹי וִוי דֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן קצ"ב) אַז דִי פָּנִים, שֵׂכֶל אוּן נְשָׁמָה פוּנֶעם צַדִיק לִיגְט אִין זַיינֶע הֵיילִיגֶע סְפָרִים, מְמֵילָא וֶוען מֶען וִויל זַיין אֱמֶת'דִיג מְקוּרָב צוּם רֶבִּי'ן אִיז דָאס נָאר וֶוען מֶען לֶערְנְט זַיינֶע סְפָרִים, אוּן דַאן וֶועט אִיר זֵייעֶר שְׁטַארְק מַצְלִיחַ זַיין, עד כאן.


  דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#52 - די קמיע פון מוהרא"ש דארף האבן דאס בילד דערויף?
צדיקים, מוהרא"ש, בילדער, קמיע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א שיינעם דאנק אויף אלע שיעורים, דאס געבט מיר כח בייצושטיין אלע נסיונות.


איך האב געוואלט פרעגן איבער די קמיע פון מוהרא"ש זי"ע. איך בין א מיידל און איך וויל טראגן די קמיע, אבער מיינע עלטערן זאגן מיר אז ס'איז נישט קיין צניעות אז א מיידל זאל טראגן אויף זיך א בילד פון א מאן, אפילו פון א צדיק. וויל איך וויסן אויב איך קען פארדעקן דאס בילד, אויב דאס וועט נאך ווייטער זיין א שמירה און סגולה, און אזוי וועלן מיינע עלטערן אויך זיין צופרידן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די קמיע פון מוהרא"ש איז נישט דאס בילד, די קמיע איז די אותיות וואס איז איינגעקריצט דערין, דאס בילד האט נישט מיט'ן קמיע.


אז אייערע עלטערן ווילן נישט איר זאלט גיין מיט'ן בילד קענט איר אראפנעמען דעם בילד; הגם עס איז נישט קיין שום פראבלעם פאר א פרוי אדער מיידל צו האבן א בילד פון א צדיק. בילדער פון צדיקים ברענגט נאר יראת שמים; עס איז באוואוסט אז דער חזון איש זכר צדיק לברכה האט געהייסן פאר א מנהל פון א מיידל שולע ער זאל אויפהענגען בילדער פון צדיקים אין אלע קלאסן כדי די מיידלעך זאלן שטענדיג זען דעם פנים פון צדיקים און דאס וועט ברענגען אויף זיי יראת שמים.


אז אייער מאמע וויל נישט איר זאלט האבן די בילד - נעמט אראפ דעם בילד. בלייבט מיט די קמיע; דאס וועט זיין א סגולה פאר שמירה און הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#51 - זאל מען געבן כשר'ע ווידיאס פאר קינדער?
חינוך הילדים, מאוויס, מוהרא"ש, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א סגן מנהל אין א מוסד פאר קינדער פון נוירסערי ביז כיתה ד', איך הער אסאך די שיעורים פונעם ראש ישיבה, און איך האב זייער הנאה צו הערן נייע חידושים וויאזוי צו ארבעטן מיט קינדער.


ביי אונז אין מוסד איז דא א פראגראם די לעצטע שטיק צייט צו מאכן די קינדער זאלן זיין וואויל אינדערהיים, אז מ'שיקט אהיים יעדע וואך אינטערעסאנטע זאכן וואס האלטן די קינדער פארנומען אינדערהיים, און די עלטערן זענען אונז זייער דאנקבאר אויף דעם. אויך שיקן מיר סידי'ס פון מעשיות פון צדיקים.


לעצטנס האבן עלטערן געבעטן אויב די מוסד קען ארויסגעבן ווידיאס פאר די קינדער פון מעשיות פון צדיקים און פון די פרשה, ס'איז געווארן א גאנצע ויכוח צי מ'זאל עס טון אדער נישט, טייל האבן געהאלטן אז אזוי ווי רוב עלטערן ווייזן ממילא אידישע פלעיס וכדומה פאר די קינדער, איז יא כדאי ארויסצוגעבן ערליכע ווידיאס, אבער אנדערע האבן געזאגט אז אויב ס'קומט אפיציעל פון די מוסד געבט עס א בליק כאילו ווידיאס איז מותר.


איך האב געהאלטן אז ס'איז יא א וויכטיגע זאך, ווייל אזוי קען מען אריינלייגן אסאך מוסר און יראת שמים אין די קינדער, וויל איך הערן פון די ראש ישיבה שליט"א וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נייע חידושים?! וואס פאר א נייע חידושים? מיר זענען גארנישט מחדש קיין נייע וועגן, מיר גייען צוריק צום אלטן וועג. דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן רסד; שצב): "איך פיר אייך אויף א נייעם וועג וואס איז אן אלטער וועג, אויף דעם וועג זענען געגאנגען אברהם אבינו, יצחק אבינו און יעקב אבינו".


וויסן זאלסטו אז א מנהל טראגט א גרויסע אחריות; די הצלחה פונעם תלמוד תורה ליגט אין די הענט פונעם מנהל. א מנהל וואס איז שטענדיג מחזק די מלמדים, ער רעדט שיין צו די מלמדים וועלן זיי ארבעטן געטריי, זיי וועלן מצליח זיין אין זייער ארבעט. דערפאר זאלסטו געדענקען צו געבן גוטע ווערטער טעגליך פאר אלע דיינע ארבעטערס - די געטרייע מלמדים, יעדן טאג זאלסטו רעדן מיט זיי אפילו א ווארט צוויי, דאס וועט זיי געבן מוט אנצוגיין מיט די קינדער.


ארבעטן מיט קינדער איז נישט קיין גרינגע ארבעט, זיין א מלמד איז א שווערע ארבעט; ווער רעדט נאך פון זיין א געדולדיגער מלמד - דאס איז א ביטערע שווערע ארבעט. רוב מאל ווייסט קיינער נישט וואס דער מלמד גייט אריבער; די עלטערן ארבעטן ביטער שווער א גאנצע וואך, זיי ווייסן בכלל נישט וואס טוט זיך מיט די קינדער, זיי פארגעסן אז זיי האבן בכלל קינדער, זיי ווייסן נישט וואס דער מלמד גייט אריבער מיט זיינע קינדער, דער איינציגסטער וואס קען מחזק זיין איז דער מנהל.


ווייז נישט פאר קינדער קיין שום מאווי"ס און קיין שום ווידיאו"ס, נישט קיין חילוק אידישע אדער חסידישע; עס האט נישט צו טון אויב די עלטערן ווייזן ממילא פאר די קינדער, אויב די עלטערן ווייזן פאר די קינדער איז דאך ערשט א סברא נישט צו ווייזן, זאלן די קינדער זיין אפאר מינוט אין חדר געזונט און זען זאכן פארן, קומען, גייען וכו'; קליינע קינדער האבן א הייקעלע מח, דארף מען אויף זיי נאך מער אכטונג געבן.


ווייז נישט פאר די קינדער גארנישט; איך האב געהאט ביי אונז אין תלמוד תורה, די ערשטע יאר ווען מיר האבן געעפנט די חדר האט מען געוויזן פאר די קינדער א ווידיא"ו און מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געלערנט אז דאס טאר מען נישט טון, דאס איז א זאך וואס איז קעגן חינוך.


הער נישט אויס מאדערענע חסידים; מיר דארפן טון וואס אונזערע רבי'ס האבן אונז געלערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#50 - פארוואס איז געווען התנגדות קעגן רבי'ן און זיינע תלמידים?
מוהרא"ש, חסידות, ראש ישיבה, התנגדות, לצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט ארויסברענגען א מחשבה וואס איז מיר איינגעפאלען בנוגע חסידות ברסלב, און איך האף אז דער ראש ישיבה וועט מיר לאזן וויסן צי דאס איז א ריכטיגע מהלך.


מען זעט א חידוש לגבי די התנגדות אויף ברסלב, אז עס איז דא אין דעם פארשידענע מדריגות. קודם איז דא וואס האלטן בכלל נישט פון ברסלב, נישט פונעם הייליגן רבי'ן און נישט פון די שפעטערדיגע תלמידים. נאכדעם איז דא וואס זאגן אז פון רבי'ן אליין האט מען געהאלטן אבער נישט פון זיינע תלמידים. נאכדעם, ווען מוהרא"ש איז נתגלה געווארען, האבן מתנגדים געזאגט, ברסלב איז דער רבי און ר' נתן, אבער מוהרא"ש האט מחדש געווען א נייער אייגנארטיגער דרך וואס האט נישט מיט ברסלב, ס'איז נישט דעם רבינ'ס זאך. און היינט איז דא מתנגדים וואס זאגן אז דער דרך פונעם ראש ישיבה איז נישט מוהרא"ש, ווייל מ'זעט ביים ראש ישיבה פארשידענע התנהגות וואס איז נישט געווען ביי מוהרא"ש, און וואס מוהרא"ש האט אפשר נישט געהאלטן דערפון.


מיין פשוטער הסבר לעניית דעתי איז ווי פאלגענד: איך האב געהערט א שיעור פון מוהרא"ש, פון ל"ג בעומר תשד"מ. דארט איז ער מסביר אז רבי שמעון בר יוחאי האט מגלה געווען ענינים פון עולם האצילות, דער אר"י הקדוש האט עס מער מוריד געווען אין עולם הבריאה, דער בעש"ט זי"ע האט ווייטער ממשיך געווען אין עולם היצירה, און דער רבי האט עס אראפגעברענגט אין עולם העשיה, אז אפילו אין די נידריגסטע מדרגה זאל מען קענען טרעפן דעם באשעפער. אויך איז באקאנט אין די ספרים הקדושים אז אין יעדע פון די פיר עולמות, אצילות בריאה יצירה עשיה, איז אויך דא פיר עולמות אצילות בריאה יצירה עשיה. קען מען אפשר זאגן אז דער רבי איז געווען אצילות דעשיה, ר' נתן איז געווען בריאה דעשיה, מוהרא"ש איז געווען יצירה דעשיה, און דער ראש ישיבה שליט"א איז עשיה דעשיה. ממילא מיט דעם איז פארשטענדליך די חילוקי ההנהגה וואס איז געווען צווישן זיי. בפרט הנוגע לעניננו קען מען גוט פארשטיין ווי דער ראש ישיבה איז ממשיך ביז עשיה דעשיה, צו די נידריגסטע פון די נידריגסטע דרגא, אז אפילו דארט קען מען טרעפן דעם באשעפער.


ואם שגיתי, ה' הטוב יכפר בעדי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גארנישט מחדש געווען, בסך הכל געב איך איבער פאר תלמידים וואס מוהרא"ש האט מיר געלערנט. מוהרא"ש האט גענומען דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער און דאס אזוי שיין אראפגעברענגט פאר אונז פשוט'ע מענטשן, מיר זאלן קענען לעבן א גוט לעבן; פארוואס זאל איך עס האלטן פאר מיר אליין, פארוואס זאלן נישט אלע וויסן פון דעם? דאס איז בסך הכל וואס איך טו.


די אלע וואס זאגן מען האט געהאלטן פון רבי'ן אבער נישט פון רבי נתן - ווייסן נישט וואס דער רבי האט געזאגט, דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שע): "מען דארף דאנקען ר' נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן פון מיר קיין בלעטל שמות". נאך האט דער רבי געזאגט: "קיינער פארשטייט מיר נישט נאר נתן, און נפתלי אביסל".


אלע ספרים וואס מיר האבן היינט פון רבי'ן איז נאר א דאנק רבי נתן זכרונו לברכה; ער האט אפגעשריבן אלע תורות וואס ער האט געהערט פון רבי'ן, דעם ערשטן חלק ליקוטי מוהר"ן האט ער געדרוקט בחיים חיותו פון רבי'ן און דער צווייטער חלק ליקוטי מוהר"ן האט ער געדרוקט נאכן רבינ'ס הסתלקות.


נעם זיך נישט צום הארצן פון די עזות פנים'ער; ווען איינער רעדט אויף צדיקים איז א סימן אז ער איז א בעל עבירה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ז:): "כָּל אָדָם שֶׁיֵּשׁ לוֹ עַזוּת פָּנִים, בְּיָדוּעַ שֶׁנִּכְשַׁל בַּעֲבֵרָה", ווער עס איז אן עזות פנים איז א סימן אז ער איז א בעל עבירה; ווי איז דא א גרעסערע עזות פנים ווי איינער וואס וואגט זיך צו רעדן אויף צדיקי אמת?! ווי שעמט זיך נישט א מענטש צו רעדן אויף צדיקי עולם? נאר ווייל די מענטשן זענען פגום בברית, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים נה, כא): "שָׁלַח יָדָיו בִּשְׁלֹמָיו חִלֵּל בְּרִיתוֹ", ווען א מענטש רעדט אויף ערליכע אידן, צדיקי אמת, איז עס ווייל "חִלֵּל בְּרִיתוֹ", דער מענטש זינדיגט אין הארבע עבירות.


רבי נתן איז געווען א תלמיד חכם מופלג, ער איז געווען א שטארקער מתמיד און בקי אין ש"ס און אין אלע פוסקים. רבי נתן האט געקענט גאנץ ש"ס מיט אלע תוספות אויף אויסנווייניג. ביי זיין בר מצוה איז ער א חתן געווארן מיט א טאכטער פון הגאון הצדיק הרב רבי דוד צבי אויערבאך זכרונו לברכה וואס איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט - שאריגראד, קרעמניץ און מאהליב; זיין שווער האט געזאגט: "מען האט מיר אנגעטראגן אסאך תלמידי חכמים פאר מיין טאכטער, אבער אזא גלאטע האלז ווי נתנ'לע האב איך נאך נישט געזען".


אזוי אויך די אלע וואס מאכן חוזק פון מוהרא"ש, די אלע דארפן תשובה טון; אנדערש וואלטן זיי נישט חוזק געמאכט פון א צדיק וואס האט זיין גאנץ לעבן זיך מוסר נפש געווען פאר'ן אייבערשטן און פאר די תורה. מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן געליטן פון די לצים און עזות פנים'ער, בעיקר פון די וואס רופן זיך 'ברסלב'ע חסידים', זיין גאנץ לעבן האט ער נאר עוסק געווען צוריק צו ברענגען מענטשן צום אייבערשטן מיט'ן הייליגן רבי'נס עצות, די אלע וואלטן געוואלט רעדן אויף צדיקים למעלה בקודש און אויפ'ן באשעפער, נאר זיי האבן מורא מען וועט זיי אוועק שטופן, דערפאר רעדן זיי אויף שפעטערדיגע צדיקים. אזוי זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן לח),  אויפ'ן פסוק (תהלים עג, ט): "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם", זיי ווילן רעדן קעגן פריערדיגע צדיקים, זיי ווילן רעדן קעגן דעם אייבערשטן, נאר זיי האבן מורא, "וּלְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", דעריבער רעדן זיי אויף די צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן נישט האבן קיין שום שייכות מיט קיין לצים, מיט מתנגדים; מיר זאלן זיין דבוק צו צדיקי אמת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 

#49 - קען איך מאכן א גליון פונעם ספר "זאת התורה"?
מוהרא"ש, הפצה, גליון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זייער שטארק מאכן הפצה, עס איז מיר אבער זייער שווער ארום צו גיין מיט קונטרסים. לעצטנס האב איך געזען א ספר פון מוהרא''ש זי''ע "זאת התורה" אויף די פרשיות השבוע, איז אפשר קען איך דאס מאכן אויף אן אויסשטעל ווי א גליון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף צו טון הפצה דארף מען נישט קיין רשות פון קיינעם; מוהרא"ש זאגט אז זיינע ספרים זענען מתנות פאר כלל ישראל, יעדער איינער קען דאס דרוקן און ווער עס וועט דאס דרוקן וועט ווערן געבענטשט מיט אלע ברכות.


דא האסטו פאר דיר דעם שטיקל פון צוואת מוהרא"ש (אות יז): "דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אַז אִיר זָאלְט אָפְּדְרוּקְן דִי אַלֶע בְּרִיוְון אוּן מֶען זָאל עֶס אִיבֶּערְדְרוּקְן נָאכְאַמָאל אוּן נָאכְאַמָאל. אוֹיף דִי אַלֶע סְפָרִים קֶען מֶען נִישְׁט שְׁרַייבְּן: "כָּל הַזְּכֻיּוֹת שְׁמוּרוֹת", קֵיינֶער קֶען נִישְׁט זָאגְן אַז נָאר עֶר הָאט דִי רֶעכְט דָאס צוּ דְרוּקְן. נָאר יֶעדֶער מֶעג אוּן קֶען עֶס דְרוּקְן, אוּן אִיךְ זָאג צוּ אַז וֶוער עֶס וֶועט דְרוּקְן אַ בַּאנְד פוּן "אַשֶׁר בַּנַּחַל" וֶועט זֶען אַ גְרוֹיסֶע יְשׁוּעָה פוּן הִימְל. דִי בְּרִיוְון הָאבְּן שׁוֹין גֶערַאטֶעוֶועט צֶענְדְלִיגֶע טוֹיזְנְטֶער בָּחוּרִים אוּן אִינְגֶעלַייט, אוּן וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס וֶועט הָאבְּן אַ חֵלֶק אִין דָאס אָפְּדְרוּקְן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#48 - וואס טו איך אז מיין ווייב האט נישט ליב ברסלב?
שלום בית, חסידות ברסלב, מוהרא"ש, חומרות, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך באדאנקען אויף מיין לעבן, איך בין יעצט געווארן ברוך ה' דריי יאר אלט, פאר דריי יאר צוריק בין איך געוואויר געווארן איבער די געוואלדיגע שיעורים, און פון דעמאלט איז מיין לעבן גענצליך געטוישט געווארן צום גוטן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.


דער פראבלעם איז אבער אז פאר מיין טייערע ווייב געפעלט נישט די ברסלב'ע זאכן, אויסער דעם וואס זי וויל בכלל אז מיר זאלן זיין מער אהערגעשטעלט און מאדערן, זי האלט מיר כסדר פאר אז איך בין צו פארצייטיש און פאנאטיש, צום ביישפיל וויל זי זייער איך זאל זיך "מסדר" זיין די בארד, וואס איך הער אזויפיל ביי די שיעורים איבער די הארבקייט פון דעם.


מיין שאלה איז אויב איך זאל איר נאכגעבן און מיט דעם איר צופרידן שטעלן, אדער וועט זיך עס נישט אפשטעלן ביי דעם נאר גיין ווייטער.


איך בין זייער פארלוירן און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן א גוטע עצה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דיין לעבן האט זיך אנגעהויבן פון פריש, דו שפירסט ניי געבוירן פון ווען דו לעבסט מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות. עס איז טאקע אזוי ווי דו זאגסט, ווען מען קומט צום רבי'ן ווערט דאס לעבן א נייע לעבן.


בנוגע דיין ווייב וכו'; דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "איך וואלט ווען געדארפט שרייבן אזוי סאך ספרים איבער דברים שבינה לבינו, דאס זעלבע וויפיל איך האב געשריבן דעם ספר ליקוטי הלכות"; ווייל מען דארף האבן אזויפיל חיזוק און אזויפיל שכל צו וויסן ווי אזוי צו מכבד זיין די ווייב און ווי אזוי אכטונג צו געבן אויף איר כבוד כדי מען זאל נישט קומען צו קיין קריגערייען און זיך חס ושלום דארפן גט'ן.


עס קען נישט זיין אז פאר דיין ווייב געפעלט נישט די ברסלב'ע זאכן; מן הסתם לייגסטו ארויף אויף איר פרומע זאכן און זי מיינט אז דאס איז ברסלב, דעריבער זאגט זי אז זי וויל נישט די ברסלב'ע זאכן. ווען דו זאלסט זיך פירן ווי אזוי דער רבי וויל, דו וואלסט געפאלגט דעם רבי'ן - וואלט זי זיך געפריידט מיט די ברסלב'ע זאכן.


ברסלב האט נישט מיט קיין פרומקייט; אז איך וועל דיר אויסרעכענען וואס דער רבי פארלאנגט וועסטו זען אז עס האט גארנישט צו טון מיט פרומקייטן וכו'. וואס וויל שוין דער רבי פון אונז? דער רבי וויל מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן, פון ווען מען שטייט אויף אינדערפרי ביז ביינאכט ווען מען גייט שלאפן זאל מען טראכטן פונעם אייבערשטן און רעדן צו אים (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן צו); אז דו וועסט דאס טון וועט דיין ווייב נישט האבן קיין טענות אויף דיר, אדרבה זי וועט זיך פרייען, זי וועט זען ווי דו ביסט שטארק און דו ווערסט נישט אויפגערעגט אזוי שנעל. ווייל ווען מען רעדט צום אייבערשטן ווערט זייער שטארק די אמונה, מען הייבט אן שפירן אז עס איז גארנישט דא אויסער אים, איז דאך נישט שייך צו ווערן גערעגט. יעדע פרוי וואלט זיך געוואונטשן צו האבן א מאן וואס ווערט נישט אויפגערעגט, א מאן וואס האלט זיך רואיג אפילו אין שווערע צייטן; דאס איז ברסלב.


וואס נאך וויל דער רבי פון אונז? דער רבי וויל מיר זאלן לערנען און ענדיגן די גאנצע תורה אן א שיעור מאל; דער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען (שיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט קיין לערנען, אפילו עס גייט אריבער שווערע טעג ווען מען האט נישט קיין כח, קיין קאפ און מח צו פארשטיין לערנען - דאך זאל מען זאגן די ווערטער פון די תורה. מען זאל זאגן און זאגן ביז דער מח וועט זיך איין טאג עפענען און מען וועט אנהייבן פארשטיין דאס לערנען; אז מען לערנט אויף דעם וועג קען יעדער איינער לערנען. דער שוואכסטער קאפ, דער איינגעשפארטסטער מענטש וואס האט נישט קיין חברים, חברותות - קען זיצן אין שטוב אליין אן קיינעם; מען נעמט די משניות, די גמרא - פאר א חבר, מען לערנט און מען ענדיגט נאך א מסכתא און נאך א מסכתא. אז דו וועסט דאס טון, דו וועסט לערנען - וועט דיין ווייב נישט האבן קיין טענות אויף דיר, אדרבה זי וועט זיך פרייען אז זי האט א מאן וואס לערנט די הייליגע תורה, א מאן וואס נוצט אויס די צייט מיט גוטע זאכן; זי וועט נאר האבן ריווח פון דעם וואס דו פאלגסט דעם רבי'ן. ווען זי וועט וועלן ארויסגיין אמאל ביינאכט צו א חבר'טע אדער משפחה וועסטו בלייבן אין שטוב מיט דיין משניות'ל, מיט דיין גמרא און אכטונג געבן אויף די קינדער; ווען זי וועט וועלן מסדר זיין די שטוב וועסטו זיצן אין דער זייט מיט דיינע שיעורים, זי וועט נאר האבן ריווח; דאס איז ברסלב.


וואס נאך וויל דער רבי פון אונז? דער רבי וויל מיר זאלן זיין פרייליך; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט; אז דו וועסט זיין פרייליך, דו וועסט זיך שטארקן און נישט ווערן צעפאלן פון וואס עס גייט אריבער אויף דיר, וועט דיין ווייב נישט האבן קיין טענות אויף דיר, אדרבה זי וועט זיך פרייען צו לעבן מיט א פרייליכער מאן. זי וועט נאר מרוויח זיין פון דעם וואס דו פאלגסט דעם רבי'ן; דאס איז ברסלב.


אזוי איז מיט יעדע זאך; דער רבי וויל מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, שיין רעדן און האלטן טייער איר כבוד. אז דו וועסט רעדן שיין צו דיין וויב, דו וועסט איר האלטן טייער און חשוב, וועט דיין ווייב נישט האבן קיין טענות אויף דיר, אדרבה, זי וועט זיך פרייען אז דו ביסט ברסלב; זי וועט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז איר מאן איז אנגעקומען קיין ברסלב. זי וועט שרייען צו אלע אירע פריינט: "טראגטס אייערע מענער קיין ברסלב, וועלן זיי שיין רעדן צו ענק".


וואס נאך וויל דער רבי? דער רבי וויל מיר זאלן לעבן מיט תכלית, מיר זאלן לעבן מיט ישוב הדעת; געדענקען אז מיר וועלן באלד צוריק גיין צום אייבערשטן. עס וועט גארנישט נוצן, קיינער בלייבט נישט דא, יעדער דארף ביים סוף צוריק גיין צום אייבערשטן. אז מען לעבט מיט די מחשבה - איז דאס לעבן גאר אנדערש, מען קריגט זיך נישט מיט קיינעם ווייל מען ווייסט אז מען איז דא פאר נישט צי לאנג, מען כאפט אריין גוטע זאכן, מען כאפט אריין חסד.


מאך איר נישט פרום, לייג נישט ארויף קיין פרומקייטן אויף איר, צעדרוק איר נישט; וועסטו זען ווי זי וועט זיך צוכאפן צום הייליגן רבי'ן, זי וועט נאר וועלן די ברסלב'ע לעבן, די ברסלב'ע וועג.


בנוגע דיין בארד וכו'; טו וואס מוהרא"ש האט געטון נאך די חתונה. ווען זיין ווייב האט נישט געוואלט ער זאל גיין מיט א לאנגע בארד און אראפגעלאזטע פיאות (דעמאלט, אין די ערשטע יארן אין אמעריקע איז נישט געווען אזוי ווי היינט; זייער ווייניג זענען געגאנגען מיט אראפגעלאזטע פיאות און בארד) האט מוהרא"ש אריין געקניפט די בארד און ארויף געדריידט די פיאות אז זיין ווייב זאל זיין צופרידן; מוהרא"ש האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל איר נישט שטערן און איין טאג האט דער אייבערשטער געהאלפן אז זי האט אויך געוואלט דאס וואס מוהרא"ש האט געוואלט. זאלסטו אויך אזוי טון, קניפ אריין דיין בארד און אז עס שטערט איר די פאות זאלסטו דאס ארויף דרייען כדי עס זאל איר נישט שטערן און בעט אסאך דעם אייבערשטן אז דיין גאנצע שטוב זאל זיך נישט שעמען מיט די בארד און פיאות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#47 - האט דער רבי געלאזט זיינע מענטשן זיין מלמדים?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, מוהרא"ש, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פאלג ברוך ה' דעם ראש ישיבה און איך לערן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, אזוי ווי דער ראש ישיבה האט מיר געשריבן אין א בריוו, איך האב געקויפט א חיי מוהר"ן און איך לערן א שטיקל כמעט יעדן טאג.


נעכטן בין איך אנגעקומען צו א שטיקל וואס איז מיר געווען א גרויסער וואונדער, רבי נתן שרייבט דארט אין אות תס"ה "אמר רצונו שכל אנשי שלומנו לא יהיה אחד מהם מלמד וכמה פעמים דבר מזה". איך ווייס דאך אז דער ראש ישיבה איז זייער שטארק מחזק מלמדים, און זייענדיג אליין א מלמד זאג איך בפה מלא אז דאס גאנצע חיזוק וואס איך באקום איז דאך נאר פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר דאס קענען אויסקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז אמת אז דער רבי האט נישט געוואלט זיינע מענטשן זאלן זיין מלמדים; דער רבי האט אמאל געפרעגט איינער פון די תלמידים וואס איז געווען א מלמד: "וויפיל פארדינסטו א וואך שכר לימוד? צעטייל דיין געלט אויפ'ן טאג און אויפ'ן שעה, וויפיל קומט דיר אויס צו מאכן א מינוט? ממש קליין געלט, קומט אויס אז דו קענסט פארלירן יענע וועלט פאר בלויז אפאר דאללער; ווייל ווען מען איז מבטל תורה פון קינדער קען מען דאס נישט באצאלן. ווען מען גנב'עט געלט פון א צווייטן קען מען דאס באצאלן און יענער קען דאס מוחל זיין, אבער ווען מען איז מבטל תורה פון קינדער קען מען דאס נישט באצאלן און מען קען דאס נישט מוחל זיין (שיחות הר"ן, סימן רמ)"; אזוי איז דא כמה וכמה שיחות וואס דער רבי האט געזאגט פאר אנשי שלומינו מען זאל נישט זיין קיין מלמד (חיי מוהר"ן, סימן תסה; תקצא).


מיט דעם אלעם האט דער רבי געזאגט אז ער וויל זייער שטארק, אז אויב איז דא א מלמד אדער א שוחט זאל דאס זיין דוקא פון זיינע תלמידים. ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט (הובא בבעל שם טוב על התורה פרשת יתרו, אות יט) אז דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך זייער שטארק אויף שוחטים זיי זאלן זיין קלים ורקים און מכשיל זיין אידישע קינדער מיט נבילות וטריפות רחמנא לצלן; אויך פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם אויף די מלמדים זיי זאלן נישט זיין ערליך אזוי וועלן זיי פאר'סמ'ען אידישע קינדער מיט זייערע אפיקורסות; דעריבער האט דער רבי געזאגט: "אויב יא א שוחט, אויב יא א מלמד, זאל דאס שוין ענדערש זיין פון מיינער א מענטש וואס האט יראת שמים".


עס זענען דא זייער אסאך מעשיות פון אנשי שלומינו וואס זענען געווען מלמדים, ווי זיי האבן אריין געלייגט אין די קינדער אמונה פשוטה און יראת שמים; מוהרא"ש אליינס איז געווען יארן לאנג א מלמד. זאלסטו ווייטער אנהאלטן דיין מלמדות ביתר שאת וביתר עוז, לייג אריין אין די קינדער אמונה; רעד צו די קינדער פונעם אייבערשטן מיט א שטארקייט און א קלארקייט, לערן זיי אויס זיי זאלן רעדן צום אייבערשטן, יעדע זאך וואס די קינדער בעטן דיר, יעדע זאך וואס זיי ווילן - זאלסטו זיי אויסלערנען זיי זאלן רעדן צום אייבערשטן; דאס וועט זיי באגלייטן פאר זייער גאנצע לעבן.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן ווי ער געדענקט פון די זעקס יאר ווי זיין מלמד רבי יעקב קלמנוביץ זכרונו לברכה, וועם מען האט גערופן בלשון חיבה "ר' יעקב מלמד", א ברסלב'ער חסיד - פלעגט אריין לייגן אין די קינדער אמונה. די חדר איז געווען אין א שול און ווען א קינד האט עפעס געדארפט פלעגט דער מלמד נעמען דאס קינד און אים שטעלן ביים ארון הקודש, ער האט געהייסן דעם קינד קושן דעם פרוכת, ער האט אים פארגעזאגט א תפילה און אים געהייסן נאכזאגן ווארט ביי ווארט; אזוי האט ער אריין געברענגט אין די קינדער די זאך פון תפילה, אז ווען מען דארף עפעס זאל מען צוגיין צום ארון הקודש, געבן א קוש דעם פרוכת און בעטן פונעם אייבערשטן וואס מען דארף; דאס האט אים באגלייט לאנגע יארן.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט; קוק אויף די קינדער ווי זיי זענען דיינע קינדער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין יט:):"כָּל הַמְלַמֵּד אֶת בֶּן חֲבֵרוֹ תּוֹרָה, מַעֲלָה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִילוּ יָלְדוֹ"; פשט דערפון איז, אז איינער וואס לערנט תורה מיט א צווייטנס קינד דארף טראכטן ביי זיך: 'דאס איז מיין קינד', נאר אזוי קען ער מצליח זיין מיט די תלמידים. עס זענען דא מלמדים רוצחים וואס פארשעמען די קינדער, זיי שלאגן, ציפן וכו' וכו'; זיי מיינען אז עס איז הפקר וועלט, אבער עס גייט אריבער אפאר יאר און נאכדעם באצאלט מען מיט די אייגענע קינדער בכפל כפליים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#46 - פארוואס איז מען נאכאלץ אזוי שטארק קעגן מוהרא"ש?
סיפורי צדיקים, מחלוקת, מוהרא"ש, היכל הקודש, הפצה, זיכוי הרבים, לצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס געבן מיר אזויפיל חיזוק. אויך וויל איך דערציילן אז איין טאג לעצטנס איז געווען גאר שטארק הייס דא אין ארץ ישראל, און איך האב געקלערט אויב איך זאל יא גיין הפצה אדער נישט, און פונקט דעמאלט האב איך געהערט א שיעור און אינמיטן האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט דארט איבער די חשיבות פון א מפיץ, און זיך אויסגעדריקט, "אמאל קען א מפיץ זיין פויל, און טראכטן היינט איז צו הייס, איך וועל שוין גיין מארגן", און דאס איז מיר געווען ווי א צייכן פון הימל און איך בין ברוך ה' געגאנגען הפצה טראץ די שרעקליכע היצן.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס מ'זעט לעצטנס אז ס'עפענען זיך פילע ברסלב'ע שולן אין אמעריקע, אין אלע שטעט, אבער פון דעסט וועגן איז נאכאלץ דא א שטארקע התנגדות קעגן היכל הקודש, מ'לאזט נישט אריין דארט די ספרים פון מוהרא"ש און די ברסלב'ע גליונות.


איר זענט דאך באקאנט מיט די ברסלב'ע חסידים דארט, פארוואס איז דאס אזוי? פארוואס זאל מען אין ברסלב זיין אזוי שטארק קעגן היכל הקודש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון עוסק זיין אין הפצה; פארשפרייטן פאר אידישע קינדער די זיסע עצות פון רבי'ן, זיי ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן, ווי דער אייבערשטער ווארט מען זאל תשובה טון.


דער אייבערשטער האט זייער ליב א מענטש וואס ברענגט צוריק זיינע קינדער צו אים; שטעל זיך פאר אז דו האסט א זון וואס רעדט מער נישט מיט דיר, ער איז אנטלאפן פון שטוב, ער דריידט זיך מיט נישט גוטע מענטשן און ער פאלט נעבעך אראפ אין עבירות - ווי דאס רייסט ביים הארץ, און עס קומט איינער און הייבט אן רעדן צו דיין זון, ער ברענגט אים ספרים, קונטרסים און ניגונים פון תשובה, ער איז אים מחזק צוריק צו קומען צום אייבערשטן און שלום מאכן מיט דיר, ווי אזוי וואלסטו געקוקט אויף דעם מענטש - ווי א שנארער? ווי א בטלן? דו וואלסט דאך דעם מענטש געקושט און געהאלזט, ער וואלט געהאט ביי דיר אן אפענעם טיר...


מוהרא"ש דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווען איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט דיין זון רבי מיכעלע זלאטשובער, אז דא אין הימל מאכט מען פון אים אזא רעש?" האט דער טאטע - רבי יצחק מדראביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע ווייטער געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענטפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאך אלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


בנוגע די מחלוקת אויף מוהרא"ש וכו'; דער רבי האט שוין געענטפערט און געזאגט פארוואס מען לאכט און מען שפעט פון אים. דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז', מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפ געקומען אויף די וועלט, האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אויב די נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפ קומען אויף די וועלט, דו גיי געב זיך אן עצה". איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "דער נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה"; דאס איז דער תירוץ, אז עס איז דא א צדיק וואס האט א כח צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, ער איז בכח צו ברענגען די גאולה שלימה - קומט דער סמ"ך מ"ם און מאכט ליצנות כדי אז מענטשן זאלן נישט נעמען די ספרים.


מיר דארפן זיך נישט מבלבל זיין פון דעם, מיר דארפן גיין אין די פיס טריט פון מוהרא"ש וואס האט נישט געקוקט אויף קיינעם נאר ער האט זיין גאנץ לעבן פארשפרייט אמונה פאר אידישע קינדער; ער האט זיך נישט אפגעשטעלט צוליב די לאכערייען און דאס חוזק מאכן, ווייל אין די צייט וואס דער וואס פאררופט זיך עכטער ברסלב'ער וויל נישט נעמען די ספרים און הייבט אן פרעגן קשיות און שאלות - קען מען מזכה זיין צענדליגער מענטשן, זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


ליצנות איז געווען אלע יארן, פון אלע צדיקים האט מען געשפעט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות ב, ג): "אֵין לְךָ דּוֹר שֶׁאֵין בּוֹ לֵיצָנִים", אין יעדער דור זענען דא ליצנים. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שצז): נאכדעם וואס די תורה דערציילט דאס גרויסקייט פון חזקיהו המלך, זאגט דער פסוק (דברי הימים ב לב, א): "אַחֲרֵי הַדְּבָרִים וְהָאֱמֶת הָאֵלֶּה בָּא סַנְחֵרִיב", זעט מען פון דעם אז עס קען זיין א צדיק אזוי גרויס ווי חזקיהו המלך, וואס די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין צד:) אז ער האט אריין געברענגט לימוד התורה אין אלע אידן, אזוי ווייט אז קליינע קינדער זענען געווען באקאנט אין אלע הלכות פון טומאה וטהרה, נאך זאגן חז"ל (שם, צד.) אז חזקיהו המלך איז געווען אזוי גרויס אז ער וואלט ווען געדארפט זיין משיח צדקינו, מיט דעם אלעם זאגט די תורה: "אַחֲרֵי הַדְּבָרִים וְהָאֱמֶת הָאֵלֶּה בָּא סַנְחֵרִיב", האט דער רבי געזאגט, אז מען זעט פון דעם אז נאכדעם וואס עס זענען פארהאן גרויסע צדיקים וואס קענען ברענגען די גאולה קומט סנחריב און מאכט אלעס חרוב.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט ווייטער עוסק זיין אין הפצה; גיי נישט אין קיין וויכוחים מיט קיינעם, בפרט מיט די וואס רופן זיך עכטע ברסלב'ער. עס איז א שאד די צייט; אונזער זאך איז הפצה. דער רבי דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ג): "מעשה, אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער און זיין משפחה, און האט זיי געלאזט צוואה זיי זאלן אנטרינקען ביימער, איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון, אנטרינקען ביימער; מוהרא"ש איז מסביר (ספר נהרי אפרסמון) אז דער רבי בעט אונז מיר זאלן מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן; א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", דאס האט דער חכם געבעטן זיינע קינדער, זיי זאלן עוסק זיין און אנטרינקען אידישע קינדער מיט חיזוק און עצות זיי צו העלפן וואקסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - ווי אזוי מעג מען ארויסגעבן שיעורים אויף ווידיא?
מאוויס, מוהרא"ש, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א ברכת מזל טוב צום ערשטן אייניקל, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען אסאך אידיש נחת געזונטערהייט און פרייליכערהייט.


איך בין אן אייניקל פון מוהרא"ש זי"ע, און איך בין א תלמיד פון ראש ישיבה שליט"א פון די שיעורים, און לעצטנס האב איך זיך ב"ה צוגעכאפט צום סדר דרך הלימוד, דערווייל נאר מיט גמרא, און איך האב שוין זוכה געווען ברוך ה' צו ענדיגן מסכת ברכות.


איך האב געוואלט פרעגן, מיט'ן פולסטן מאס רעספעקט, דער ראש ישיבה שליט"א רעדט דאך אזוי אסאך אז מ'זאל נישט קוקן אויף קיין שום קליפס און ווידיאס, ווי אזוי קען זיין אז מ'געבט ארויס די שיעורים און דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף קליפס און ווידיאס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אן אייניקל פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו אז דו ביסט זיך מחי' מיט די שיעורים. עס איז מיר א פארגעניגן צו קענען מחזק זיין אן אייניקל פון מורי ורבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; וויפיל איך זאל נאר טון, וויפיל איך זאל נאר וועלן טון, וועל איך קיינמאל נישט קענען באצאלן מוהרא"ש זי"ע פאר דאס וואס ער האט מיר געגעבן.


מוהרא"ש האט אויף מיר רחמנות געהאט, "כַּפָּהּ פָּרְשָׂה לֶעָנִי (משלי לא, כ)", זיינע ארעמעס האט ער אויסגעשטרעקט צום ארעמאן, "וְיָדֶיהָ שִׁלְּחָה לָאֶבְיוֹן", זיינע הענט האט ער אויסגעשטרעקט צו מיר; ער האט מיר מקרב געווען צום אייבערשטן, ער האט מיר געוויזן א וועג אין לעבן ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו האבן דעם גן עדן אויף די וועלט.


איך בין געווען א פארלוירענע נשמה, איך האב זיך נישט געקענט געפונען מיין פלאץ אין די וועלט; איך האב פרובירט אזויפיל וועגן, איך בין געגאנגען צו אזויפיל גוטע אידן זיי זאלן מיר זעטיגן מיין הונגעריגע נשמה, אבער איך האב אלץ געשפירט אז עפעס פעלט מיר אין מיין לעבן, איך האב געשפירט אזוי ווי דער בן יחיד פונעם רב (סיפורי מעשיות מעשה ח' – מרב ובן יחיד) וואס פלעגט לערנען און דאווענען אבער ער האט אלץ געשפירט א חסרון, ער האט נישט געהאט קיין טעם אין זיין עבודת השם, עס האט אים געפעלט דעם מאור הגדול. זיין טאטע - דער רבי האט אים נישט געלאזט גיין צום צדיק, ער האט אים אלץ אפגערעדט: "עס פאסט נישט פאר א רבני'ש קינד צו גיין צו אים"; אזוי האב איך אלץ געשפירט, ביז דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף מיר און מיר אנטפלעקט דעם הייליגן רבי'ן; איך בין געקומען צו מוהרא"ש און דארט האב איך אנגעהויבן שפירן דעם אייבערשטן.


מוהרא"ש איז געווען אזוי גרויס, דאך האט ער געעפנט זיין טיר פאר מיר און מיר געלערנט א וועג אין לעבן; אויף דעם איז נישט שייך צוריק צו צאלן, ווי קען מען באצאלן פאר געבן לעבן... איין זאך קען איך טון, איך וועל טון וואס מוהרא"ש האט אונז געבעטן אלע יארן, מיר זאלן פארשפרייטן פאר אלעמען די שיינע עצות, מיר זאלן לערנען מיט אנדערע דאס וואס מיר האבן באקומען, אנדערע זאלן אויך וויסן אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט.


מענטשן פרעגן מיר: 'וואס האט דיר געפעלט? וואס האסטו געטראפן ביי מוהרא"ש? צי וואס דארפסטו בכלל ברסלב?' אזעלכע שטארקע שאלות פרעגט מען שטענדיג: 'וואס האסטו באקומען אין היכל הקודש?' די שאלות קען מען נישט ענטפערן פאר איינעם וואס האט נישט טועם געווען פון דעם הייליגן רבינ'ס עצות; ווער עס לעבט נישט מיט א צדיק קען נישט פארשטיין וואס מען באקומט און וואס מען שפירט ווען מען קומט צום צדיק. אזוי ווי דער הייליגער קדושת לוי ווען ער איז צוריק געקומען פון זיין הייליגן רבי'ן דער גרויסער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו, האט אים זיין שווער געפרעגט: "וואס האסטו געלערנט ביי דיין רבי'ן?" האט ער געזאגט: "איך האב געלערנט אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט", האט דער שווער אים אויסגעלאכט און געזאגט: "ווער ווייסט דען נישט אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט, פארוואס האסטו געדארפט אוועק פארן פון שטוב און איבערלאזן די ווייב, יעדער ווייסט אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט?!" האט דער הייליגער בארדיטשובער רב זכותו יגן עלינו געזאגט דעם שווער: "אלע זאגן אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט, אבער איך לעב מיט דעם, דאס האב איך געלערנט ביים הייליגן מעזריטשער מגיד זי"ע, ער האט מיר געברענגט נאנט צום אייבערשטן".


דאס ענטפער איך פאר אלע וואס פרעגן מיר: "וואס האסטו געלערנט ביי מוהרא"ש זי"ע? וואס האסטו דארט איינגעזען?" ענטפער איך: "איך האב געלערנט אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט", און אז מען פרעגט ווייטער: "אלע ווייסן דאס!" זאג איך זיי: "אלע זאגן אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט, אבער איך לעב מיט דעם".


ביי מוהרא"ש האב איך באקומען אן אנדערע בליק אין לעבן; מוהרא"ש האט מיר געברענגט נאנט צום אייבערשטן, דאס איז א זאך וואס מען קען נישט מסביר זיין פאר אנדערע, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן א): "דוד המלך זאגט (תהילים קלה, ה): 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים', פרעגט דער רבי וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי' אז איך ווייס? זאל שטיין: 'כִּי גָּדוֹל ה'' אז דער אייבערשטער איז גרויס?! זאגט דער רבי: 'כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל', מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליין קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן".


וויפיל מיר וועלן נאר רעדן פון דיין גרויסן זיידן מוהרא"ש זי"ע, האט מען גארנישט אנגעהויבן רעדן פון זיין גרויסקייט; זיין גאנצע לעבן האט ער אוועק געגעבן פאר אידישע קינדער, מוהרא"ש האט ליב געהאט נאך א איד, עס איז אים געגאנגען אין לעבן צוריק צו ברענגען אלע אידן צום אייבערשטן, דאס האט ער געטון זיין גאנצע לעבן. ער איז געווען איינער אליין, ער האט קיינעם נישט געהאט; נישט די ווייב, נישט די קינדער - קיינעם, דאך האט ער נישט אפגעלאזט זיין הייליגע ארבעט, נאר מוסיף געווען מער און מער. דערפאר פריי איך זיך צו הערן אז דו האסט א געפיל צו גיין אין די וועגן פון דיין זיידע מוהרא"ש זי"ע, דו ביסט זיך מחזק מיט זיינע ווערטער, מיט זיינע עצות.


מוהרא"ש וואלט אזוי הנאה געהאט צו הערן אז זיינע אייגענע קינדער און אייניקלעך לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); מוהרא"ש פלעגט אזויפיל רעדן און פרובירן אריין צו ברענגען ביי די אייניקלעך זיי זאלן אננעמען זיינע ווערטער; מוהרא"ש האט זייער מקרב געווען זיינע אייניקלעך.


מזל טוב פאר'ן סיום מסכת ברכות; יעצט הייב אן מסכת שבת, אזוי זאלסטו גיין ווייטער און ווייטער ביז דו וועסט זוכה זיין צו מסיים זיין גאנץ ש"ס. אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לערנען משניות; מוהרא"ש זאגט אז משניות האט אין זיך א ספעציעלע סגולה, עס ברענגט אריין אינעם מענטש א שטארקע גליסט צו לערנען נאך און נאך, מען באקומט א שטארקע רייץ צו וועלן לערנען די גאנצע תורה. עס רייצט אן דעם מענטש צו וועלן האבן שיעורים אין כל התורה כולה, זאלסטו לערנען יעדן טאג אביסל משניות.


דאס וואס דו פרעגסט ווי אזוי מען קען מאכן ווידיאוס וכו'; ביסט הונדערט פראצענט גערעכט. ווידיאוס איז נישט א זאך פאר ערליכע אידן, אפילו קוקן גוטע זאכן איז נישט כדאי, עס ברענגט נישט קיין גוטס; דאס שלעפט דעם מענטש צו קוקן נישט גוטע זאכן, עס פאר'תמ'ם דעם קאפ און שכל; דאס איז נאר א וועג צוריק צו ברענגען די וואס זענען נעבעך אראפגעפאלן, זיי זענען ביי זיך אזוי צעבראכן - מאכט מען דאס פאר זיי, אבער פאר ערליכע אידן איז זיכער נישט גוט צו קוקן ווידיאוס.


וואויל איז דעם וואס קוקט נישט קיין ווידיאוס און קליפס, ער היט זיינע אויגן, וועט אים זיין גוט בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#44 - פארוואס שרייבט מוהרא"ש אזוי שארף אין זיין צוואה?
צדיקים, מוהרא"ש, קשיות, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך מחיה מיט די חיזוק פונעם ראש ישיבה וואס האלט מיר ממש ביים לעבן, איך האב אנגעהויבן לעבן, און איך האב אנגעהויבן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד.


איך האב אבער א זאך וואס שטערט מיר זייער, דאס וואס איך האב געליינט אין די צוואה פון מוהרא"ש וואו ער שרייבט זייער שארף אויף די אלע וואס האבן אים געטשעפעט, אז דער אייבערשטער ווער נקמה נעמען אין זיי, און אזוי ווייטער. ווי אזוי קען א צדיק רעדן אזוי? צו וועלן זען שלעכטס ביי אנדערע אידן? א צדיק איז דא צו משפיע זיין נאר גוטס פאר יעדן.


איך מיין גארנישט פערזענליך, אבער ס'איז מיר שווער אנצוגיין מיט'ן לערנען אויף סדר דרך הלימוד צוליב די קשיות וואס איך האב אויף מוהרא"ש, ובפרט אויף דעם וואס ער שרייבט אין זיין צוואה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ד שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז א צדיק וויל נישט זען שלעכטס ביי אנדערע אידן, א צדיק וויל משפיע זיין פאר אלע אידן נאר גוטס; עס גייט אים אין לעבן אז אידן זאלן האבן נאר גוטס.


דער צדיק האט אזא שטארקע כח אז ער קען צוריק ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן, וואס טוט דער ס"מ? ער האט זייער מורא אויב דער צדיק וועט אנטפלעקט ווערן, ווייל דעמאלט וועלן דאך אלע אידן צוריק קומען צום אייבערשטן, דערפאר מאכט ער מען זאל רעדן שלעכטס אויפ'ן צדיק, אזוי האלטן זיך מענטשן צוריק פון מקורב ווערן צו אים; ער פארשטעלט דעם צדיק וואס קען צוריק ברענגען יעדן איינעם צום אייבערשטן, אפילו מענטשן וואס זענען שוין זייער ווייט, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רנא): "יֵשׁ לְאֵל יָדִי לְהַחֲזִיר כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ לְמוּטָב", איך קען צוריק ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן, "וְלֹא בִּלְבַד אֲנָשִׁים פְּשׁוּטִים", נישט נאר פשוט'ע מענטשן קען איך צוריק ברענגען צום אייבערשטן, "אֶלָּא אֲפִלּוּ צַדִּיקִים וַאֲנָשִׁים גְּדוֹלִים אֲנִי יָכוֹל לְהַחֲזִירָם לְמוּטָב", איך קען צוריק ברענגען אלע גרויסע צדיקים צום גוט'ן וועג; קומט עמלק און מאכט ליצנות אויף די אמת'ע צדיקים, אלעס נאר צו פארשטעלן דעם אמת'ן צדיק.


אז דו וועסט נאכאמאל לערנען די צוואה מיט אן אמת'ע בליק וועסטו זען אז דאס איז בכלל נישט שארף געשריבן, עס איז פול מיט רחמנות; דו וועסט וויינען ווען דו וועסט ליינען די ווערטער וואס מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יד): "לֹא הָיָה לִי יוֹם אֶחָד טוֹב בְּזֶה הָעוֹלָם - בְּלִי שׁוּם גֻּזְמָא כְּלָל", איך האב נישט געהאט קיין איין גוטן טאג אין מיין לעבן, אן קיין גוזמא, "וּמַמָּשׁ בָּכִיתִי בְּכָל יוֹם וָיוֹם", איך פלעג וויינען יעדן טאג פון מיין לעבן, "מֵרֹב צַעַר וְעַגְמַת נֶפֶשׁ שֶׁסְבָבוּנִי מִבַּיִת וּמִחוּץ", פון די יסורים וואס איז אויף מיר אריבער - סיי פון אינדרויסן און סיי פון שטוב; מיט אלע צרות אין יסורים האט ער נישט אויפגעהערט מחזק זיין אידישע קינדער, טאג און נאכט, נאכט און טאג - האט ער געשריבן ספרים און קונטרסים פאר בחורים און מיידלעך זיי זאלן זיך האבן מיט וואס צו מחזק זיין.


איך האב נאכאמאל אפיר גענומען די צוואה אויפצוזוכן וועלכע שטיקל דיר שטערט, איך ליין און איך וויין זעענדיג וואס מוהרא"ש שרייבט (שם, אות יא): "אִיךְ וִויל אַייךְ זָאגְן דֶעם רֵיינֶעם אֱמֶת, אַז דִי אַלֶע וָואס הָאבְּן גֶעהַאט אַ חֵלֶק אִין דֶעם שְׁלֶעכְטְן נָאמֶען וָואס מֶען הָאט אַרוֹיסְגֶעלָאזְט אוֹיף מִיר, זָאל מְקוּיָם וֶוערְן בַּיי זֵיי דֶער פָּסוּק (תְּהִלִים יב, ד): "יַכְרֵת ה' כָּל שִׂפְתֵי חֲלָקוֹת לָשׁוֹן מְדַבֶּרֶת גְדֹלוֹת, אֲשֶר אָמְרוּ לִלְשׁׂנֵנוּ נַגְבִּיר שְׂפָתֵינוּ אִתָּנוּ מִי אָדוֹן לָנוּ" - זֵיי וֶועלְן אִינְגַאנְצְן פַארְשְׁנִיטְן וֶוערְן. אוּן זֵיי וֶועלְן קֵיינְמָאל נִישְׁט פַארְגֶעבְּן וֶוערְן אוֹיף דָאס וָואס זֵיי הָאבְּן גֶעטוּן, דֶער הֵיילִיגֶער "רְמָ"א" פַּסְקְ'נְט (אוֹרַח חַיִים סִימָן תר"ו) אַז אוֹיבּ מֶען הָאט אַרוֹיסְגֶעלָאזְט אַ שְׁלֶעכְטְן נָאמֶען אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ דַארְף מֶען יֶענֶעם נִישְׁט מוֹחֵל זַיין. דֶער "מָרְדְכַי" שְׁרַייבְּט אַז אוֹיבּ מֶען לָאזְט אַרוֹיס אַ שְׁלֶעכְטְן נָאמֶען אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ וֶוערְט דָאס קֵיינְמָאל נִישְׁט פַארְגֶעבְּן - "אֵין לוֹ מְחִילָה עוֹלָמִית" עַיֵין שָׁם.


דאס וואס מוהרא"ש שרייבט איז בכלל נישט שארף, דאס איז וואס דוד המלך בעט דעם אייבערשטן (תהילים יב, ד) אז די אלע וואס רעדן שלעכטס אויף צדיקים, זיי פארשפרייטן לשון הרע אויפ'ן צדיק און זענען גורם אז אידישע קינדער זאלן נישט קענען תשובה טון - זאלן נישט האבן קיין חלק אויף די וועלט און אויף יענע וועלט; דו שרייבסט אז דו האסט קשיות אויף מוהרא"ש, איך וויל דיר פרעגן, תהלים האסטו אויך אויפגעהערט זאגן? דוד המלך בעט אין תהלים (שם): "יַכְרֵת ה' כָּל שִׂפְתֵי חֲלָקוֹת, לָשׁוֹן מְדַבֶּרֶת גְּדֹלוֹת, אֲשֶׁר אָמְרוּ לִלְשֹׁנֵנוּ נַגְבִּיר שְׂפָתֵינוּ אִתָּנוּ מִי אָדוֹן לָנוּ", דער אייבערשטער זאל פארשניידן אלע בעלי לשון הרע, זיי זאלן נישט האבן קיין חלק לעולם הבא; האסטו אויפגעהערט צו זאגן תהילים?


קוק ווייטער וואס מוהרא"ש שרייבט, פארוואס איז ער זיי נישט מוחל? פארוואס בעט ער דעם אייבערשטן אז ער זאל זיי פארשניידן: "דִי מֶענְטְשְׁן וֶועלְכֶע הָאבְּן אוֹיף מִיר אַרוֹיסְגֶעלָאזְט דֶעם שְׁלֶעכְטְן נָאמֶען הָאבְּן מִיט דֶעם גֶעמַאכְט אוּן גוֹרֵם גֶעוֶוען אַז טוֹיזְנְטֶער אִידְן זָאלְן נִישְׁט תְּשׁוּבָה טוּן, דִי מֶענְטְשְׁן וָואס הָאבְּן דָאס גֶעטוּן זֶענֶען 'חוֹטְאִים וּמַחְטִיאִים אֶת הָרַבִּים', וָואס נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט, אוּן עֶר וֶועט זִיכֶער נְקָמָה נֶעמֶען פוּן זֵיי".


א צדיק גייט אין לעבן צוריק צו ברענגען אלע אידן צום אייבערשטן; אים גייט נישט אן אז מען רעדט אויף אים, אים שטערט נישט וואס מען טוט מיט אים, ער איז ביי זיך גארנישט, ער איז בטל ומבוטל צום אייבערשטן, ביים לעבן איז ער שוין ביי זיך "שָׁכֵן לֶעָפָר בְּחַיָּיו", אזוי ווי ער ליגט שוין באגראבן, ער וויל גארנישט, ער דארף גארנישט, ער איז יעדע רגע גרייט צוריק צו גיין צום אייבערשטן, ער וויל איין זאך: 'אלע אידן זאלן זיין באהאפטן צום אייבערשטן'. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מיר גייט נישט אן וואס מען רערט אויף מיר, עס גייט מיר אן אז מען האלט צוריק מענטשן פון תשובה טון; דאס וואס איך שרייב אנטקעגן די וואס רעדן און מאכן חוזק פון מיר, וואס איז נוגע פאר מיר אליינס גייט מיר נישט אן, נאר די מענטשן זענען גורם אז טויזנטער אידן זאלן נישט תשובה טון".


איך וויל דיר פרעגן, וואס וואלסטו געטון ווען דו זעסט מענטשן ווערן דערטראנקען אין וואסער און עס שטייט איינער און ווארפט זיי אויס שטריקן זיי זאלן זיך קענען ראטעווען, קומען לצים און שניידן אפ די שטריקן און אלע מענטשן אין וואסער ווערן דערטראנקען, וואס וואלסטו געטון מיט די לצים? ווי אזוי וואלסטו געקוקט אויף זיי? ווי אזוי וואלסטו געשריבן אויף זיי? זענען זיי נישט קיין רוצחים? דאס זעלבע איז ווען איינער רעדט לשון הרע אויף ספרים און קונטרסים וואס זענען מחזק צעבראכענע בחורים און מיידלעך וואס דערטרונקען זיך, זיי פאלן אראפ אין זינד, זיי האבן נאך איין האפענונג צוריק צו קומען, דורך די ספרים און קונטרסים און עס קומען מענטשן וואס זאגן: "מען טאר נישט אריינקוקן אין די ספרים און קונטרסים", וואס זענען זיי? ווי אזוי דארף מען קוקן אויף זיי?


מיט דעם אלעם וואס מוהרא"ש האט געליטן אלע יארן פון די וואס רעדן אויף אים, בעט אונז מוהרא"ש מיר זאלן נישט מאכן קיין מחלוקות און מיר זאלן זיך נישט קריגן מיט קיינעם; אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט ווייטער (צוואת מוהרא"ש, שם): "מִיט-דֶעם-אַלֶעם בֶּעט אִיךְ אַייךְ, מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אַז אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְמִישְׁן אִין קַיין מַחְלוֹקֶת, אִיר זָאלְט נָאר שְׁטִיל שְׁוַוייגְן אוּן נִישְׁט עֶנְטְפֶערְן פַאר דִי וָואס הָאבְּן מִיר פַארְשֶׁעמְט. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז זִיכֶער גֶערֶעכְט מִיט אַלֶעם וָואס עֶר טוּט, אִיךְ דַארְף תְּשׁוּבָה טוּן, אוּן דָאס טוּ אִיךְ טַאקֶע, יֶעדְן טָאג טוּ אִיךְ נָאכְאַמָאל תְּשׁוּבָה, וַוייל נִישְׁט אוּמְזִיסְט רוֹדְפְ'ט מֶען מִיר.


וָואס טוּ אִיךְ דֶען? אִיךְ בִּין נָאר מְגַלֶה דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן פַאר דִי גַאנְצֶע וֶועלְט, אוֹיף אַזַא וֶועג אַז אֲפִילוּ דֶער שְׁוַואכְסְטֶער אוּן נִידֶערִיגְסְטֶער מֶענְטְשׁ זָאל אוֹיךְ קֶענֶען שְׁפִּירְן דִי לִיכְטִיגְקַייט פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן. אוּן דֶערִיבֶּער אִיז דִי מִדַת הַדִין מְקַטְרֵג אוֹיף מִיר, אוּן דִי מִדַת הַדִין גֵייט אַרַיין אִין דִי רְשָׁעִים וֶועלְכֶע טְשֶׁעפֶּענֶען מִיר אוּן קְרִיגְן אוֹיף מִיר, אוּן אִיךְ דַארְף נָאר טוּן תְּשׁוּבָה שְׁלֵימָה. וַוייל אוֹיף צוּ קֶענֶען מְגַלֶה זַיין דִי לִיכְטִיגְקַייט פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוֹיף אַזַא גֶעוַואלְדִיגֶע פַארְנֶעם, דַארְף מֶען הָאבְּן אַ סְפֶּעצִיעֶלֶע זְכִיָה פוּן הִימְל.


אָבֶּער פוּן אַייךְ בֶּעט אִיךְ אַז אִיר זָאל נָאר אָפְּשְׁוַוייגְן, אִיר זָאלְט גָארְנִישְׁט צוּרִיק עֶנְטְפֶערְן פַאר דִי אַלֶע וָואס רֶעדְן קֶעגְן מִיר, זֵיי וֶועט שׁוֹין דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער בַּאשְׁטְרָאפְן, וַוייל וֶוער עֶס רֶעדְט אוֹיף מִיר וֶועט שׁוֹין כַאפְּן זַיינְס, פְרִיעֶר אָדֶער שְׁפֶּעטֶער".


אז דו האסט קשיות אויף צדיקים זאלסטו טון וואס דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (הנהגות אדם, סימן א) מען זאל זיך מתבודד זיין און וויינען צום אייבערשטן אויף אלע מעשים וואס מען דארף פאררעכטן, "וְאָז יִרְאֶה בְּעַצְמוֹ שֶׁעָמְדוּ עֲוֹנוֹתָיו נֶגֶד עֵינָיו, וְיִזְכֹּר אֶת חֲטֹּאתָיו וַעֲווֹנוֹתָיו וּפְשָׁעָיו כֶּהָרִים וּגְבָעוֹת", דעמאלט וועט מען זען די עבירות וואס גרייכט אזויפיל ווי ריזיגע בערג, "אֲשֶׁר מֵעוֹלָם לֹא זָכַר אוֹתָם אִם עָשָׂה כָּכָה". וואס פאר'ן זיך מתבודד זיין האט ער בכלל נישט געוואוסט אז ער דארף תשובה טון אויף דעם, "כָּכָה יַעֲשֶׂה לֹא פַּעַם וְלֹא שְׁתַּיִם וְלֹא מֵאָה פְּעָמִים, עַד אֲשֶׁר יְרַחֲמוּ עָלָיו מִן הַשָׁמַיִם", אזוי זאל ער טון נישט איין מאל, נישט צוויי מאל, נישט הונדערט מאל; ער זאל זיך אזוי פירן ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אים און אים פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג, "וְיִתְפַּלֵּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיַּדְרִיכֵהוּ בַּדֶּרֶךְ וְיוֹרֵהוּ דַּרְכּוֹ שֶׁלֹא יְבַלֶּה חַיֵּי חַיָּיו", ער זאל בעטן דעם אייבערשטן ער זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, ער זאל נישט פארברענגען זיינע יארן און טעג מיט נארישקייטן, ביז דער אייבערשטער וועט אים העלפן ער וועט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


הלואי זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לערנען יעדן טאג די צוואה פון מוהרא"ש, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו לעבן מיט'ן אייבערשטן. בפרט אות ט וואו מוהרא"ש שרייבט: "זִכְרוּ הֵיטֵיב וּתְיַישְּׁבוּ עַצְמְכֶם וְאָז תִּרְאוּ כִּי שָׁוְא תְּשׁוּעַת אָדָם, וְהַכֹּל הֶבֶל הֲבָלִים", געדענקט גוט און נעמט גוט אריין אין אייער קאפ אז איר האט קיינעם נישט אויף די וועלט, עס איז א שאד זיך צו פארלאזן אויף מענטשן, "אַף אֱחָד לֹא יָכוֹל לַעֲזוֹר לָכֶם, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לְהַזִּיק לָכֶם", קיינער קען אייך נישט העלפן און זיכער נישט שלעכטס טון, "וְעַל כֵּן אַל תִּירָאוּ וְאַל תֵּחַתּוּ מִשּׁוּם בִּרְיָה שֶׁבָּעוֹלָם, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאַל תַּחֲנִיפוּ אֶת שׁוּם בִּרְיָה, כִּי לֹא יוֹעִיל כְּלָל, אֶלָּא עוֹד יַזִיק לָכֶם בִּבְרִיאוּתְכֶם", דעריבער זאלט איר נישט מורא האבן פון קיין שום מענטש און איר זאלט זיך נישט חנפ'נען צו קיינעם ווייל דאס וועט אייך גארנישט העלפן, פארקערט, דאס וועט אייך שאטן צום געזונט, "כִּי כְּשֶׁאָדָם שָׂם בִּטְחוֹנוֹ בְּבָשָׂר וָדָם, וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁאֵינוֹ נַעֲשָׂה כִּרְצוֹנוֹ אֲזַי בָּא לִידֵי אַכְזָבוֹת גְּדוֹלוֹת עַד מְּאֹד, וְנִשְׁבָּר לְגַמְרֵי, וְנוֹפֵל רוּחוֹ, וְנֶחֱלַשׁ דַּעְתּוֹ", ווייל ווען מען פארלאזט זיך אויף מענטשן און דערנאך זעט מען אז יענער איז נישט אינטערעסירט דיר צו העלפן און ער קען דיר נישט העלפן, דאן ווערט מען זייער אנטוישט און זייער צעבראכן, "אֲבָל בָּזֶה שֶׁמַּכְנִיסִים אֶת עַצְמוֹ לְגַמְרֵי בֶּאֱמוּנָה פְּשׁוּטָה בּוֹ יִתְבָּרַךְ, אָז מַצְלִיחִים בְּכָל הָעִנְיָנִים, כִּי אֵינוֹ חוֹנֵף לְשׁוּם בִּרְיָה, וְכֵן אֵינוֹ מִתְיָרֵא מִשּׁוּם בִּרְיָה, וְחַי אֶת הַחַיִּים שֶׁלּוֹ", אבער אז מען גלייבט אינעם אייבערשטן און מען פארלאזט זיך אויף אים - איז מען זייער מצליח, עיין שם.


איך האף אז דו וועסט אפלאזן דיינע נארישע חכמה'לעך, דו וועסט צוריק אנהויבן לערנען פלייסיג דעם דרך הלימוד, וועסטו זוכה זיין צו לערנען כל התורה כולה. מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין די צוואה (אות יג): "וּכְשֶׁתַּגִיעוּ לְעוֹלָם הָאֱמֶת אָז תִּיוָכְחוּ צִדְקַת 'סֵדֶר דֶּרֶך הַלִימוּד' שֶׁל רַבֵּינוּ זַ"ל", ווען איר וועט ארויף קומען אויף יענע וועלט וועט איר זיך איבערצייגן די ווארהייט פונעם הייליגן רבינ'ס 'סדר דרך הלימוד'; "וְעַל כֵּן מַה וְלָמָּה לָכֶם לְהִתְוַכֵּחַ?! טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב הַשֵּׁם, הַרְגִילוּ עַצְמְכֶם לָזֶה וְאָז תִּרְאוּ וְתִּרְגְשׁוּ כָּל מִינֵי טַעֲמִים בְּחַיֵּיכֶם", דעריבער זאלט איר זיך נישט טענה'ן מיט קיינעם, נאר געוואוינט אייך צו צו לערנען לויט דעם סדר דרך הלימוד, דעמאלט וועט איר זען און שפירן אלע טעמים אויף די וועלט, "כִּי הַתּוֹרָה הִיא חִיוּתֵנוּ בָּעוֹלָם הַזֶה וּבָעוֹלָם הַבָּא, חִיוּת גַּשְׁמִי וְחִיוּת רוּחְנִי", ווייל די תורה איז אונזער לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, די תורה געבט אונז לעבן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁאֵינוֹ מַטְעֶה עַצְמוֹ בָּזֶה הָעוֹלָם כְּלָל, וְיוֹדֵעַ אַשֶׁר עִיקָר הַלִימוּד הוּא רַק לַעֲשׂוֹת רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ וְלוֹמֵד עַל מְנָת לְקַיֵים מִצְווֹתָיו יִתְבָּרַךְ וְלַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לוֹ יִתְבָּרַךְ", וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ווייסט אז דער עיקר לימוד התורה איז צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף דיר און אויף אלע אידן.

#43 - פארוואס האט מוהרא"ש צוגעזאגט אזויפיל הבטחות?
מוהרא"ש, זיכוי הרבים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס זענען ממש מחיה נפשות, איך בין זיך מחיה מיט יעדע שיעור באזונדער.


איך וויל פרעגן פארוואס מוהרא"ש האט צוגעזאגט אזויפיל הבטחות אויף יעדע זאך, אויף ווער ס'וועט קומען צו זיין ציון, טראגן זיין קמיע, מקוה מלכה, דרוקן אשר בנחל, און אזוי ווייטער.


מ'טרעפט עס נישט אזוי ביי אנדערע צדיקים, פארוואס האט מוהרא"ש דאס יא געטון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ד שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא פה.) אויפ'ן פסוק (ירמיהו טו, יט): "וְאִם תּוֹצִיא יָקָר מִזּוֹלֵל - כְּפִי תִהְיֶה", ווען א מענטש ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן – "אֲפִילוּ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא גוֹזֵר גְזֵירָה, מְבַטְּלָהּ בִּשְׁבִילוֹ", אפילו דער אייבערשטער אליינס מאכט א גזירה, איז ער עס מבטל צוליב דעם מענטש וואס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן; מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין צוריק ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן איז דאך פשוט אז דער אייבערשטער איז מבטל אלע גזירות צוליב אים.


דאס האט מען געזען און דאס זעט מען ביי אלע צדיקים וואס האבן עוסק געווען אין צוריק ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, זיי האבן געהאט א כח צו ברענגען ישועות; קיינער האט זיי נישט געקענט אפהאלטן און שטיין אין זייער וועג. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה, קכח): "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


עס איז מקובל פון צדיקים אז יעדע זאך וואס מען טוט מיט מסירות נפש האט א כוח צו ברענגען ישועות פאר אידישע קינדער, און אזוי ווי מוהרא"ש האט זיך א גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער, בפרט פאר בחורים און מיידלעך - זיי צו ראטעווען פון עבירות. קיינער ווייסט נישט אדער מאכט מען זיך ווי מען ווייסט נישט וואס בחורים גייען אריבער, ווי זיי פאלן אין עבירות רחמנא לצלן, בחורים זענען פוגם בברית, אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; קיינער האט נישט קיין ווערטער זיי צו מחזק זיין, קיינער קוקט נישט אויף זיי, ווידער מוהרא"ש האט דורכאויס זיין גאנץ לעבן געשריבן ספרים און קונטרסים זיי צו מחזק זיין, זיי שטארקן. מוהרא"ש האט געזאגט אז ווען ער וועט ארויף קומען אויף יענע וועלט וועט ער זיך מוסר נפש זיין פאר אלע בחורים, ער וועט טענה'ן פאר'ן בית דין של מעלה: "וואס זענען בחורים שולדיג אז זיי פאלן אראפ אין עבירות?!" דעריבער האט מוהרא"ש צוואה געלאזט (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג"; ווייל ער האט זיך זיין גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פאר בחורים און מיידלעך האט ער זוכה געווען ווייטער צו העלפן בחורים און מיידלעך אויף יענע וועלט.


אויך האט מוהרא"ש זיך מוסר נפש געווען צו בויען א מקוה אין יבנאל מיט מסירת נפש, ווען מען האט נישט געלאזט בויען די מקוה אין יבנאל, און דער רב אין יבנאל האט איינגערעדט אז זיין מקוה איז כשר, ער האט מכשיל געווען אלעמען מיט איסורי כריתות רחמנא לצלן, ווייל עס איז נישט געווען קיין רעגן וואסער אינעם אוצר, קומט אויס אז אלע וואס האבן זיך גע'טובל'ט האבן זיך גע'טובל'ט אין א פשוט'ע וואנע רחמנא לצלן. די פארשאלטענע רעגירונג, די מדינה של גיהנום האט נישט געלאזט בויען א מקוה, האט מוהרא"ש געבויט אינמיטן די נאכט שטילערהייט א מקוה מיט שרעקליכע פיין, דערפאר האט מוהרא"ש צוגעזאגט אז יעדע פרוי וואס וועט נוצן די "מקוה מלכה" וועט האבן קינדער, אפילו פרויען וואס קענען קיין קינדער נישט האבן בדרך הטבע וועלן זוכה זיין צו קינדער, און דאס זעט מען קלאר.


איך אליינס קען אינגעלייט וואס האבן נישט געהאט קיין קינדער, די דאקטורים האבן זיי מייאש געווען פון האבן קינדער, אבער זיי זענען געפארן קיין יבנאל און גענוצט די סגולה און זיי האבן זוכה געווען צו קינדער; ווייל א זאך וואס מען לייגט אריין דערין מסירות נפש האט א כח צו ברענגען אלע סארט ישועות.


אזוי אויך מיט'ן דרוקן דעם ספר אשר בנחל; די בריוו האט מוהרא"ש געשריבן מיט מסירות נפש צו מחזק זיין אידישע קינדער זיי זאלן זיך צוריק קערן צום איבערשטן, דערפאר האט דאס א כח צו ברענגען אלע ישועות און אלע רפואות. וואויל איז דעם וואס העלפט דרוקן די ספרים, ער וועט זוכה זיין צו זען אפענע ישועות און אפענע רפואות .


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#42 - פארוואס האט מוהרא"ש נישט געשריבן ווייטער דעם ספר "להבות אש"?
ספרי ברסלב, מוהרא"ש, תיקוני זוהר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער שוין אויס די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א פאר איבער צוויי יאר, דאס האט מיר געמאכט לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, איך האב שיעורים קבועים אין משניות און גמרא און נאך אסאך, א גרויסן יישר כח.


איך האב געזען דעם ספר "להבות אש" פון מוהרא"ש זי"ע אויפ'ן "תקוני זהר", און איך וואונדער זיך פארוואס מוהרא"ש האט נישט געשריבן ווייטער דעם ספר. דאס האט שוין מוהרא"ש אנגעהויבן שרייבן אין יאר תשמ"ט, און זייט דעמאלט האט ער געשריבן נאך פילע אנדערע ספרים, פארוואס האט ער נישט צוגעענדיגט דעם ספר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו האסט דעם ספר "להבת אש", דעם פירוש וואס מוהרא"ש האט געשריבן אויף תיקוני זוהר, איז כדאי דו זאלסט לערנען די הקדמה פונעם ספר. מוהרא"ש שרייבט אז ער האט אלע זיינע יארן, ווען ער האט געלערנט תיקונים נישט געוואלט אראפשרייבן די פירושים אויף די תיקונים אלץ צוויי טעמים, איינס ווייל דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רפה): "וְעַל סֵפֶר הַתִּקּוּנִים לְבַד, לֹא יַסְפִּיקוּ אֲלָפִים סְפָרִים לְבָאֵר עֶצֶם רִבּוּי הַסּוֹדוֹת שְׁיֵשׁ שָׁם, אֲשֶׁר לֹא יַכִילֵם הָעִיוּן", אפילו מען זאל אפשרייבן טויזנטער ספרים וועט מען נישט קענען געבן צו פארשטיין די סודות וואס ליגט אינעם ספר התיקונים, "כַּיָּדוּעַ לַכֹּל גְּדוּלַת קְדוּשַׁת הַתִּקּוּנִים הַקָדוֹשׁ", אזוי ווי עס איז פאר יעדן באקאנט די הייליגקייט פון תיקוני זוהר, "אֲשֶׁר כָּל עוֹרוֹת אֵילֵי נְבָיוֹת לֹא יַסְפִּיקוּ לְבָאֵר סוֹדוֹתָיו וּרְמִיזוֹתָיו וְכוּ'", מען זאל נעמען די הויט פון אלע הערשן און מאכן פון דעם פארמעט וועט מען נישט קענען אראפ שרייבן די סודות וואס ליגט אין דעם ספר; דעריבער - שרייבט מוהרא"ש - האט ער אלע זיינע יארן נישט געשריבן זיינע פשטים, רמזים און סודות וואס ער האט מחדש געווען.


נאך א טעם זאגט מוהרא"ש, אז ווער עס ווייסט און איז באקאנט אין תיקוני זוהר ווייסט אז כמעט יעדע שורה, יעדע צוויי שורות רעדט זיך פון אנדערע זאכן, אין איין בלאט רעדט מען פון זייער אסאך זאכן, פון אנדערע וועלטן און אנדערע סודות, כידוע ליודעים, ממילא איז נישט שייך אראפצושרייבן ווייל עס וועט אויסזען אינטערעסאנט וכו'.


דאס וואס מוהרא"ש האט יא אנגעהויבן שרייבן דאס איז ווען מוהרא"ש איז געווען אין שפיטאל בשנת תשמ"ט נאכדעם וואס ער איז אריבער אן עקסידענט אין ארץ ישראל ג' פרשת בהר י"א אייר תשמ"ט און ער האט געדארפט אריבערגיין אן אפאראציע, ער איז צוריק געקומען קיין אמעריקע ג' בחקותי ווען ער איז אריין אין שפיטאל, דעמאלט האט ער נאכאמאל אנגעהויבן לערנען תיקוני זוהר, אזוי ווי דער רבי האט אונז געהייסן מיר זאלן לערנען תיקוני זוהר א גאנץ יאר נישט נאר חודש אלול (שיחות הר"ן, סימן קכח), און מוהרא"ש האט מקבל געווען אויף זיך אז אויב די אפאראציע וועט אריבער גיין בשלום וועט ער אראפשרייבן אלע חידושים וואס עס וועט אים נתחדש ווערן וכו'.


דאס ווייסטו אז מוהרא"ש האט אפגעשריבן א פירוש אויפ'ן גאנצן ספר הזוהר "מראה אש", אבער מוהרא"ש האט דאס נישט געדרוקט, מוהרא"ש האט ענדערש געדרוקט נאך א קונטרס וואס קען ראטעווען אידישע קינדער, נאך א קונטרס צו מחזק זיין בחורים און מיידלעך וואס זענען פארלוירן; דאס איז געווען דער עיקר פון מוהרא"ש, מחזק זיין אידישע קינדער, זיי געבן די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן.


דאס דארפן מיר נאך טון; מיר דארפן גיין אין די וועגן פון מוהרא"ש, מזכה זיין אידישע קינדער מיט דעם רבינ'ס עצות, מיט דעם וועלן מיר מקרב זיין די גאולה שלימה, מיר וועלן ברענגען משיח במהרה בימינו, אמן.

#41 - פארוואס האט מוהרא"ש געליטן אזויפיל צרות?
תפילה והתבודדות, צרות, צדיקים, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך פונעם ראש ישיבה שליט"א אז אויב מען פאלגט דעם רבי'ן האט מען א שיינע לעבן. פון די אנדערע זייט האב איך אבער געליינט א בריוו ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט איבער די צרות וואס מוהרא"ש זי"ע האט געליטן זיין גאנץ לעבן, האב איך זיך דערשראקן פארוואס אזא איינער ווי מוהרא"ש - וואס איז געווען איין שטיק התבודדות און איין שטיק הפצה און איין שטיק פון אלע עצות פון רבי'ן - פארוואס האט ער געהאט א לעבן פון צרות?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס אויסקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, ז' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר זענען זייער ווייט פון פארשטיין פארוואס דער אייבערשטער מאכט אז צדיקים זאלן ליידן דורכאויס זייער לעבן אלע שווערע יסורים און צרות; דער הייליגער רבי נתן איז דאס מסביר באריכות (ליקוטי הלכות תפילין הלכה ה', אות כז-כח): "יֵשׁ צַדִּיקִים גְּדוֹלִים כָּל כַּךְ שֶׁאֵין צְרִיכִין סִיּוּעַ מִלְּעַילָא וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִתְנַהֵג עִמָּהֶם בַּתְּחִלָּה בְּמִדַּת הַדִּין וְהֵם עוֹמְדִים בְּכָל הַנִּסְיוֹנוֹת וְסוֹבְלִים כָּל מִינֵי יִסּוּרִים וְצָרוֹת הַנִּמְשָׁכִין מִמִּדַּת הַדִּין", עס זענען דא גרויסע צדיקים וואס ליידן זייער גאנץ לעבן ביטערע שווערע ניסיונות, "וְנִשְׁאָרִים עַל עָמְדָם, עַד שֶׁזּוֹכִין לְמַה שֶּׁזּוֹכִין", און די צדיקים דערהאלטן זיך, זיי בלייבן שטארק מיט זייער וועג ביז זיי זענען זוכה צו וואס זיי זענען זוכה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יא, ה): "ה' צַדִּיק יִבְחָן", דער אייבערשטער פרובירט אויס די צדיקים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה לב, ג): "הַיּוֹצֵר הַזֶּה אֵינוֹ בּוֹדֵק קַנְקַנִּים מְרוֹעָעִים", דער טעפער וואס מאכט טעפ, ווען ער וויל באקוקן די טעפ אויב עס איז גענוג שטארק, קלאפט ער נישט אויף די שוואכע טעפ, "וּמָה הוּא בּוֹדֵק? בְּקַנְקַנִּים יָפִים", ער קלאפט אויף די שטארקע טעפ, "שֶׁאַפִלּוּ מֵקִישׁ עֲלֵיהֶם כַּמָּה פְעָמִים אֵינָם נִשְׁבָּרִים", וויפיל ער קלאפט אויף זיי צעברעכן זיי זיך נישט, "כָּךְ אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶלָּא אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי טוט דער אייבערשטער מיט די צדיקים, ער קלאפט אויף זיי צו זען אויב זיי וועלן זיך דערהאלטן. דער הייליגער תנא רבי יוסי זאגט: "הַפִּשְׁתָּנִי הַזֶּה, בְּשָׁעָה שֶׁהוּא יוֹדֵעַ שֶׁהַפִּשְׁתָּן שֶׁלּוֹ יָפָה, כָּל שֶׁהוּא כּוֹתְשָׁהּ הִיא מִשְׁתַּבַּחַת, וְכָל זְמַן שֶׁהוּא מַקִּישׁ עָלֶיהָ הִיא מִשְׁתַּמֶּנֶת", ווען מען האט גוטע פלאקס דעמאלט קען מען דאס גוט אויסקלאפן, ווייל ווי מער מען קלאפט דאס אויס ווערן זיי בעסער און פעטער, "וּבְשָׁעָה שֶׁהוּא יוֹדֵעַ שֶׁהַפִּשְׁתָּן שֶׁלּוֹ רָעָה, אֵינוֹ מַסְפִּיק לָקוּשׁ עָלֶיהָ אַחַת עַד שֶׁהִיא פּוֹקַעַת", ווען מען האט שוואכע סחורה קען מען נישט קלאפן אויף זיי ווייל זיי ווערן אינגאנצן צעהאקט, "כָּךְ אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶלָּא אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי טוט דער אייבערשטער מיט צדיקים, ער קלאפט אויף זיי ווייל ער ווייסט אז זיי וועלן ווערן מער נאנט צו אים און זיי וועלן ווערן מער בטל צו אים. נאך זאגט דער הייליגער רבי אליעזר א משל צו א בעל הבית וואס האט צוויי קוען, א שוואכע קו און א שטארקע קו, "עַל מִי הוּא נוֹתֵן אֶת הָעֹל, לֹא עַל זֹאת שֶׁכֹּחָהּ יָפֶה?" אויף וועלכע קו לייגט דער בעל הבית ארויף די יאך? זיכער אויף די שטארקע קו, "כָּךְ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי מאכט דער אייבערשטער, ער נעמט די צדיקים און זיי פרובירט ער אויס, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יא, ה): "ה' צַדִּיק יִבְחָן".


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קע): "כָּל אֶחָד לְפִי נִשְׁמָתוֹ וּלְפִי עֲבוֹדָתוֹ כָּךְ יֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים", יעדער איינער לויט ווי גרויס ער איז און לויט זיין עבודת השם גייט אויף אים אריבער יסורים, "יֵשׁ שֶׁיֵּשׁ לוֹ יִסּוּרִים מִבָּנָיו וּמֵאָבִיו וּמִשָּׁכֵן", עס זענען דא וואס ליידן פון די קינדער, פון די עלטערן און פון שכנים, "וְיֵשׁ שֶׁהוּא בְּמַדְרֵגָה גְּדוֹלָה מִמֶּנּוּ וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים מִשְּׁכֵנִים רְחוֹקִים", נאכדעם איז פארהאן איינער וואס איז אין א גרעסערע מדריגה, ער ליידט אויך פון ווייטע שכנים, "וְיֵשׁ גָּדוֹל מִמֶּנּוּ וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים מִכָּל הָעִיר", נאכדעם איז דא א גרעסערער צדיק וואס ליידט פון די גאנצע שטאט, "וְיֵשׁ גָּדוֹל מְאֹד וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים מִכָּל הָעוֹלָם", נאכדעם איז דא גאר א גרויסער צדיק וואס ליידט פון די גאנצע וועלט; דאס איז געווען מיט מוהרא"ש, אלע האבן געשפעט פון אים; מענטשן פון די גאנצע וועלט, מענטשן וואס האבן אים קיינמאל נישט געקענט און קיינמאל נישט געזען האבן חוזק געמאכט און גערעדט אויף אים.


וואס מיר דארפן זיך אפלערנען פון די צדיקים, אז מיר זאלן נישט ווערן צעפאלן און צעשאסן ווען עס גייט אריבער אויף אונז וואס עס גייט אריבער; דער צדיק בלייבט שטענדיג שטארק מיט זיין אמונה. דארפן מיר זיך שטארקן אין אמונה ווען עס גייט אריבער וואס גייט אריבער, מוהרא"ש'ס שיינקייט איז געווען אז ווי מער ער איז אריבער שווערע ביטערע יסורים האט ער אלץ מער באלאכטן די וועלט מיט זיינע עצות און חיזוקים, ער האט ליכטיג געמאכט פאר די גאנצע וועלט.


מיר האבן נישט קיין השגה וואס א צדיק איז, מיר זענען זייער ווייט פון קענען פארשטיין א צדיק וואס איז אינגאנצן בטל ומבוטל פאר'ן אייבערשטן; מיר דארפן זיך מחזק זיין מיט די עצות און חיזוקים וואס די הייליגע צדיקים האבן אונז איבערגעלאזט און גיין אין זייערע וועגן, דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין צו האבן א גוט לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.

#40 - וועלכע צרות האט מוהרא"ש געהאט?
התחזקות, צרות, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איר געבט מיר.


מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה אז ער האט נישט געהאט קיין איין גוטע טאג אין זיין לעבן. איך האב געוואלט פארשטיין וואס איז שוין געווען מוהרא"ש'ס צרות אז ער האט זיך אזוי אויסגעדרוקט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישט אלעס קען מען שרייבן, אבער אז מוהרא"ש שרייבט אזוי אין זיין צוואה, און ער האט געהייסן אויפשרייבן אויף זיין מצבה די ווערטער: "וְסָבַל יִסּוּרִים קָשִׁים וּמָרִים כָּל יְמֵי חַיָּיו", - עֶר הָאט גֶעלִיטְן שְׁוֶוערֶע אוּן בִּיטֶערֶע יִסוּרִים זַיין גַאנְץ לֶעבְּן, - איז דאס פשוטו כמשמעו; וואס איז דער נפקא מינה וואס, ווען און וואו, דער עיקר דארף מען זיך לערנען פון אזא צדיק ווי אזוי זיך צו דערהאלטן. מוהרא"ש מיט אלע זיינע ביטערע צרות וואס ער האט געהאט, האט מען נישט געקענט זען אויף אים קיין שום סימן פון יסורים, אדרבה, מוהרא"ש האט שטענדיג געהאט א פנים מאירות, א פרייליכע ליכטיגע פנים. מען האט געקענט זען אויף זיין פנים אן עכטע פרייליכקייט, א ביטול צום אייבערשטן. מיר דארפן זיך אפלערנען פון מוהרא"ש ווי ער האט נאר געזוכט ווי אזוי פרייליך צו מאכן אנדערע.


מוהרא"ש האט דערציילט דעם סיפור התקרבות פון רבי ישראל קארדונער (היילפרין) ווי אזוי ער איז מקורב געווארן; איינמאל האט ער געטראפן אין שֵמות א בריוו, ער ליינט אינעם בריוו ווי איינער איז מחזק זיין זון מיט שטארקע חיזוק, און ער ענדיגט דעם בריוו מיט דעם לשון: "איך קען נישט ממשיך זיין צו שרייבן ווייל די פאליציי ווארט אויף מיר, מיר צו נעמען אין תפיסה וכו'", דער רבי ישראל קארדונער האט נישט געקענט פארשטיין ווי קען זיין א איד וואס גייט אויף אים אריבער אזא שווערע צרה, מען גייט אים איינשפארן אין תפיסה - דאך האט ער אזא ישוב הדעת צו קענען שרייבן אזאלכע שיינע חיזוקים, ער האט געטראכט צו זיך: 'א איד וואס די פאליציי שטייען ביי זיין שטוב און מען גייט אים טראגן אין תפיסה, קען נאך מחזק זיין א צווייטן?! איך מוז וויסן ווער דאס איז'.


ער איז נאכגעגאנגען און זיך נאכגעפרעגט ווער עס האט געשריבן דעם ספר 'עלים לתרופה', האט מען אים געזאגט אז מען טאר נישט אריינקוקן אין דעם ספר ווייל דאס האט געשריבן רבי נתן פון ברסלב. פארשטייט זיך אז ער האט נישט אויסגעהערט וואס די מתנגדים זאגן, און אזוי איז ער מקורב געווארן, ביז ער איז געווארן פון די גרויסע לייט אין ברסלב.


ביי מוהרא"ש איז פיל מער פון דעם; מוהרא"ש האט געהאט נאר צרות און מיט דעם האט ער מחזק געווען יעדן איינעם. ווען מען האט געזען מוהרא"ש האט מען נישט געקענט חלומ'ן וואס ער גייט אריבער, (איך אליינס אפאר יאר נאך מיין התקרבות האב נישט געוויסט בכלל אז מוהרא"ש האט עפעס צרות וכו'). דאס דארפן מיר זיך אפלערנען פון אזא גרויסער צדיק, אז מיר זאלן נישט ווערן צעפאלן ווען עס גייט אריבער שווערע טעג, מען זאל זיך נישט פארלירן און האבן קשיות חס ושלום אויף די אמונה, נאר ווייטער גלייבן אינעם אייבערשטן און זיין געטריי צו אים, און זוכן ווי מען קען העלפן נאך א איד און נאך א איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר אלע זאלן גיין אין די וועגן פון דעם גרויסן צדיק, וועלן מיר אויך זוכה זיין צו ווערן צדיקים.

#39 - ווי אזוי פירט מען זיך מיט די קמיע פון מוהרא"ש?
חיזוק פאר פרויען, לימוד התורה, מוהרא"ש, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, מיין מאן איז זיך ממש מחיה מיט דעם, און ער האלט שוין ביים ענדיגן גאנץ נ"ך און נאך זאכן.


אין די לעצטע וואך צייט האב איך געהאט אסאך מאל קאפ וויי במשך דעם טאג, דאס האט מיר אביסל דערשראקן, און איך וויל בעטן אן עצה וואס איך קען טון דערצו.


אויך וויל איך וויסן וועגן די קמיע פון מוהרא"ש זי"ע, אויב מ'מעג עס אנטון אלס א קייטל אונטער די קליידער, וואו ס'קען אנרירן נישט ריינע פלעצער, און אויך אויב מ'מעג עס אריינטראגן אין בית הכסא.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר, ט"ז אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר שעצט אייער מאן מיט זיין לערנען. עס איז נישט דא נאך איינער וואס קען אויפהייבן דעם מענטש לעבודת השם אזוי ווי א גוטע פרוי. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד", עס איז געווען א מעשה מיט א חסיד וואס האט געהאט אן ערליכע פרוי אבער וויבאלד זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער האבן זיי זיך גט'ן, "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", נאכדעם האט דער חסיד חתונה געהאט מיט נישט אן ערליכע פרוי און מיט די צייט האט זי אים געמאכט פאר א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשַֹּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", ווידער די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א מאן א רשע און זי האט אים געמאכט פאר א צדיק, "הֱוֵי, שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען די געוואלדיגע כח פון א פרוי.


שטארקטס אייך און האטס נישט מורא פון אייער קאפ וויי; געבט אכטונג צו שלאפן און עסן און זייטס ווייטער מחזק אייער מאן, וועט איר זיין געזונט און שטארק.


בנוגע די קמיע פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; מוהרא"ש זאגט אז מען קען גיין מיט די קמיע וואו אימער - אפילו אין בית הכסא און אין נישט ריינע פלעצער. אז איר וועט קוקן אויף די אותיות פון די קמיע וועט איר זען אז די קמיע איז די נאמען פון מוהרא"ש; מוהרא"ש זאגט אז אלע שדים, קליפות און מזיקים האבן מורא פון זיין נאמען, און ווען זיי זעען זיין נאמען אנטלויפן זיי פונעם מענטש. דאס היט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.


דער עיקר דארף מען בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן אמונת חכמים, ווייל ווער עס האט אמונת חכמים דער האט א גוט לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#38 - א גרויסן יישר כח, איר האט געראטעוועט מיין לעבן!
אשר בנחל, מוהרא"ש, דרשות, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איבער א האלב יאר צוריק האב איך באקומען א קארטל פון א בחור, מיט די נומער פון די "קול ברסלב" האטליין, וואו מ'קען הערן שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און זייט דעמאלט האב איך שוין געהערט אומגעפער 30 טויזנט מינוט פון עצות און חיזוק, און יעצט האב איך זיך גענומען די מיה צום ערשטן מאל צו שרייבן א יישר כח, צו דאנקען אויף דעם וואס איר האט מיר ממש געגעבן לעבן.


די פילע עצות האבן מיר אזויפיל געהאלפן אויף טריט און שריט, און ספעציעל די עצה צו רעדן צום אייבערשטן ווי צו א גוטער פריינד, און די עצות אויף שלום בית, האבן מיר גאר שטארק געהאלפן אין מיין טאג טעגליכן לעבן.


א חודש צוריק בין איך געווען ביים ציון פון מוהרא"ש אין יבנאל, און מיט טרערן אין די אויגן האב איך דארט געדאנקט מוהרא"ש אז ער האט איבערגעלאזט אזא תלמיד וואס געבט איבער ווייטער זיינע לימודים, און וואס איז מחזק די גאנצע וועלט.


דער אייבערשטער זאל אייך ווייטער געבן פיל כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


א גרויסן יישר כח


חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, פורים קטן, י"ד אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס קען מען זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד, נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; דער רבי ברענגט אונז צום אייבערשטן, מיר זאלן לעבן מיט אמונה און מיט תכלית. נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן און טון אלעס וואס איך הייס וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק - זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.


איין זאך בעט איך דיר זייער, מאך זיך שיעורים אין הייליגן רבינ'ס ספרים וועט דיין התקרבות זיין א זאך וואס וועט אנהאלטן אויף שטענדיג. ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן דארף מען אסאך לערנען דעם רבינ'ס ספרים, ווייל מען קען נישט זיין מקורב צום רבי'ן נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים - ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, ספורי מעשיות און ספר המידות; אזוי וועט דיין התקרבות זיין שטארק און דו וועסט זיך נישט צו טון מאכן פון קיינעם וכו'. ווייל ליידער אין ברסלב דרייען זיך אסאך וואס האבן נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן און זענען מחליש דעת פרישע מקורבים וכו' מיט שיחות וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן און דורכדעם זענען זיי מרחק פרישע מקורבים וואס קענען נאכנישט דעם רבינ'ס תורות און שיחות, און מיינען אז יעדער וואס דריידט זיך אין ברסלב איז א ברסלב'ער חסיד.


אזוי ווי די מעשה גייט מיט רבי נחמן טולטשינער זכר צדיק לברכה וואס האט אמאל געכאפט א היטש מיט איינעם יוסל פאראנטשיק; אזוי שמועסנדיג זאגט ער פאר רבי נחמן טולטשינער: "איך האב געקענט דעם רבי'ן", און רבי נחמן טולטשינער האט אים מקנא געווען. נאכדעם ווען ער איז געקומען צו רבי נתן האט ער אים דאס דערציילט: "איך האב געטראפן א איד יוסל פאראנטשיק וואס האט געקענט דעם רבי'ן", זאגט אים רבי נתן: "יוסל פאראנטשיק האט נישט 'געקענט' דעם רבי'ן, ער האט 'געזען' דעם רבי'ן, דו 'קענסט' דעם רבי'ן, ווייל דו לערנסט די ספרים פון רבי'ן", אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק געפונט זיך אין זיינע ספרים; קומט אויס אז איינער וואס לערנט די ספרים פונעם הייליגן רבי'ן - דער קען דעם רבי'ן און ער איז א ברסלב'ער חסיד, אבער אז מען לערנט נישט די ספרים האט מען נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן.


דעריבער אז איך זע אז דו שרייבסט מיט אזא שמחה אז דיין לעבן האט זיך דיר געטוישט צום גוטן, בעט איך דיר זייער זאלסט זיך מאכן שיעורים אין רבינ'ס ספרים - בפרט אינעם ספר הקדוש אשר בנחל וואס איז כלול פון אלע ספרים פון רבי'ן - וועט דיר קיינער נישט קענען אוועק נעמען פון רבי'ן.


מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג זאגן: "מען קען נישט האבן שייכות מיטן רבי'ן נאר אז מען לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים"; זאלסטו זיך מאכן שיעורים כסדרן אינעם רבינ'ס ספרים וועסטו האבן א חיים טובים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#37 - פארוואס זאלן די ביליגע חתונות זיין נאר פאר ברסלב?
חתונה, אידיש געלט, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ס'איז זייער צום באוואונדערן אייער גרויסער כח בכלליות, און בפרט אין דעם ענין פון חתונה מאכן פראקטיש און ביליג, און נישט פארפאטשקענען אזויפיל געלט און צייט ווען מ'האט גארנישט דערפון.


מיין שאלה איז אבער פארוואס מ'זעט נישט מענטשן זאלן דאס נאכמאכן? די חתונה סטאנדארט ביים היימישן ציבור איז דאך אזוי הויך און איבערגעטריבן, פארוואס זאלן אנדערע רבנים און ראשי ישיבות דאס נישט נאכמאכן און אויך מאכן חתונות אין שול פאר ביליג, פארוואס זאל דאס זיין נאר פאר היכל הקודש ברסלב?


וואס קען מען טון אז דער געדאנק זאל ווערן מער באוואוסט און אנגענומען ביי גאנץ כלל ישראל?


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך האב פשוט נישט די ווערטער גענוג צו באדאנקען, איר זענט ממש פון די פלאי הבריאה, אייערע זכותים זענען אומשאצבאר.


אברהם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד אברהם נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געלויבט דעם אייבערשטן אז נעכטן איז פארגעקומען די פינפטע חתונה אין ישיבה - אזוי שיין און אזוי אידיש; עס האט גארנישט געפעלט פאר די חתונה, עס איז געווען אזוי פרייליך. די חתן כלה זענען אזוי פרייליך, און די עלטערן זענען משונה פרייליך אז עס האט זיי נישט געקאסט קיין איין פרוטה.


אלע וואס האבן זיך באטייליגט ביי די נעכטיגע חתונה און אלע וואס האבן מיט געהאלטן די פריערדיגע חתונות אין ישיבה זאגן פה אחד: "א שאד אויסצוגעבן געלט פאר אפאר שעה ווען מען קען דאס מאכן בחינם".


די גאנצע זאך פון מאכן פשוט'ע שמחות איז נישט מיין געדאנק, די זאך פון מאכן חתונות בחינם אין ישיבה אדער אין א שול קומט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס האט דאס שוין פאר לאנגע יארן איינגעפירט אין יבניאל פאר אנשי שלומינו. מוהרא"ש האט געבויט א זאל אין יבניאל אונטערן גרויסן שול אז אנשי שלומינו זאלן קענען חתונה מאכן בחינם; די עסן ווערט געקאכט דורך אנשי שלומינו וועלכע צעטיילן זיך מיט די סעודה, איינער מאכט א קוגל, איינער פיש, איינער ברענגט חלות און אזוי ווייטער.


מיר האבן סך הכל געטון צו די זאך לעובדא ולמעשה וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט; אנגעהויבן האט זיך דאס פאריגע יאר ווען מיידלעך פון אונזער סקול 'בית פיגא' האבן אנגעהויבן צו ווערן כלות. אין 'בית פיגא' לערנט מען מיט די מיידלעך אז זיי זאלן אכטונג געבן אויף זייערע עלטערנ'ס געלט, און אז עס לוינט זיך נישט צו קויפן א חתונה קלייד פון טויזנטער דאללער פאר אפאר שעה ווען דער טאטע האט נישט דאס געלט און ער דארף בארגן געלט בשעת מען קען נעמען פאר בחינם א קלייד פון א גמ"ח און האבן א געזונטע טאטע, און אז עס איז נאריש צו דינגען א זאל פאר די פאר שעה פון די חתונה פאר צענדליגער טויזנטער דאללער בשעת מען קען חתונה האבן אין שול, און מען קען אנהייבן דאס לעבן מיט א מאן מיט ליבשאפט אן בארגן געלט. די כלות האבן אלע געזאגט אז זיי ווילן חתונה האבן אין ישיבה, האבן מיר געקענט אנהייבן דאס אויספירן אויף למעשה און מאכן חתונות אין ישיבה.


עס פעלט גארנישט פאר די חתונות אין ישיבה, איין זאך איז נישט דא: "חובות"; די חתונות אין ישיבה זענען בחינם. די מוזיק מאכן די בחורים, די עסן מאכן די פרויען פון אנשי שלומינו; איינער מאכט פיש, איינער קוגל וכו', איינער בילקעלעך, טרינקען און פעיפער-גודס קומט פון די קאך פון ישיבה; אזוי אויך זענען נישט דא קיין סארווערס, די עסן ליגט אין די זייט און יעדער נעמט זיך אליין. ביי מצוה טאנץ איז נישט דא קיין לאנגע דרשות פון הספדים, נאר דער שמש רופט אויס צום טאנצן, ער זאגט בקיצור: "יעמוד", "יעמוד" פאר די זיידעס, מחותנים און חתן כלה. משפחה טאנצ'ן נישט קיין מצוה טאנץ, מצוה טאנץ איז נאר פאר זיידעס, עלטערן און חתן כלה.


דער וואס האט נאך נישט חתונה געמאכט פארשטייט נישט דעם געדאנק פון חתונה מאכן אין ישיבה וכו', אבער דער וואס האט שוין חתונה געמאכט און איז געבליבן מיט חובות - דער ווייסט שוין גאר גוט דאס חשיבות דערפון; עס איז נישט דא נאך אזא שמחה אז די מחותנים קענען זיצן און עסן רואיג און זענען זיך משמח ווי ווען עס קאסט זיי גארנישט קיין געלט.


ביי חתונות זענען אלע פרייליך; די געסט זענען פרייליך, חתן כלה זענען משונה פרייליך, די מחותנים זענען אויך פרייליך - אבער עס דרוקט זיי די חובות. אסאך מאל דארף מען רופן 'הצלה' ביי א חתונה צום מחותן ווען עס הייבט אים אן דרוקן זיין הארץ פון די חובות אין וואס ער איז אריין. ווען די חתונה ענדיגט זיך גייען אלע אהיים, אלע פארגעסן וואס עס איז געווען, חוץ די מחותנים - זיי דארפן נעבעך בלוטיגן פון די חובות פון די חתונה נאכט.


דאס וואס דו פרעגסט: "ווי אזוי מען קען דאס אריין ברענגען אין דער וועלט וכו'?" נאך אביסל וועלן דאס אלע נאכמאכן - צי מען וויל יא צי מען וויל נישט; דער עולם הייבט אן צו כאפן וואס די עשירים טוען נעבעך מיט'ן המון עם, ווי זיי טרינקען אויס דאס בלוט פון אידישע קינדער. זיי זענען קראנק פאר אביסל כבוד המדומה דערפאר ווייזן זיי ביי זייערע שמחות אז זיי האבן געלט, נאכדעם דארפן אלע זיי נאכמאכן, וועט עס סיי ווי פלאצן; על כל פנים איך דארף זען אז מיינע תלמידים זאלן נישט האבן קיין חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז מען זאל לעבן פאר זיך, מען זאל זיין פרייליך ביי א שמחה און מען זאל הנאה האבן פון די שמחה, עס זאל זיין מיטן אייבערשטן - אן בארגן און אן גנב'נען פון א צווייטן.

#36 - וואס קענט איר מיר דערציילן איבער מוהרא"ש?
מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווער אי"ה אן אייניקל פון מוהרא"ש זי"ע, וואס קענט איר מיר דערציילן מער איבער מוהרא"ש, און וואס דאס מיינט פאר מיר, ווערנדיג יעצט אן אייניקל?


יישר כח, שלומי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן שלומי נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די שאלה איז נישט קיין גרינגע שאלה, עס איז א שאלה וואס האט נישט קיין ענדע; ווי קען מען אראפ שרייבן ווער מוהרא"ש איז געווען? ווער קען דערציילן וואס א צדיק איז? עס איז נישט דא קיין אנהייב און קיין ענדע צו די מעשים פון א צדיק.


איך וועל דיר זאגן אפאר ווערטער וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט אין שפיטאל עטליכע טעג פאר זיין הסתלקות.


געווען איז דאס מוצאי שבת קודש פרשת בשלח ווען איך בין אריבער אינעם קאלאמביע שפיטאל, און איך האב זוכה געווען צו זען מוהרא"ש נאכאמאל איידער ער איז אוועק פון דער וועלט, עס האט אויס געזען ווי מוהרא"ש גייט שוין נסתלק ווערן דעמאלט און מען האט קיינעם נישט אריין געלאזט. עס איז געווען אזא טומל ביי אנשי שלומינו, מיר זענען געווען זייער דערציטערט פון די שלעכטע נייעס, אלע זענען געקומען צו לויפן צום שפיטאל אבער מען האט קיינעם נישט אריין געלאזט. למעשה איז א זון פון מוהרא"ש ארויס געקומען פון צימער מיר זאגן אז איך זאל אריין קומען; מיר איז פשוט שלעכט געווארן צו זען ווי מוהרא"ש ליגט אין בעט, אלע מיינע גלידער האבן מיר געציטערט. איך האב געוואלט געבן שלום אבער מוהרא"ש האט מיר געוויזן אז איך זאל אים נישט געבן די האנט.


מוהרא"ש האט מיר געוויזן אז איך זאל זיך אוועק זעצן, און ער האט מיר דערציילט די שיחה וואס דער רבי ברענגט אראפ פונעם הייליגן בעל יסוד ושורש העבודה זכותו יגן עלינו (חיי מוהר"ן תקכב) אז פאר ער איז אוועק פון דער וועלט האט ער געגעבן א קנאק מיט זיין פינגער און געזאגט: "אִיבֶּער גִּישְׁפְּרִינְגֶען"; ער האט געמיינט צו זאגן אז ער פריידט זיך אז עס איז אים געלונגען איבער צו שפרינגען אלע נארישקייטן פון דער וועלט. און רבי נתן שרייבט (שם): "וְהָיָה רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מְשַׁבֵּחַ מְאֹד אֶת הַצַּדִּיק הַזֶּה שֶׁזָּכָה לוֹמַר כָּךְ קֹדֶם מוֹתוֹ", אז דער רבי האט אים זייער אויסגעלויבט אז ער האט זוכה געווען צו קומען צו דעם.


מוהרא"ש האט געוויזן מיט די פינגער ווען ער האט דערציילט די שיחה און געזאגט: "און איך גיי יעצט אוועק פון דער וועלט, און איך פאטש פאר שמחה אז איך האב מיין גאנץ לעבן זיך אוועק געגעבן פאר אידישע קינדער"; מוהרא"ש האט אנגעהויבן פאטשן מיט זיינע הייליגע הענט און געשמייכלט ווען ער האט געזאגט די ווערטער "און איך פאטש אז איך גיי שוין אוועק פון דער וועלט"; די פאר ווערטער קען איך דיר שרייבן אויף מוהרא"ש זכרונו לברכה אויפן שפיץ גאפל.


עס איז כדאי דו זאלסט פארן צום ציון הקדוש - פון דיין צוקונפטיגער זיידע - קיין יבניאל און דו זאלסט זיך מתבונן זיין לויט די נוסח המציבה. איך בין דיר עס מעתיק דא: "פֹּה נִטְמַן", דָא לִיגְט, "הַחָסִיד הָאֲמִתִּי, עוֹבֵד ה' בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת", אַן אֱמֶת'עֶר עֶרְלִיכֶער אִיד וָואס הָאט גֶעדִינְט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן בִּתְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוֹת, "מָסַר נַפְשׁוֹ אֵלָיו יִתְבָּרַךְ בְּכָל יוֹם וָיוֹם מִיּוֹם עָמְדוֹ עַל דַּעְתּוֹ", עֶר הָאט זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן יֶעדְן טָאג פוּן וֶוען עֶר אִיז גְרוֹיס גֶעוָוארְן, "וְסָבַל יִסּוּרִים קָשִׁים וּמָרִים כָּל יְמֵי חַיָּיו", עֶר הָאט גֶעלִיטְן שְׁוֶוערֶע אוּן בִּיטֶערֶע יִסוּרִים זַיין גַאנְץ לֶעבְּן, "רַבִּים הֵשִׁיב מֵעָוֹן וְקֵירְבָם אֵלָיו יִתְבָּרַךְ וכו' וכו'", אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן הָאט עֶר מַחְזִיר בִּתְשׁוּבָה גֶעוֶוען אוּן זֵיי דֶערְנֶענְטֶערְט צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר הָאט אוֹיפְגֶעשְׁטֶעלְט פִילֶע תַּלְמִידִים עֶרְלִיכֶע אִידְן אוּן יִרְאֵי ה'.


איך שפיר יעצט וואס רבי נתן שרייבט אויפן רבי'ן (אינעם הקדמה אויפן ספר המידות): "וְא עָלֵינוּ לְהַרְבּוֹת שְׁבַח דְּבָרִים אֵלּוּ, כִּי כָּל הַמּוֹסִיף גּוֹרֵעַ", מיר קענען נישט מרבה זיין מיט קיין שבחים אויפן רבי'ן, ווייל ווי מער מען רעדט פון שבחים מאכט מען נאר ווייניגער; איין זאך קען איך דיר זאגן, אז דו ביסט זוכה אריין צו קומען אין אזא הייליגע משפחה, דו ווערסט אן אייניקל פון אזא גרויסן צדיק, זאלסטו גוט געדענקען אז אמת טאקע זכות אבות איז א גרויסע זאך אבער נאר אז דו וועסט האבן זכות עצמו מיט דעם וואס דו וועסט גיין אין זיינע וועגן - וועט דיר דאס ביישטיין.


אז דו ווילסט וויסן פון מוהרא"ש זאלסטו לערנען זיינע ספרים און בריוון; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק געפונט זיך אין זיינע ספרים; מוהרא"ש האט געשריבן איבער זיבעציג טויזנט בריוו, דארט קען מען אים טרעפן און זיין דבוק צו אים; אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט פאר א בחור וואס האט זיך געשטופט אנצוכאפן מוהרא"ש'ס האנט בשעת מען האט געטאנצן נאך קידוש לבנה: "דו ווילסט מיר אנכאפן? לערן אשר בנחל, אזוי וועסטו מיר אנכאפן".


דא ביי אונז רעדט מען זייער אסאך פון מוהרא"ש; ביי יעדע שמועס הערט מען: "מוהרא"ש", "מוהרא"ש", אזוי אויך ביי יעדע שיעור וואס מען לערנט פאר דא אין היכל הקודש הערט מען: "מוהרא"ש", "מוהרא"ש", "מוהרא"ש"; זענען דא די פרישע תלמידים וואס ווערן לעצטנס מקורב וועלכע קומען מיט א געשריי: "היתכן מיר האבן נישט מוהרא"ש, מיר זענען שוין געקומען צו שפעט?! זאג איך זיי שטענדיג וואס רבי נתן זכר צדיק לברכה האט געזאגט פאר רבי נחמן טולטשינער ווען ער איז געקומען דערציילן אז ער האט געטראפן א איד וואס האט געקענט דעם רבי'ן, די מעשה איז געווען אז רבי נחמן טולטשינער האט אמאל געכאפט א היטש (טרעמפ) מיט איינעם יוסל פאראנטשיק, אזוי שמועסנדיג זאגט ער פאר רבי נחמן טולטשינער: "איך האב געקענט דעם רבי'ן", און רבי נחמן טולטשינער האט אים מקנא געווען מיט דעם וואס ער האט געקענט דעם רבי'ן, האט אים רבי נתן געזאגט: "יוסל פאראנטשיק האט נישט 'געקענט' דעם רבי'ן, ער האט 'געזען' דעם רבי'ן, דו 'קענסט' דעם רבי'ן, ווייל דו לערנסט די ספרים פון רבי'ן", אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק געפונט זיך אין זיינע ספרים; דאס זאג איך אויך פאר אלע פרישע מקורבים: "אז איר וועט לערנען מוהרא"ש'ס ספרים וועט איר אלע האבן שייכות מיט דעם צדיק".


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט גיין צו דיין חתונה בשעה טובה ומוצלחת און אויפבויען א שטוב לשם ולתפארת.