די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע איז אויסגענוצט געווארן דורך אידן איבער דער גארער וועלט בכלל, און דורך אנשי שלומינו בפרט, זיך צו דערמאנען די ליכטיגע זכרונות פון מוהרא"ש און צו איבער'חזר'ן זיינע הייליגע לימודים און עס אנהאלטן אויך אויף ווייטער.
אין לויף פון זיין גאנצן הייליגן לעבן האט מוהרא"ש נאר געוואלט איין זאך, און אויף דעם האט ער געארבעט טאג און נאכט, אריינצוברענגען די לימודים פון הייליגן רבי'ן אין יעדע אידישע הויז איבער די גאנצע וועלט. צו שטארקן און מחזק זיין יעדן איד אז ער זאל וויסן און געדענקען אלעמאל אז דער אייבערשטער איז שטענדיג מיט אים, און אין סיי וועלכע מצב א איד געפונט זיך נאר קען ער אייביג זיין נאנט צום אייבערשטן, און ער קען זיך שטענדיג צוריק קערן צו אים.
יעצט, אין די צייט פון די יומא דהילולא קדישא, דערמאנען זיך אידן ווי אזוי זיי האבן באקומען חיזוק פון די הייליגע ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש במשך די אלע יארן, און נוצן אויס די צייט ווייטער ממשיך צו זיין צו לערנען די הייליגע ספרים און צו מקיים זיין וואס דארט שטייט, און מיט דעם זיך איינקויפן א פרייליך און גליקליך לעבן ברוחניות ובגשמיות.
דורכאויס די גאנצע וואך, ובפרט אין די טאג פון יארצייט, האבן פילע אידן פוקד געווען דעם ציון הקדוש אין יבנאל און זיך אויסגעבעטן בדבר ישועה ורחמים, אזוי ווי מוהרא"ש האט צוגעזאגט אין זיין צוואה אז ווער עס וועט מתפלל זיין ביי זיין קבר וועט ער זיך משתדל זיין צו איינרייסן און פועל'ן פאר יענעם א ישועה. פילע האבן זוכה געווען אויסצוזאגן גאנץ תהלים בלי הפסק ביים ציון הק', אזוי ווי מוהרא"ש האט מבטיח געווען און דאס געהייסן אויסקריצן אויף זיין מצבה "יעדער בחור אדער מיידל וואס וועט דארט אויסזאגן גאנץ תהלים לזכותו, וועלן זיי זיכער געהאלפן ווערן מיט א שידוך בקרוב ובניקל".
מוהרא"ש האט געשריבן אין זיין צוואה "אזוי ווי ביי מיין לעבן זענען אידן נתעורר געווארן צו תשובה דורך מיר, די זעלבע וועט אויך זיין נאך מיין הסתלקות, ווער עס וועט קומען צו מיין קבר וועט נתעורר ווערן תשובה צו טון און זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן". און דאס האט זיך ספעציעל געקענט זען יעצט ביי די יומא דהילולא, די געוואלדיגע התעוררות וואס האט געהערשט אויפ'ן פלאץ, ווען פילע אידן האבן שופך שיח געווען און זיך אויסגעגאסן דאס הארץ ביים ציון הק'.
דאהי אין אמעריקע איז פארגעקומען דער צענטראלער סעודת הילולא פארגאנגענעם מוצאי שב"ק בבית מדרשינו אין וויליאמסבורג. וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען פילע הונדערטער אידן פון איבעראל זיך צו שטארקן אינאיינעם אין דעם געהויבענעם טאג. ביים מלוה מלכה האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט ווי שטארק מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה וואס מיר האבן באקומען אז מיר האבן געהאט מוהרא"ש מיט אונז וואס האט אונז געלערנט די הייליגע לימודים פון רבי'ן, און די לימודים זענען ווייטער חי וקים, מיר דארפן עס נאר ווייטער לערנען און חזר'ן.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ווען ס'קומט צו רעדן פון מוהרא"ש, איז דאס זייער שווער, מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געגעבן אין לעבן, ער האט אזוי סאך געהאלפן אזויפיל אידן איבער די וועלט, אז ס'איז ממש נישט מעגליך דאס אראפצוברענגען און איבערדערציילן, כל המוסיף גורע, וויפיל מ'וועט רעדן וועט קיינמאל נישט זיין גענוג. דעריבער איז דער עיקר צו רעדן פון די לימודים און די עצות פון מוהרא"ש, ווי אזוי מיר קענען זיך שטארקן אין זיי און דאס ווייטער פארשפרייטן. דאס זענען די גרעסטע מופתים פון מוהרא"ש, און דאס איז וואס מיר דארפן חזר'ן כסדר. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט אויפ'ן רבי'ן, אז "די עיקר מופתים וואס מ'האט געזען ביים רבי'ן איז געווען אז יעדער איד וואס איז געקומען צום רבי'ן, ער האט אויסגעהערט און גענומען די עצות פון רבי'ן, איז געווארן איבערגעדרייט צו א נייער מענטש, ער איז געווארן אן אמת'ער ערליכער איד". דאס איז אן אמת'ער מהניג, דער וואס קען העלפן אידן, ער קען אין זיי אריינברענגען א ריינע אמונה, ער קען אין זיי אריינברענגען א שטארקייט און א פרישקייט זיך שטענדיג אויפצוהויבן און זיך שטארקן צו דינען דעם אייבערשטן.
"ווילט איר זיך פארנעמען עפעס א גוטע זאך לכבוד די הייליגע יארצייט?" - האט דער ראש ישיבה שליט"א געפרעגט - "זאלט איר מארגן אנהויבן מעביר סדרה צו זיין יעדן טאג, אפלאזן אלע חכמות נאר פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט מעביר סדרה צו זיין יעדן טאג, און אזוי זוכה זיין צו די געוואלדיגע סגולות וואס דאס ברענגט", און אזוי ווייטער לאמיר זיך שטארקן מיט אלע עצות וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, וועט אונז זיין גוט אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.
נאך די דרשה האט מען געבענטשט ברכת המזון, און דערנאך איז פארגעשטעלט געווארן א שיינע סלייד פרעזענטאציע איבער די גרויסקייט פון הפצה, מען האט געהערט ערשטהאנטיגע מעשיות פון מפיצים וואס זענען מחי' אזויפיל אידישע קינדער כסדר. ווי אויך האט מען געהערט א דרשה וואס מוהרא"ש זי"ע האט געגעבן אין ישיבה תפארת התורה אין יאר תשע"ג. וואו מוהרא"ש האט שוין דעמאלט פאראויסגעזאגט אז מ'וועט חתונה מאכן אין ישיבה.
דערנאך איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט פרישע קבלות טובות זיך צו שטארקן ווייטער מיט די לימודים פון מוהרא"ש און ארויסהעלפן דאס פארשפרייטן איבער די וועלט.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן טאקע זיך ווייטער האלטן אינאיינעם און ממשיך זיין צו דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א.
לזכר עולם יהיה צדיק!
 
📷 הילולת מוהרא"ש זי"ע אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג - מוצש"ק בשלח תשפ"א
📷 ציון פון מוהרא"ש זי"ע ביים יארצייט תשפ"א
📷 הילולת מוהרא"ש זי"ע אין שטאט צפת - דאנערשטאג בשלח תשפ"א
📷 הילולת מוהרא"ש זי"ע אין ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים - מוצש"ק בשלח תשפ"א
▶️ הילולת מוהרא"ש זי"ע אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג - מוצש"ק בשלח תשפ"א
🎧 הילולת מוהרא"ש זי"ע אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג - מוצש"ק בשלח תשפ"א
📰 נייעס פון ציון הק' פון מוהרא"ש