Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • הילולא קדישא פון כ"ק מוהרא"ש זי"ע וועט בעז"ה מחזק זיין יאר יערליך הפצה והדפסה

    אין די יעצטיגע טעג האט דער ראש ישיבה שליט"א באשטימט דעם טאג פון די יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע און די סעודת הילולא אז דער קרן הדפסה זאל האבן די זכיה עס אפצורעכטן לטובת החזקת דעם הייליגן מוסד, און דערמיט געבן די געלעגנהייט פאר אנשי שלומינו צו קענען נעמען א חלק אין די הייליגע ארבעט.   מען דארף קיינעם נישט זאגן וואס קרן הדפסה טוט און וואס זי שטייט פאר, זיי זענען די וואס שטייען בראש פון די מערכה צו דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס לימודים און פון זיינע תלמידים אויף אלע מיני וועגן וואס איז שייך. ווען מען כאפט א שפאציר אינעם גיגאנטישן בנין פונעם קרן הדפסה טרעפט מען פילע אפיסעס מיט אינגעלייט וואס געבן זיך איבער בלב ונפש, מען שרייבט ארטיקלען, מען זינגט אויף אלבומס, מען איז מסדר דעם קול ברסלב האטליין, מען געבט זיך אפ מיט'ן "ברסלב סענטער" וועבסייט, אזוי אויך מיט'ן "שאפ ברסלב" וועבסייט, און אונטן קען מען שטיין פארגאפט אינעם ריזיגן היכל הדפסה ווי עס געפונען זיך די ריזיגע דרוק מאשינען וואס שפייען אויס יעדע מינוט הונדערטער בלעטער פון אויסגאבעס, קונטרסים, גליונות און ספרים וואס ווערן דערנאך צושיקט צו די פילע קאסטומערס, און בעיקר צו מפיצים וואס באשטעלן ריזיגע ארדערס צו קענען דערנאך דאס פארשפרייטן צו אידן איבער די וועלט.   מיר זענען זיכער אז מוהרא"ש זי"ע קוקט זיך אום און שעפט פילע הויפענס נחת ווען ער זעט אז זיין הארעוואניע און מסירת נפש אויף הדפסה והפצה איז נישט געגאנגען לאיבוד, ווייל פון ווען מוהרא"ש זי"ע האט געטראפן דעם הייליגן רבי'נס ספרים און ער האט געזען וואס פארא השפעה לטובה עס האט געהאט אויף אים, ווי ער פלעגט פארציילן ווי ער איז געווען א ווילד קינד און נישט געהאט קיין געדולד צו לערנען, און איז דערנאך איבערגעדרייט געווארן צו א בחור א מתמיד און האט אויסער דעם וואס ער האט געחזרט דעם הייליגן רבינס ספרים אן א צאל , האט ער געפאלגט דעם רבין יעדע שיחה, ער האט אנגעהויבן צו רעדן צום אייבערשטן, און זיך געמאכט שיעורים אין כל התורה כולה, און איז אויסגעשטיגן דער גרויסער צדיק וואס מיר האבן די זכיה זיך צו רופן זיינע תלמידים.   זעענדיג ווי וויכטיג די ספרים זענען פארן דור האט ער צוגעזאגט אז ער וועט נישט רוען ביז די ספרים וועלן זיין צו באקומען גרינג און פאר ביליג. מוהרא"ש האט זיך טאקע מוסר נפש געווען פאר דעם צוועק און האט זיך אנגעחוב'עט הונדערטער טויזנטער דאללער (אפילו היינט איז עס א גרויסע סכום, און כל שכן פאר איבער פופציג יאר צוריק) און זיך פארשעמט ביז ער האט געמאכט א רעוואלוציע מיטן רבינ'ס לימודים, אז היינט גייט עס אריין אין די וועלט אויף א וועג וואס קיינער וואלט זיך נישט גע'חלומ'ט.   דערפאר איז נישטא קיין מער פאסיגער דאטום פאר א מסיבה פאר קרן הדפסה ווי מוהרא"ש'ס יארצייט. פון קרן הדפסה געבט מען איבער אז מען פלאנט צו מאכן א הערליכע מסיבה מיט א רייכע פראגראם, עס וועלן פארטיילט ווערן שיינע מתנות פאר אלע נדבנים וואס האבן צושטייער געגעבן פאר'ן קרן הדפסה. דער דינער וועט היי יאר אפגעהאלטן ווערן בעזהשי"ת אינעם די פראכטפולע HCS רעזארט זאלן אין סאוט פאלסבורג - מער פרטים וועלן נאכפאלגן בעזהשי"ת.   די אלע וואס האבן זיך אונטערגענומען און געקויפט פארשידענע זכותים אינעם קרן הדפסה, קענען נאך אריינרופן צו ענדיגן צאלן זייערע זכותים אדער אויסארבעטן א פלאן וויאזוי עס צו אויסצאלן איידער דעם יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע וואס פאלט אויס אין בערך צוויי חדשים ארום. רופט דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449.

    < זעה מער יא כסלו תשפ"ה 📝
  • אנטדעקט אין די טעג היסטארישע בריוו פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו

    אין די לעצטיגע טעג איז אנטדעקט געווארן א בריוו פון מוהרא"ש זי"ע ווי ער שרייבט ארויס קלאר זיין שטעלונג קעגן די ציונים און די צה"ל וועלכע ער רופט אן "ערב רב", אזוי אויך שרייבט מוהרא"ש זי"ע זיין קלארע מיינונג איבער דעם צו מען זאל זיך באטייליגן אין די בחירות, און דערנאך שרייבט מוהרא"ש זי"ע איבער גיין צו הפגנות קעגן די מדינה. &nbsp; מיר וועלן דא ברענגען איבערגעטייטשע אויסצוגן און מאכן א שטיקל סך הכל פונעם בריוו, עס איז ראטזאם אז דער וואס קען לשון הקודש זאל ליינען מוהרא"ש'ס הייליגע לשון אליינס. &nbsp; מוהרא"ש שרייבט דעם בריוו צו א איד וואס איז פארכאפט געווארן אין די צה"ל, און מוהרא"ש וויינט מיט מיט אים ווי ער דארף זיין אויף די פראנט ליניעס ווי ער מוז רחמנא ליצלן מחלל זיין שבת. &nbsp; מוהרא"ש גייט אריין אין זאגן אז איידער משיח וועט קומען וועט ארץ ישראל זיין אין די הענט פון די עירוב רב, וואס כאטש אויבערפלעכליך זעט עס אויס ווי זיי בויען אויף ארץ ישראל, אבער אידן וועלן זיין אין א גלות שווערער פון אלע פריערדיגע גלות'ער, ווייל זיי רייסן אויס די גאנצע תורה רח"ל, "וואויל איז דער וואס האלט זיך ביי די אמונה" שרייבט מוהרא"ש. &nbsp; אפילו די תנאים און אמוראים האבן שוין געשריבן אויף דעם דור "ייתי ולא אחמיניה", - "משיח זאל שוין קומען, אבער מיר ווילן נישט זיין אין יענע צייטן", אין די גמרא - שרייבט מוהרא"ש - איז נתקיים געווארן היינט ווען די זינדיגע ציונים זענען ארויס אין א קאמף מיט כביכול, און האבן געהאט א חלק אינעם חורבן אייראפע כידוע ווי זיי האבן נישט געלאזט ראטעווען, און יעצט טוען זיי אלעס מיטן ציל צו געוועלטיגן אויף אידישע קינדער, און מעשי שטן הצליח, זיי האבן מעביר געווען על הדת הונדערטער טויזנטער ספרדישע אידן, וואס האבן זיך געהאלטן פעסט הונדערטער יארן אין גלות, און יעצט אין ארץ ישראל גייט אויף זיי אריבער א רוחניות'דיגע וועלט מלחמה, אזוי אויך בגשמיות פילט מען אן די טורמעס פון זיי, און מען שיקט זיי אויף די פראנט ליניעס אויף סכנת נפשות גע'הרג'עט צו ווערן רח"ל. מוהרא"ש שרייבט 'איך וואלט געוואלט שרייבן אסאך מער, אבער מיין הארץ טוט מיר וויי, און איך הייב אן וויינען ווען איך זע וואס מיינע ברודער מאכן נעבעך מיט'. &nbsp; מוהרא"ש שרייבט ווייטער: ווער עס קוקט אן די זאך אביעקטיוו, ער שליסט זיך נישט אן צו קיין שום פארטיי, ער איז נאר צוגעקלעבט צום אויבערשטן, זעט ער ווי אלעס איז איין שטיק בלאף, עס קומען די רשעים און זענען מטמא ארץ ישראל - "וויאזוי קען מען זיצן מיט זיי צוזאמען?" פרעגט מוהרא"ש. "וואויל איז דער וואס אנטלויפט און דרייט זיך ארויס פון זייער מיליטער, וואו דארט איז מען מתיר עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכת דמים בפרהסיא. דערפאר וואס האט אן ערליכע איד צו זיין פארמישט מיט זיי? און כל שכן גיין אנטייל נעמען אין די בחירות; וואס האבן מיר מיט זיי?". &nbsp; מוהרא"ש שרייבט ווייטער: מיר געפונען זיך צווישן זיי אין א ביטערע גלות, אזא גלות וואס כלל ישראל האט נאך נישט געהאט זייט זי איז געווארן א פאלק, אז מ'זאל אויסרייסן דעם אויבערשטן נאמען אפענערהייט, מען איז מרבה ממזרים צווישן אידן, מען פילט אן ארץ ישראל מיט נבילות, טריפות, אייזלען פלייש, פערדן פלייש און קעמלען פלייש, מען איז מחלל שבת, מען מאכט חיטוטי שכבי אן קיין שום בושה, זאכן וואס יעדע נארמאלע פאלק ציטערט צו טון, ווי גראבן ארום דעם הר הבית, קברי תנאים ואמוראים, און אור אלטע אידישע קברים, און דאס אלעס טוט מען באהאלטן, און פארשטעלט וכו'. &nbsp; זיי זענען מפקיר אידישע טעכטער, מען מאכט פון זיי זונות ממש, אויף דעם איז געבויעט דער קאנצעפט פון שירות לאומי (נאציאנאלע דינסט) אין צה"ל, און נישט בחנם האבן חז"ל געזאגט אז דאס איז ביהרג ואל יעבור, און מען טאר נישט גיין אין מיליטער, ווייל דארט איז הפקר וועלט. &nbsp; אזוי אויך איז רציחה און שפיכת דמים ביי זיי א וויץ, עס גייט זיי בכלל נישט אן די לעבנס פון אידישע קינדער, זיי קעירן נישט פאר די צובראכענע עלטערן. דאס איז נאר א טפה מן הים וואס מיר ליידן זיך צוזאם פון די עירוב רב, וואס האבן גורם געווען א שרעקליכע צומישעניש אפילו צווישן ערליכע אידן שומרי תורה ומצוות (כמוהם ירבו בישראל), ווייל אין די גרויסע צומישעניש מיינט יעדער אז מען קען נאך עפעס ראטעווען, בפרט אויב מען וועט זיצן אינאיינעם מיט זיי אין די כנסת המינים; אבער די פאקט איז אז נישט נאר וואס דאס האט נישט געהאלפן, נאר עס האט אסאך קאליע געמאכט אויף דורי דורות; ווייל אויב וואלט מען נישט אריין וואלטן זיי זיך מער גערעכנט מיט די ערליכע אידן, אויך וואלטן זיי זיך געשעמט פון די וועלט, ווייל דאס וואס די וועלט איז נאך אביסל מכבד אידישע קינדער איז עס נאר צוליב זייער דרך ארץ פאר די תורה, ווייל זיי מוזן מודה זיין אז ארץ ישראל געהערט פאר'ן עם הנבחר, ווי עס איז באקאנט אין די וועלט. אבער יעצט טוען זיי אלעס מיט א בלעכענע פנים און ווייזן פאר די וועלט אז אויך די ערליכע אידן זענען מסכים מיט זיי, והא ראי' אז זיי זיצן מיט זיי אין די כנסת המינים, און זיי שרייבן אלעס אונטער, און נעמען אחריות אויף אלעס אינאיינעם. &nbsp; דערפאר וואויל איז דער וואס איז זוכה זיך צו עפענען די אויגן און אנטלויפט פון זיי. מיר האבן נישט קיין אנדערע עצה נאר צו אנטלויפן צום אויבערשטן און אים בעטן ברחמים טאג און נאכט אויף אידישע נשמות אז מיר זאלן שוין זוכה זיין אויסגעלייזט צו ווערן דורך משיח צדקינו וואס וועט אנטפלעקן דעם אויבערשטן מיט א געוואלדיגע אפענקייט אז יעדער פון גרויס ביז קליין וועט קענען ווייזן מיט די פינגער און וועט זאגן "הנה אלוקינו, זה ה' קוינו לו, זה ה' יושיענו", און מען וועט רעדן מיטן אייבערשטן אזוי ווי מען שמועסט מיט א חבר, וואס דאס איז דער עיקר וואס משיח וועט אויסלערנען. &nbsp; מוהרא"ש שרייבט ווייטער: מיין טייערקייט, גלייב מיר, איך וואלט געדארפט מאריך זיין דערין און שרייבן נאך טויזנעטער בלעטער, ווייל דאס איז נוגע די עיקרים פון די הייליגע אמונה, און ביז יעצט האב איך נאך קיינמאל געשריבן מיין מיינונג אין די ענינים צוליב עטליכע סיבות, און אז דער אויבערשטער וועט מיר העלפן, וועלן איך נאך אסאך רעדן דערפון, און ווייזן און אויפדעקן אז יעצט גייט אריבער אויף אידישע קינדער א גלות פון די ערוב רב, וואס דאס איז די ביטערסטע גלות, און פונקט אין ארץ ישראל, און אויך די אידישע קינדער אין די גאנצע וועלט ליידן נאר צוליב זיי וואס זיי רייצן זיך וכו'. &nbsp; יעצט האסטו נישט קיין אנדערע ברירה - ווייל דו ביסט פארכאפט מיט'ן כח פון די רעגירונג, מען האט דיר געשיקט אויף די פראנט ליניענס אין פייער - נאר רעדן צום אויבערשטן, און אויך זאלסטו רעדן צו אנדערע אידן ווערטער פון אמונה און יראת שמים, און עס לוינט זיך נישט צו טענה'ן מיט קיינעם, אפילו מיט ערליכע אידן איבער די ענינים, און זיכער נישט מיט קיין פרייע, ווייל ביידע האלטן אז דאס איז א אתחלתא דגאולה רח"ל, און כאילו זיי טוען אונז עפעס א טובה מיטן אויפבויען ארץ ישראל, און זיי ווייסן נישט און זיי כאפן נישט אז בין כך ובין כך באצאלן מיר א טייערע פרייז, סיי בגשמיות אז עס ווערן גע'הרג'עט און פארוואונדעט צענדליגע טויזנטע אידישע קינדער, און סיי ברוחניות אז זיי לייקענען אין די אמונה רחמנא ליצלן. דער עיקר זע צו רעדן ווערטער פון פשוטע אמונה און זארג זיך נישט, דער אויבערשטער וועט דיר זיכער ארויסנעמען פון דארט, און דו וועסט זוכה זיין אהיים צו גיין צו דיין ווייב און קינדער, און דו וועסט אינגאצן פטור ווערן פון זיי, ווייל אלעס קען מען פועל'ן דורך תפלה. &nbsp; איך מוז מקצר זיין כאטש עס איז א פלאץ ווי מען וואלט געדארפט מאריך זיין און מסביר זיין אלעס בפרטי פרטיות. &nbsp; דא שרייבט מוהרא"ש אונטער זיין נאמען. &nbsp; דערנאך שרייבט מוהרא"ש ווייטער: ביטע ביטע, גיי נישט צו די בחירות, סיי פון די כנסת המינים, און סיי פון די עיריה (מוניציפאליטעט)! מיר האבן גארנישט מיט זיי. איך האלט אפילו פון גיין פראטעסטירן קעגן זיי. מיר תלמידים פון הייליגן רבין דארף דאס נישט טון, ווייל דאס איז סכנת נפשות ממש, ווייל זיי זענען חשוד אויף שפיכת דמים ממש, זיי שוינען נישט אויף קיין אינגע אדער אלטע, אויף פרויען און שוואכע, ווי מיר זעען; דערפאר דארפן מיר נאר בעטן דעם אויבערשטן ער זאל אונז אויסלייזן פון דעם ביטערן גלות. מוהרא"ש שטרייכט אונטער די קומענדיג שורות: עס איז זיכער אז די וואס גייען פראטעסטירן קעגן זיי טוען א גרויסע מצוה, און זיכער די וואס פראטעסטירן פאר די וועלט מאכן א גרויסע קידוש השם, ווייל די עירוב רב האבן זייער זייער מורא דערפון, דערפאר וואויל איז דער וואס גייט פראטעסטירן, ווייל דאס איז די איינציגסטע געווער וואס די ערליכע אידן האבן. &nbsp; אבער מיר תלמידים פון הייליגן רבי'ן דארפן טון דאס אונזעריגע, אויפשטיין חצות און וויינען און קלאגן אויפן גרויסן חורבן, און אסאך רעדן צום אויבערשטן ער זאל שוין זען אונזערע ביטערע פראבלעמען, און דאס טוען נישט אפילו די פרומסטע, דערפאר זאלן זיי טון דאס זייעריגע און יוצא זיין דערמיט וואס דאס איז א גרויסע מצוה, און מיר וועלן יוצא זיין מיט אונזערס וואס קיינער טוט נישט, וואס דאס איז דאס גרעסטע זאך, אויפשטיין זאגן תיקון חצות און וויינען אויפן חורבן בית המקדש און אויף צרות ישראל. איך האף צום אויבערשטן נאכאמאל צו רעדן פון די זאכן מער באריכות. &nbsp; אט איז די טעקסט פון די אריגינעלע בריוו: בעזה"י &nbsp; יום ו' עש"ק לסדר חקת כ"ט סיון תשד"ם &nbsp; שלום רב להיקר והנעלה נר להצדיק נחל נובע מקור חכמה ני"ע ... נרו יאיר ויזרח לנצח. &nbsp; את מכתבך לנכון קבלתי ומאד מאד, אני מצטער בצערך הקשה שאתה צריך לעמוד על החנית הראשונה בתוך האש ממש רחמנא ליצלן ועליך לחלל שבת בעוה"ר. &nbsp; מה אומר לך, קודם ביאת משיח צדקינו יהיה ארץ ישראל נתונה בידי הערב רב ואשר הם יעיקו את עמינו בני ישראל מאד מאד יותר מכל הגליות, ואף שיבנו את הארץ וירחיבו אותה וכו', אבל ברוחניות ובגשמיות יהיה מר מאד מאד, כי יעקרו את האמונה הקדושה לגמרי מאחינו בני ישראל, ויעקרו את כל התורה כולה, ומי שישאר אז קיים ביהדות אשרי לו ואשרי חלקו, והתנאים והאמוראים פחדו מאד מאד מהזמן הזה ואמרו "ייתי ולא אחמיניה ויהיה יקרות ועניות גדול וכו'" ושאר מיני צרות ויסורים, שיהרגו אלפים ורבבות נפשות כשרות וכו', והזנות והניאוף מאד מאד יתפשט, ועולה על הכל הכפירות והאפיקורסות, זה יעשה שממה ממש ויכפרו לגמרי, אשר זה יהיה מלחמת גוג ומגוג כי יהיה ערבוביא בישא אשר על זה נאמר אזל"א גר"ש שכינתא אומרת לקודשא בריך הוא "גרש האמה הזאת ואת בנה", אלין ערב רב דגרושני מהסתפח בנחלת ה' (תיקו"ז תיקון כ"א) ואמרו בזוה"ק (פ' פנחס דף רל"ג) יתיר מעכבין בגלותא ערב רב לישראל מאומין דעלמה (יותר מעכבין בגלות הערב רב לישראל מאמות העולם) ע"ש, ודבר זה נתקיים במלוא מובן המלה בדורתינו אלו, אשר קמו תרבות אנשים חטאים ערב רב ממש פסולת הנוהמא של העכו"ם שנתלקטו בערי מזרח אירופא, וקראו לעצמם שם "ציונים", ואמרו "נקומה ונעלה ציון ונלחם שם באלקי ישראל", וגרמו אבדון והרג גדול מיליונים מאחינו בני ישראל (כאשר כהיום יש כבר הוכחות ברורות שיש להם יד בהשואה כולה, ולא רק שיש להם חלק, אלא גם עשו כל מיני פעולות לעכב את ההצלה) ובארץ ישראל עושים כל העולה על רוחם וכו', ואף כל זה רק למען אחיזת העינים שרוצים לשתלט על כל חלקה טובה מעמינו ישראל התמימים. ובעוה"ר מעשה שטן הצליח, כי שנטא נצח, ועל ידי כן העבירו על הדת ועל האמונה אלפי אלפים ורוב רבבות רבבות מאחינו בני ישראל הספרדים התמימים שהחזיקו מעמד כבר אלפיים שנות הגלות, ודייקא בארץ ישראל עבר עליהם שואה רוחניות, ועכשיו גם גשמיות, כי הם ממלאים את בתי הסוהר וכו', וכן שולחים אותם ראשונה אל החנית על מנת להרג וכו', (תאמין לי כי יש הרבה לדבר בזה, אך כואב לי מאד הלב בשעת הכתיבה, כי נתעוררים בי דמעות וכאבים על שבר בת עמינו). &nbsp; מי שמסתכל בעין האמת ועומד מהצד, היינו שאינו שייך לשום מפלגה לשום צד רק מדבק עצמו בו יתברך, הוא רואה את האמת איך שהכל שקר גמור ואחיזת העינים, ובאו זרים וטמאו וחיללו את הארץ, ועל כן מה שייך לשבת אתם עמם יחד? אשרי מי שבורח ומשתמט מהצבא שהתירו עבודה זרה שפיכת דמים וגילוי עריות בפרהסיא, ועל כן מה יש לאחד מעמינו בני ישראל להתערב עמהם, ומכל שכן ללכת לבחור בכנסת המינים, מה לנו ועמהם? אנו נתונים ביניהם עכשיו בגלות מר מאד מאד, אשר כמוהו לא היתה מאז היתה ישראל לגוי, שיעקרו בריש גלי את שם ה' וירבו פסולים וממזרים בישראל, וימלאו את כל הארץ בנבילות וטריפות בשר חמורים וסוסים וגמלים וכו' וחילול שבת וניתוחי מתים וחטוטי שכבי בלי שום בושה כלל, מה שהאומות העולם פחדו לעשות דבר כזה לחפור סביבות ההר הבית וקברי תנאים ואמוראים וקברי ישראל עתיקים וכו', וכל זאת עושים בחסות וכסות ענינים וכו'. &nbsp; הפקירו את בנות ישראל ועשו אותם זונות ממש, כי על זה נבנה השירות לאומי להנשים בצה"ל, ואשר לא בחינם גזרו ואמרו החכמים ואמר שיהרג ויעבור ולא תלך בת ישראל לצבא, כי שם נעשית מופקרת ממש. &nbsp; וכן ענין רציחה ושפיכת דמים, אצלם שחוק וקלות ראש ממש, כי לא איפכת להם נפשות ישראל כלל, "יקומו וישחקו הנערים לפנינו" וכו', אינם מתחשבים ומתייחסים כלל עם רגשי ההורים האומללים. וכל זה רק כטיפה מן הים מה שאנו סובלים מהערב רב שגרמו ערבוביא בישא גם בין אחינו בני ישראל שומרי תורה ומצוות (כמוהם ירבו בישראל), כי מרוב התמורות כל אחד חושב שעדיין יכולים להציל, ובפרטיות כשישבו עמם אתם יחד בכנסת המינים, והמציאות שלא די שלא עזרו אלא גם קלקלו הרבה לדורי דורות, כי אם לא היו נכנסים אז היו יותר מתחשבים עם הדתיים, ומה גם שהיו מתביישים מאומות עולם אשר האומות העולם מה שמכבדים את ישראל קצת זה רק מפני דרך ארץ התורה, שההכרח להם להודות שהקב"ה נתן את ארץ הנבחרה לעם הנבחר וכו' כידוע דבר זה בעולם, אבל עכשיו הם עושים מעשיהם בצורה חפויה ומכסים הכל בכסות כאילו גם הדתיים מסכימים עמהם, ועליו הראיה שיושבים אתם עמם יחד בכנסת המינים וחותמים יחד על הכל ונוטלים האחריות על כל פרט ופרט כידוע דבר זה. &nbsp; ועל כן אשרי מי שזוכה לפתוח את עיניו ויברח מהם ומהמונם. לנו אין שום עצה אחרת רק לברוח אליו יתברך בתפלה ובקשה ולבקש יומם ולילה למען כלל נשמות ישראל, שנזכה כבר להגאל על ידי משיח צדקינו שיגלה את מלכותו יתברך בגלוי נפלא אשר ידעו אותו יתברך מקטנם ועד גדלם, וכל אחד יראה באצבעו ויאמר "הנה אלוקינו זה ה' קיוונו לו זה ה' יושיעינו" וידברו עמו יתברך כאשר ידבר איש עם רעהו, אשר זה עיקר בנין המלכות דקדושה גילוי משיח צדקינו. &nbsp; חמדת לבבי תאמין לי שהיה ראוי לי להאריך בדברים אלו באלפים עמודים כי הוא נוגע בעקרי האמונה הקדושה, ועד אף פעם לא כתבתי דעתי מענינים אלו מפני כמה טעמים, ואם יהי' ה' עמדי ארחיב את הדיבור בזה מאד להראות ולגלות כי עכשיו עובר על כלל נשמות גלות הערב רב אשר הוא הגלות הכי מרה, ודווקא בארצינו הקדושה, ואחינו בני ישראל במקומות הגלות סובלים רק בשביל הערב רב שמרדו וכו'. &nbsp; לעת עתה אין לך ברירה כי נתפסת בכח השלטון ושלחו אותך לחנית הראשונה מקום האש, רק לדבר עמו יתברך שם, וכן לדבר עם אחינו בני ישראל רק דיבורי אמונה ויראת שמים, ולא כדאי להכנס בויכוחים אפילו עם דתיים מענינים אלו, ומכל שכן עם חילונים, כי שניהם אוחזים שהוא התחלתא דגאולה רח"ל, וכאילו עושים לנו טובה בבנין הארץ, ולא יודעים ולא שמים על לב כי בין כך משלמים מחיר יקר, הן בגשמיות שנהרגים ונפצעים אלפים ורבבות מנערי ישראל, והן ברוחניות שכופרים בעיקר רחמנא ליצלן. &nbsp; העיקר ראה רק לדבר דיבורי אמונה פשוטה ואל תדאג כלל, השי"ת בוודאי יוציא אותך משם ותזכה לחזור אל ביתך אשתך וילדיך ותקבל פטור לגמרי, כי הכל יכולים לפעול על ידי תפלה. &nbsp; ההכרח לקצר אף שהוא מקום שצריך להאריך ולהסביר בפרטי פרטיות את כל הענין. הדו"ש &nbsp; אליעזר שלמה &nbsp; נא ונא לא ללכת לבחירות הן של הכנסת המינים והן של העיריה, לנו אין עסק עמהם כלל. ולדעתי אפילו לילך להפגין נגדם, אנו תלמידי רביז"ל לא צריכים כי זה סכנת נפשות ממש כי הם חשודים על שפיכות דמים ממש ואין חסים לא על נערים ועל זקנים ולא על נשים וחלושי כח כאשר ראינו, ועל כן עלינו רק לבקש את השי"ת תמיד שיגאלנו מהגלות המר הזה, "בוודאי כל אלו אשר יוצאים למחות נגדם עושים מצוה גדולה ומכל שכן אלו שמוחים לפני אומות העולם&nbsp; עושים קידוש ה' גדול כי הערב רב מפחדים ומתביישים מהם מאד מאד, ועל כן אשרי מי שילך ויפגין, כי זה הנשק היחידי שיש ליהודים מאמינים בני מאמינים". &nbsp; אבל אנו תלמידי רביז"ל צריכים לעסוק בעסקינו קימת חצות ולבכות ולקונן על החורבן הנורא ולהתבודד הרבה עמו יתברך שיסתכל על צרותינו המרה, ודבר זה לא עושים גם הכי חרדים, ועל כן הם יעשו את שלהם לצאת בה שהוא מצוה רבה, ואנו נצא בעסק שאף אחד לא עוסק שזה עולה על הכל לקום בחצות לילה ולבכות ולהתאונן על חורבן בית המקדש וצרות ישראל. &nbsp; אקווה להשי"ת עוד לחזור ולדבר מדברים אלו יותר באריכות.

    < זעה מער כא טבת תשפ"ד 📝
  • זעכציג יאר פון התחלת כתיבת ספר הקדוש אשר בנחל

    היינט כ"ד כסלו ערב חנוכה ווערט גאנצע זעכציג יאר פון ווען מוהרא"ש זי"ע האט אנגעהויבן באלייכטן די וועלט מיט זיינע הייליגע בריוון וואס איז געדרוקט געווארן דערפון די צוויי הונדערט צוויי און זיבעציג בענדער אשר בנחל, וואס אנטהאטלן בערך 100,000 בריוו וואס איז געבויט אויף די עצות און ווערטער פון הייליגן רבין, וואס איז מחזק און מעודד צענדליגע טוינזטער אידן איבער די גאנצע וועלט. &nbsp; מוהרא"ש (אין ספר שיחת מוהרא"ש) דערציילט א פלא'דיגע מעשה וויאזוי דאס שרייבן די היילגע ספרים האבן זיך אנגעהויבן, אין די טעג פאר חנוכה תשכ"ד האבן זיך אנגעהויבן צוזאם נעמען בחורים ארום מוהרא"ש זי"ע, מוהרא"ש האט זיי אלע מקרב געווען, און גערעדט מיט זיי די עצות פון הייליגן רבין, די בחורים האבן דאן געלערענט אין א געוויסע ישיבה, און דער ראש ישיבה דארט האט זיי אנגעהויבן צו מאכן ענג, און די בחורים האבן אנגעהויבן צו שרייבן בריוו פאר מוהרא"ש ווי זיי האבן זיך אויסגערעדט אלעס וואס עס גייט זיי דורך, מוהרא"ש איז נאך דאן געווען זייער אינג, און כאטש ער האט שוין דאן געקענט אויסענווייניג אלע ספרים פון הייליגן רבין, אזוי אויך האט ער געקענט די פילע ספרי האריז"ל זי"ע, מוהרא"ש האט אסאך געלערענט גמרא פוסקים מדרשים ספרי חסידות און אזוי ווייטער, אבער ער האט זיך נישט געשפירט באקוועם מיט דעם אז מענטשן קומען זיך אויסרעדן צו אים, ווי זיי פאלן נעבעך דורך, ווי דער סמ"ך מ"ם ווארפט זיי אראפ, דערפאר האט ער נישט געוואלט ענפטערן די אלע בריוו, ער האט געשפירט אז דאס איז זייער א גרויסע אחריות. &nbsp; מוהרא"ש האט דאן נאכגעזאגט פון הייליגן רבי נתן זי"ע וואס האט זיך אויסגעדרוקט אזוי: "צו רעדן צו מענטשן, און אים געבן עצות, דאס איז די גרעסטע אחריות, ווייל אפשר וועל איך אים געבן התחזקות, אבער ער דארף יעצט הערן התעוררות, אדער פארקערט, איך וועל אים זאגן מוסר, אבער ער דארף יעצט הערן התחזקות, און דערמיט קען איך אים צוברעכן". &nbsp; דערפאר האט מוהרא"ש זייער שטארק נישט געוואלט אריינגיין דערין, אבער נאכדעם וואס פילע טייערע בחורים זענען געקומען צו אים אהיים, און אויך האבן זיי אנגעהויבן צו שרייבן בריוון מיט זייערע פראבלעמען, האט ער דאן איין טאג אסאך געוויינט צום אויבערשטן שעות ארוכות, און געבעטן דעם אויבערשטן ער זאל וויסן וואס צו טון, וואס ער זאל שרייבן, און וואס צו ענטפערן, אזוי האט זיך מוהרא"ש געלייגט שלאפן וויינענדיג אינמיטן התבודדות. &nbsp; ווען ער איז איינגעשלאפן האט מוהרא"ש געזען דעם הייליגן רבין אין חלום ווי דער רבי שפאצירט מיטן הייליגן רבי נתן, און זיי ביידע קומען צו אים, ער איז געשטאנען אויף זיין פלאץ און האט געקוקט אויף זיי ווי זיי ווערן נענטער, דער רבי האט גערעדט מיט רבי נתן א טיפע זאך (אזוי האט מוהרא"ש פארציילט, אז ער האט געזען לויט די באוועגונגען פון רבי נתן ווי ער קוקט אויפן רבין, און ער שטרענגט זיך אן צו פארשטיין יעדע ווארט, ווי איינער וואס הערט אויס א קאמפליצירטע זאך) און אזוי זענען זיי געגאנגען צוזאמען, דער רבי רעדט, און רבי נתן הערט אויס, ביז זיי זענען אנגעקומען צו די פלאץ ווי מוהרא"ש איז געשטאנען, און דאן האט זיך דער רבי אפגעשטעלט און געשמייכעלט צו אים, און מוהרא"ש איז צוגעגאנגען צום רבין און אים געזאגט פארשידענע זאכן, און אויך איבער דעם וואס די בחורים ווילן פון אים, און ער האט געווייינט צום רבין, "וואס זאל איך טון? וואס זאל איך זיי ענטפערן?" דאס אלעס האט מוהרא"ש אריינגעזאגט שטילערהייט אין די אויערן פון הייליגן רבין אז רבי נתן זאל נישט הערן, ווייל ער האט געזען ווי רבי נתן בייזערט זיך, און האט אים געוויזן א פנים ווי איינערוואס פרעגט פארוואס האקסטו מיר אריין אינמיטן דער רבי רעדט צו מיר. &nbsp; אבער מוהרא"ש האט נישט געקוקט דערויף, נאר גערעדט צום רבין און אים אלעס פארציילט, און דער רבי האט געשמייכעלט צום צו אים און אים געזאגט בזה הלשון ""שרייב מיין קינד שרייב, איך וועל דיר מגלה זיין שיינס אין מיין תורה, איך וועל זיין מיט דיר", און דערנאך זענען זיי געגאנגען ווייטער. &nbsp; מוהרא"ש איז געבליבן אויף זיין פלאץ און געקוקט ווי זיי גייען אוועק, דער רבי רעדט און רבי נתן קוקט אויפן רעגן און הערט זיך צו, אזוי איז מוהרא"ש געשטאנען ביז מען האט זיי שוין מער נישט געזען. דאס איז געווען אין א פעלד, און דערנאך האט מוהרא"ש זיך גענומען רעדן צום אויבערשטן, און אינמיטן התבודדות האט מוהרא"ש געזען פלוצלינג ווי איינער קומט צו לויפן פון דערווייטענס פונעם ריכטונג ווי דער רבי און רבי נתן זענען געגאנגען, און ער לויפט צו צו מוהרא"ש מיט א געוואלדיגע שמחה ביז ער איז אנגעקומען צו אים און אים געגעבן די הענט "שלום עליכם", און אים געזאגט "יעצט ווייס איך ווער דו ביסט, און האט אים געגעבן א קלאפ אויף די פלייצע, און אים געקושט אין די שטערן און האט אים געזאגט "האב נישט מורא, איך וועל זיין מיט דיר שטענדיג, און אין אלע דיינע חידושים וועל איך שטענדיג זיין מיט דיר", און דאס איז געווען דער הייליגער רבי נתן אליינס. &nbsp; און טאקע פון דעם ערב חנוכה תשכ"ד, האט מוהרא"ש זי"ע אנגעהויבן צו שרייבן, און דער אויבערשטער האט געהאלפן אז זינט דאן האט מוהרא"ש פאר פופציג יאר בלי הפסק געשריבן אן א שיעור ספרים און בריוון, וואס איז בכח אריינצוגעבן כח אין יעדן איד אין יעדן מצב באשר הוא שם, און האט שוין צוריק געברענגט אן א שיעור אידישע קינדער צום אויבערשטן.

    < זעה מער כד כסלו תשפ"ד 📝
  • הילולת מוהרא"ש איבער די וועלט

    אנשי שלומינו זענען נאך אונטער'ן רושם פון דעם גרויסן הייליגן טאג י"ז שבט, די יארצייט פון אונזער גרויסער רבי, מוהרא"ש זי"ע, וואס איז אויסגענוצט געווארן זיך צו שטארקן מיט די לימודים פון הייליגן רבי'ן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט. &nbsp; דער ציון הקדוש פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל איז באלאגערט געווארן במשך די טעג פון פילע טויזנטער אידן וואס זענען געקומען צו פארן זיך משטתח זיין ביומא דהילולא קדישא, פון איבער די גאנצע וועלט זענען אידן געקומען צו פארן, אבער ספעציעל פון ארץ ישראל איז מען געקומען פון איבער'ן גאנצן לאנד, זיך אויסצובעטן בדבר ישועה ורחמים. &nbsp; ווי שוין באריכטעט איז אין וויליאמסבורג פארגעקומען דער צענטראלע סעודת הילולא, וואס איז מיטגעהאלטן געווארן דורך הוק אפ אין פילע שטעט אין ניו יארק, ניו דזשערסי און קאנאדע. &nbsp; אויך אין אלע היכל הקודש צענטערן איבער די וועלט איז מען זיך צוזאם געקומען צו אפרעכטן דעם יארצייט, און הערן וואס מען קען ארויסנעמען פון דעם גרויסן טאג, פאלגענד איז א באריכט פון א טייל בית מדרשים פון היכל הקודש איבער די וועלט: &nbsp; ירושלים - דינסטאג אווענט זענען זיך אנשי שלומינו צוזאמגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים עיה"ק, מען האט זיך אינאיינעם מחזק געווען צו גיין ווייטער אין די וועגן פון מוהרא"ש, מען האט געזינגען די שיינע גראמען וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזינגען איבער די גרויסקייט פון מוהרא"ש, און נאך די סעודה האט זיך ארויסגעלאזט א שיירה אינאיינעם צום ציון הקדוש אין יבנאל. &nbsp; די קינדער פון תלמוד תורה היכל הקודש און די מיידלעך פון בית פיגא אין ירושלים, זענען געפארן מיטוואך אינדערפרי צום ציון הקדוש אין יבנאל, און זיך אויסגעבעטן אלעס גוטס. &nbsp; בני ברק - תלמידי היכל הקודש אין בני ברק זענען זיך צוזאמגעקומען צו א סעודת הילולא אין א זאל, מען האט געהערט ווארעמע ווערטער פונעם חשוב'ן גבאי מו"ה אבא חייא רייזמאן הי"ו וואס האט פארגעלערנט א שטיקל פון די הייליגע צוואה פון מוהרא"ש, און האט ארויסגעברענגט ווי די עצות פון הייליגן רבי'ן קען מען נוצן אין יעדע צייט און אין יעדע מצב, אויסרעכנדיג עטליכע עצות פון הייליגן רבי'ן ווי אזוי עס קומט צונוץ פאר יעדן איד צו יעדע צייט. &nbsp; א זעלטענע סיום האט מען מיטגעהאלטן פון א קליין אינגל וואס האט זוכה געווען מסיים צו זיין מסכת ברכות, און דערנאך א סיום ששה סדרי משנה צום זיבעטן מאל דורך מו"ה נחמן יצחק רעכניצער הי"ו. דערנאך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פונעם מנהל בית הדפוס, דער גרויסער מפיץ מו"ה נתנאל לעוו הי"ו, וואס האט דערציילט ווי אידישע קינדער לעכצן צו די דיבורים פון הייליגן רבי'ן, און עס ליגט אויף אונז א חוב צו טון הפצה, צו פארשפרייטן די עצות פון הייליגן רבי'ן פאר אידישע קינדער, רעדן דיבורי אמונה אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער, און אזוי אויך מיט יעדן מענטש וואס מען טרעפט נאר. &nbsp; נאך די סעודה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ, צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה וואס ער האט אונז געגעבן, אז מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען אז מיר זאלן האבן א גוט לעבן מיט'ן אייבערשטן. &nbsp; צפת/טבריה - פילע אנשי שלומינו פון איבער ארץ ישראל וואס זענען געפארן צום ציון הקדוש פון - מוהרא"ש, זענען זיך צום ערשט צוזאמגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש אין טבריה, אינאיינעם מיט די חבורות פון צפת און טבריה, און זיך מחזק געווען ממשיך צו זיין צו גיין אין די וועגן פון מוהרא"ש זי"ע אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז, מען האט געזינגען און זיך געשטארקט אינאיינעם, און דערנאך ארויפגעגאנגען אינאיינעם צום ציון הקדוש אין יבנאל, וואס געפונט זיך גאנץ נאנט צום בית המדרש היכל הקודש טבריה. &nbsp; בית שמש - אנשי שלומינו פון בית שמש זענען ארויסגעפארן אום דינסטאג צום ציון הקדוש אין יבנאל, און אום מיטוואך אוונט איז מען זיך צוזאמגעקומען אין שטוב פון משפחת גאטליב צו א סעודת הילולא. &nbsp; מו"ה יואל גאלדענבערג הי"ו האט גערעדט שיינע דיבורים, די אמונה פשוטה וואס מוהרא"ש לייגט אריין אין אונז, און איבער'ן סדר דרך הלימוד וואס געבט א וועג פאר יעדן איד אין יעדן מצב צו לערנען די הייליגע תורה, מען האט זיך אויך געשטארקט אין הפצה און אזוי ווייטער אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז איבער פון מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; מודיעין עילית - אין בראכפעלד איז מען זיך צוזאמגעקומען צו א סעודת הילולא אום מיטוואך, מען האט זיך מחזק געווען מיט שיחות חברים, יעדער האט דערציילט א מופת וואס ער האט געזען ביי מוהרא"ש זי"ע, די אמת'ע סארט מופתים, ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז גענומען פון וואו מיר זענען געווען, און אונז מקרב געווען צום אייבערשטן, אונז געגעבן א וועג אין לעבן ברוחניות ובגשמיות, וואס דאס איז די גרעסטע מופת, און מען האט זיך מחזק געווען ווייטער עוסק צו זיין אין הפצה, צו מזכה זיין נאך אידן מיט די גרינגע און געוואלדיגע עצות וואס קען אויפהויבן יעדן איד און אים ברענגען צו די בעסטע און שענסטע זאכן אין לעבן. און נאך ברכת המזון האט מען אויפגעשפילט א שיעור פון ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; לאנדאן - תלמידי היכל הקודש זענען זיך צוזאם געקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש&nbsp;אין לאנדאן, דער גבאי מו"ה שמואל אליעזר פערל הי"ו האט מכבד געווען מו"ה ישראל העסקעל הי"ו צו רעדן אפאר ווערטער - ער האט פארציילט דער סיפור וויאזוי רבי נחמן טולטישנער איז נתקרב געווארן צום רבין, ווען ער איז געווען א יתום און האט גארנישט געוויסט, און איינמאל האט ער געהערט א דיבור פון רבי נתן "די וועלט איז נישט און מען קען עס נישט האבן, יענע וועלט איז יא און מען קען עס דערגרייכן", וואס האט אים זייער געכאפט, און אזוי איז ער געווארן א תלמוד פון הייליגן רבי נתן, ביז ער איז אויסגעוואקסן דער גרויסער "רבי נחמן טולטשינער" &nbsp; אויך האט ער ארויסגעברענגט אז כאטש עס וואקסט שוין אונטער א פרישע דור וואס האט נישט געזען מוהרא"ש מיט די אויגן, קען מען אבער נאך אלץ זיין א תלמוד דורך לערנען אשר בנחל, און פאלגן וואס דער צדיק הייסט, ווי רבי נתן האט געזאגט פאר רבי נחמן טולטשינער "יאסל פאראנטשיק האט געזען דעם רבין, אבער דו ביסט א תלמוד". &nbsp; דערנאך האט מען געזונגען שיינע אידישע ניגונים פון די עצות וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט. &nbsp; מאטשעסטער -&nbsp; א שיינע ציבור איז זיך צוזאם געקומען לכבוד די הילולא אין שטוב פון איינע פון די חשובע תלמידים מוהרא"ש פון הר"ר שלמה פישער הי"ו. &nbsp; מו"ה שלמה זלמן רייז הי"ו האט גערעדט פון די גרויסקייט פון מוהרא"ש וואס האט געשריבן חיזוק קונטרסים און האט בלויז געוואלט אז אידן זאל באקומען חיזוק אין אמונה, חיזוק אין לימוד התורה, ער האט אפילו נישט געשריבן זיין נאמען, דער עיקר אז אידן זאלן דורכדעם זיך דערנענטערן צום אייבערשטן. &nbsp; אזוי אויך האט ער מחזק געווען איבער דער ענין פון הפצה, האט האט ארויסגעברענגט אז נאך פופציג יאר וואס מוהרא"ש האט געאקערט און געזייט פאר אונז איז שוין היינט ברוך השם אסאך גרינגער מפיץ צו זיין. אידן וואס האבן נאר איינמאל טועם געווען די זיסע קונטרסים, כאפן זיך צו דערצו, ווי א דורשריקער צו וואסער. ווי די מפיצים פארציילן. &nbsp; זכותו יגן עלינו!

    < זעה מער כד שבט תשפ"ג 📝
  • צענטראלע סעודה לרגל די יומא דהילולא קדישא פון מוהרא"ש זי"ע, דינסטאג נאכט אין וויליאמסבורג

    ווי יאר יערליך וועט אין וויליאמסבורג אפגעהאלטן ווערן דער גרויסער צענטראלע סעודת הילולא צום יארצייט פון אונזער גרויסן רבי'ן מרן מוהרא"ש זי"ע, וואס פאלט אויס אין טאג פון י"ז שבט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אייביג ביים יארצייט אז כאטש מען קען פארציילן אן א שיעור אותות ומופתים פון מוהרא"ש זי"ע, איז עס נישט אינטערעסאנט. דער בעל שם טוב זי"ע איז אמאל געקומען אין חלום צו איינע פון די תלמידים מיט טענות פארוואס מען רעדט פון זיינע מופתים. דאס איז זיכער אז צדיקים קענען משפיע זיין פרנסה פאר אידישע קינדער, זיי קענען פועלן פרסנה, קינדערלאזע פארפעלקער ווערן נפקד, און אזוי ווייטער. דער גרעסעטער מופת פון מוהרא"ש זי"ע איז געווען אז ער האט געקענט פראווען אזא מופת אז אויך אונז פשוטע מגושם'דיגע מענטשן זאלן אויך אנהייבן טראכטן "עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט", "עס איז דא א תכלית וואס איך דארף דא אויפטון אין די פאר יאר וואס איך לעב", ער האט געפראוועט א מופת אז ער האט געקענט מאכן אז מיר זאלן אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, מיר זאלן אנהייבן גלייבן אין זיך אז עס איז נאך דא א האפענונג פאר מיר ארויסצוגיין פון מיינע פראבעלמען ברוחניות און בגשמיות, ער האט אזויפיל געבעטן און געמאנט ביז ער האט געפועלט ביי אונז מיר זאלן אנהייבן מעביר סדרה צו זיין פון אנפאנג וואך, מיר זאלן פרובירן די עצה פון זאגן משניות, און מיר זאלן אננעמען די עצה פון סדר דרך הלימוד, ער האט אזויפיל גערעדט און געפאדערט ביז מיר האבן שוין אנגעהויבן גלייבן אז עס איז דא א וועג וויאזוי צו האבן שלום בית, דורך רעדן שיין צו די ווייב, און זיך נישט טענה'ן מיט איר. "איר ווילט הערן א מופת פון מוהרא"ש", - זאגן די תלמידים - "א מופת בין איך!" &nbsp; ווי געזאגט האט דער ראש ישיבה באשטימט אז דער צענטראלע סעודה וועט דאס יאר פארקומען אין וויליאסבורג אין בית המדרש הגדול היכל הקודש אויף 27 סקילמאן סט., ווי מען וועט זיך וואשן צו א שיינע סעודה, מען וועט הערן שיינע דברי התחקזות פונעם ראש ישיבה שליט"א, און עס וועט זיין א שיינע פראגראם איבער דאס לעבן פון מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; די זעלבע צייט וועלן אנשי שלומינו זיך אנגארטלען און שטיצן דעם קרן הדפסה וואס איז געווען די לעבנס ציל פון מוהרא"ש, צו דרוקן און פארשפרייטן די זיסע און הילייגע עצות פון הייליגן רבין, און דאס גייט צו בעיקר דורך די ספרים, קונטרים, און גליונות. &nbsp; תאו והתכנשו להילולא דרבי &nbsp;

    < זעה מער טו שבט תשפ"ג 📝
  • יומא דהילולא קדישא פון מוהרא"ש זי"ע

    קומענדיגע וואך מיטוואך, י"ז שבט, געפאלט די אכטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע. מיט יעדן טאג נענטער צום יארצייט דערקענט זיך די התעוררות און התרגשות ביי אנשי שלומינו בפרט, און ביי אידן איבער די וועלט בכלל, צו דעם געהויבענעם טאג. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט זאגן "אין טאג פון די יארצייט פון א צדיק, קומט מען זיך צוזאם און מען חזרט איבער וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט פאר די וועלט", מען זעט ווי די לימודים און עצות וואס ער האט געלערנט מיט אידישע קינדער ביים לעבן, זענען ווייטער חי וקים, די הונדערטער ספרים די הונדערטערע טויזנעטער בריוו זענען נאך אלץ מחזק און מעורר אידישע קינדער איבער די וועלט, און זיי זענען נאך מער מוסף והולך און דערנענטערט טאג טעגליך נאך אידן צום אייבערשטן; און גדולים צדיקים במיתתם, מען זעט ווי די ספרים נעמען איין די וועלט, אפילו נאך מער און שטערקער ווי ביי זיין הייליג לעבן. &nbsp; די תלמידים פון מוהרא"ש געדענקן זייער גוט וואס מוהרא"ש האט געטון פאר זיי אלע זיינע יארן, ווי אזוי ער האט זיך מוסר נפש געווען טאג טעגליך נאר צו שטארקן און מחזק זיין יעדן איד אין יעדן מצב, און געלרענט מיט אונז וויאזוי מיר קענען אויך דינען דעם אייבערשטן, און וויאזוי יעדע פשוטע איד קען דורך רעדן צום אייבערשטן זוכה זיין צו די גרעסטער מדרגיות וואס א איד קען נאר צוקומען אויף דער וועלט. &nbsp; דעריבער שפירן אנשי שלומינו אזוי שטארק די גרויסייט פונעם דעם טאג, ווען די גרויסע תלמדים פון מוהרא"ש נעמען צוזאם פרישע תלמדים און מען חזר'ט איבער זיינע ווערטער, און מען געט איבער די עצות וואס דער צדיק האט אונז איבער געלאזט, און מען איז זיך מחזק ווייטער ממשיך צו זיין אין די הייליגע וועג. &nbsp; פילע אנשי שלומינו וועלן פארן צום הייליגן ציון אין יבנאל זיך משתטח צו זיין אויפ'ן הייליגן ציון פון מוהרא"ש זי"ע אין די טאג פון די יארצייט. אידן איבער די וועלט בכל מקומות מושבותיהם וואס האבן נישט געהאט די מעגליכקייט צו פארן צום ציון הקדוש, וועלן זיך צוזאמנעמען אין אלע שטעט אין די בתי מדרשים און איבער'חזר'ן דאס וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, און לערנען די הייליגע עצות פון זיינע פילע ספרים וואס ער האט אונז איבערגעלאזט בירושה. אזוי אויך וועלן אנשי שלומינו אויסנוצן דעם הייליגן טאג זיך אנצושטרענגען אויסצופירן דאס וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן, צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און עס פארשפרייטן איבער די וועלט, און אזוי אריינברענגען די הייליגע לימודים פון רבי'ן אין יעדע אידישע שטוב. &nbsp; מען וועט זיך לאזן קאסטן מיט גרויסע שיינע סכומים ארויסצוהעלפן דעם "קרן הדפסה היכל הקודש" וואו מ'דרוקט טויזנטער ספרים און קונטרסים טאג טעגליך, און מען פארשפרייט עס צו אידן איבעראל, און וועקט זיי אויף אנצוהייבן לעבן מיטן אייבערשטן פון פריש. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער ממשיך זיין זיך צו האלטן בדיבוק חברים און פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט. &nbsp; הוא ימליץ טוב בעדינו!

    < זעה מער ח שבט תשפ"ג 📝
  • סעודת הילולא אין וויליאמסבורג פון מוהרא"ש זי"ע

    די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע איז אויסגענוצט געווארן דורך אידן איבער דער גארער וועלט בכלל, און דורך אנשי שלומינו בפרט, זיך צו דערמאנען די ליכטיגע זכרונות פון מוהרא"ש און צו איבער'חזר'ן זיינע הייליגע לימודים און עס אנהאלטן אויך אויף ווייטער. אין לויף פון זיין גאנצן הייליגן לעבן האט מוהרא"ש נאר געוואלט איין זאך, און אויף דעם האט ער געארבעט טאג און נאכט, צו מגלה זיין דעם אייבערשטנ'ס נאמען דא אויף דער וועלט. יעדער איד אין די גאנצע וועלט זאל וויסן אז עס איז דא א רבי וואס קען זיך אראפ לאזן צו דיר, און אריינברענגען אויך אין דיר אז דער אייבערשטער איז שטענדיג מיט דיר, און אין סיי וועלכע מצב א איד געפונט זיך נאר קען ער אייביג זיין נאנט צום אייבערשטן, און ער קען זיך שטענדיג צוריק קערן צו אים. יעצט, אין די צייט פון די יומא דהילולא קדישא, דערמאנען זיך אידן ווי אזוי זיי האבן באקומען חיזוק פון די הייליגע ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש במשך די אלע יארן, און נוצן אויס די צייט ווייטער ממשיך צו זיין צו לערנען די הייליגע ספרים און צו מקיים זיין וואס דארט שטייט, און מיט דעם זיך איינקויפן א פרייליך און גליקליך לעבן ברוחניות ובגשמיות. דורכאויס די גאנצע וואך, ובפרט אין די טאג פון יארצייט, האבן פילע אידן פוקד געווען דעם ציון הקדוש אין יבנאל און זיך אויסגעבעטן בדבר ישועה ורחמים, אזוי ווי מוהרא"ש האט צוגעזאגט אין זיין צוואה אז ווער עס וועט מתפלל זיין ביי זיין קבר וועט ער זיך משתדל זיין צו איינרייסן און פועל'ן פאר יענעם א ישועה. פילע האבן זוכה געווען אויסצוזאגן גאנץ תהלים בלי הפסק ביים ציון הק', אזוי ווי מוהרא"ש האט מבטיח געווען און דאס געהייסן אויסקריצן אויף זיין מצבה "יעדער בחור אדער מיידל וואס וועט דארט אויסזאגן גאנץ תהלים לזכותו, וועלן זיי זיכער געהאלפן ווערן מיט א שידוך בקרוב ובניקל". מוהרא"ש האט געשריבן אין זיין צוואה "אזוי ווי ביי מיין לעבן זענען אידן נתעורר געווארן צו תשובה דורך מיר, די זעלבע וועט אויך זיין נאך מיין הסתלקות, ווער עס וועט קומען צו מיין קבר וועט נתעורר ווערן תשובה צו טון און זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן". און דאס האט זיך ספעציעל געקענט זען יעצט ביי די יומא דהילולא, די געוואלדיגע התעוררות וואס האט געהערשט אויפ'ן פלאץ, ווען פילע אידן האבן שופך שיח געווען און זיך אויסגעגאסן דאס הארץ ביים ציון הק'. איבעראל ווי עס געפונען זיך אנשי שלומינו, איז מען זיך צוזאם געקומען און זיך דערמאנט אין די הייליגע לימודים וואס מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערענט, און זיך אויפגעפרישט מיט די עצות און התחקות פון הייליגן רבין. דאהי אין אמעריקע איז פארגעקומען דער צענטראלער סעודת הילולא דינסטאג נאכט אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג. וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען פילע הונדערטער אידן פון איבעראל זיך צו שטארקן אינאיינעם אין דעם געהויבענעם טאג. מען האט געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט ווי שטארק מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה וואס מיר האבן באקומען אז מיר האבן געהאט מוהרא"ש מיט אונז וואס האט אונז געלערנט די הייליגע לימודים פון רבי'ן, און די לימודים זענען ווייטער חי וקים, מיר דארפן עס נאר ווייטער לערנען און חזר'ן. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ווען ס'קומט צו רעדן פון מוהרא"ש, איז דאס זייער שווער, מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געגעבן אין לעבן, ער האט אזוי סאך געהאלפן אזויפיל אידן איבער די וועלט, אז ס'איז ממש נישט מעגליך דאס אראפצוברענגען און איבערדערציילן, כל המוסיף גורע, וויפיל מ'וועט רעדן וועט קיינמאל נישט זיין גענוג. דעריבער איז דער עיקר צו רעדן פון די לימודים און די עצות פון מוהרא"ש, ווי אזוי מיר קענען זיך שטארקן אין זיי און דאס ווייטער פארשפרייטן. דאס זענען די גרעסטע מופתים פון מוהרא"ש, און דאס איז וואס מיר דארפן חזר'ן כסדר. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט אויפ'ן רבי'ן, אז "די עיקר מופתים וואס מ'האט געזען ביים רבי'ן איז געווען אז יעדער איד וואס איז געקומען צום רבי'ן, ער האט אויסגעהערט און גענומען די עצות פון רבי'ן, איז געווארן איבערגעדרייט צו א נייער מענטש, ער איז געווארן אן אמת'ער ערליכער איד". דאס איז אן אמת'ער מהניג, דער וואס קען העלפן אידן, ער קען אין זיי אריינברענגען א ריינע אמונה, ער קען אין זיי אריינברענגען א שטארקייט און א פרישקייט זיך שטענדיג אויפצוהויבן און זיך שטארקן צו דינען דעם אייבערשטן. דער ראש ישיבה האט געבעטן אנשי שלומינו מען זאל זיך שטארקן אין הפצה, און אפילו אויב דו קענסט נאך נישט אליינס גיין הפצה, כאטש זיי מחזק די מפיצים, ווען דו זעסט א מפיץ קומען, שטעל דיך אויף און נעם אים אויף מיט א שמחה, און פרעג אים וואס פארא גוטע ספרים ער האט מיט זיך יעצט. נאך די דרשה האט מען געבענטשט ברכת המזון, דערנאך האט מען געהערט טרעפליכע ווערטער פון הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט עס איז נישט גענוג אז רבי נתן איז מפיץ, דער ראש ישיבה איז מפיץ, יעדער דארף האבן א שייכות מיט הפצה, ער האט געבעטן מען זאל צוגיין צו די עסקנים פונעם קרן הדפסה און אפשמועסן מיט זיי וויפיל מען וועט געבן יעדע וואך אדער חודש. בפרט האט מען יעצט די געלעגענהייט צו קויפן א זכות אינעם נייעם בנין וואס דער קרן הדפסה קויפט יעצט אפ. דערנאך האט מען געזען א דרשה פון מוהרא"ש פאר בחורים אין די מ' יארן ווי ער ברענגט ארויס די זכיה וואס מען האט צו קענען מפיץ זיין דעם רבינס ספרים, און געזאגט פאר די בחורים אז נאך זייער חתונה ווען זיי וועלן אלע גיין וואוינען ווי דער באשעפער וועט זיי שיקן זאלן זיי יעדער עפענען א היכל הקודש ביי זיך אין שטאט. דערנאך האט מען געזען א פרעזענטאיצע פון די לעבן פון מוהרא"ש, ווי מען איז דורכגעגאנגען זיינע קינדער יארן אין ירושלים עיה"ק, זיינע בחורישע יארן אין די בראנקס, ווי ער האט געטראפן א ברסלבע ספר, וואס האט געטוישט זיין לעבן. וואס עס האט פאסירט נאך זיין חתונה, ווען בחורים האבן אנגעהויבן צו קומען צו אים און געבעטן עצות און הדרכה. מען האט דורכשפאצירט פילע שטורמישע קאפיטלען פון דאס לעבן פון מוהרא"ש, וואס האט גענומען פאר זיך זיין ציל אין לעבן אריינצוברענגען די זיסע און געשמאקע לימודים פון הייליגן רבין צו יעדן איד אויף דער וועלט. מען האט מיטהאלטן וואס עס איז אריבער אויף מוהרא"ש אין די זעכציג יאר וואס אלעס האט זיך געדרייט ארום דעם איינע מחשבה "וויאזוי קען איך העלפן נאך א איד זיך דערנענטערן צום אייבערשטן?". דערנאך איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט פרישע קבלות טובות זיך צו שטארקן ווייטער מיט די לימודים פון מוהרא"ש און ארויסהעלפן דאס פארשפרייטן איבער די וועלט. דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן טאקע זיך ווייטער האלטן אינאיינעם און ממשיך זיין צו דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א. לזכר עולם יהיה צדיק! 💳 צו נעמען א חלק אין די הדפסה והפצה 📸 בילדער פון יארצייט סעודה אין וויליאמסבורג 📸 בילדער פון יארצייט סעודה אין מאנטשעסטער 🗞️ פרעזענטאציע פון די לענבנס געשיכטע פון מוהרא"ש 📰 יארצייט פון מוהרא"ש תשפ"א 📰 ספר תורה ווערט געשריבן לעילוי נשמת מוהרא"ש 🎞️ מוזיק ווידיא: צוואת מוהרא"ש 🛒 שובבי"ם - ספרים סידיס און קונטרסים

    < זעה מער יז שבט תשפ"ב 📝
  • צום יארצייט י"ז שבט: פרעזענטאציע פון די לענבנס געשיכטע פון מוהרא"ש

    הקדמה דא וועט איר בעזרת השם קענען מיטהאלטן א הערליכע פרעזענטאציע פון די לעבן פון מוהרא"ש זכרונו לברכה. מיר וועלן בעזה"ש דורכגיין זיינע אינגע יארן אין ירושלים עיה"ק, זיינע בחורישע יארן אין די בראנקס, ווי ער האט געטראפן א ברסלבע ספר, וואס האט געטוישט זיין לעבן. וואס עס האט פאסירט נאך זיין חתונה, ווען בחורים האבן אנגעהויבן צו קומען צו אים און געבעטן עצות און הדרכה. מיר וועלן דורכשפאצירן פילע שטורמישע קאפיטלען פון דאס לעבן פון מוהרא"ש, וואס האט גענומען פאר זיך זיין ציל אין לעבן אריינצוברענגען די זיסע און געשמאקע לימודים פון הייליגן רבין צו יעדן איד אויף דער וועלט. מיר וועלן מיטהאלטן וואס עס איז אריבער אויף מוהרא"ש אין די זעכציג יאר וואס אלעס האט זיך געדרייט ארום דעם איינע מחשבה "וויאזוי קען איך העלפן נאך א איד זיך דערנענטערן צום אייבערשטן?". קאפיטל א': מוהרא"ש'ס נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט &nbsp; זיינע עלטערן מוהרא"ש זי"ע איז געבוירן געווארן אין שטאט תל אביב אום כ"א אייר יאר ת"ש לפ"ק, צו זיינע הייליגע עלטערן הגה"צ רבי מנחם זאב שיק זצ"ל, דער טאקאיער רב, און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת מלכה ע"ה די טאכטער פון הגאון רבי חיים שלמה זלמן מאשקאוויטש זצ"ל, דער טאקאיער רב. זיינע עלטערן זענען קורצליך פריער אנגעקומען פון אונגארן פון וואו זיי זענען אנטלאפן, נאכדעם וואס די מצב דארט איז געווארן אומדערטרעגליך. &nbsp; אין ירושלים מוהרא"ש'ס עלטערן האבן געזען אז תל אביב איז נישט א פאסיגע פלאץ וואו אויפצוציען אן ערליכער דור, האבן זיי זיך געצויגן קיין ירושלים עיה"ק, ווי פילע ערליכע אידן האבן געוואוינט. ווען דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל אין יאר תש"ה, האט דער סאטמערער רבי געשטעלט מוהראש'ס טאטע אלץ ראש ישיבה פון "ישיבה יטב לב" וואס ער האט דאן געגרינדעט אין ירושלים. ביי די דריי יאר אלט, איז מוהרא"ש אריינגעגאנגען אינעם באקאנטן ירושלימער חדר "תלמוד תורה עץ חיים", וואס איז געגרינדעט געווארן דורך הגאון רבי שמואל סאלאנט זי"ע. &nbsp; די חדר יארן אין כיתה ג' האט מוהרא"ש געהאט א מלמד א ברסלבער חסיד, רבי יעקב קאלמאנאוויטש ז"ל וואס מען האט גערופן "רבי יענקל מלמד", רבי יענקל איז געווען א תלמיד מובהק פון רבי אברהם שטערנהארץ ז"ל (אן אייניקל פון הייליגן רבי נתן). דער מלמד רבי יענקל פלעגט יעדן פארטאגס זיך מתבודד זיין אסאך שעות, און בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדן תלמוד עקסטער אז ער זאל מצליח זיין אין תורה און יראת שמים.&nbsp; ער האט טאקע זייער מצליח געווען מיט די תלמידים, וואס האבן געדענקט זייער גאנצע לעבן וואס מען האט געלערנט ביי אים, און קיינער פון זיי זענען נישט ארויס לתרבות רעה. &nbsp; א מלחמה אין אלט שטאט אין יאר תש"ח האט אויסגעבראכן די מלחמה צווישן די אראבער און די ציונים, די מצב אין גאסן פון אלט שטאט ירושלים איז געווארן שרעקליך, מען האט נישט געקענט ארויסגיין אויפן גאס, אפילו די חדרים זענען פארמאכט געווארן. דאן איז די גאנצע משפחה אוועק פון אלט שטאט, און זיך אויפגעהאלטן אין א קליין האטעל אין צענטער פון שטאט. &nbsp; די עבודה פון צדיקים דארט האט מוהרא"ש געזען די הייליגע עבודה פון פילע צדיקים וואס זענען געקומען דארט זיך אויפהאלטן, ווי הרב הקודש רבי מרדכי חיים זי"ע דער סלאנימער רב, דער פריערדיגער תולדות אהרן רבי זי"ע, און זיין שווער דער בעל שומרי אמונים זי"ע. אויך האט מוהרא"ש געהאט די געלעגענהייט צו זען אין ירושלים דער ירושלימער רב רבי יוסף צבי דושינסקי זי"ע, הגה"ק רבי זעליג ראובן בענגיס זי"ע ראב"ד ירושלים, און דער גרויסער מתמיד רבי גרשון לפידות זצ"ל. &nbsp; סיפורי צדיקים מוהרא"ש האט זייער ליב געהאט צו הערן סיפורי צדיקים. ביים עלטער פון צוועלף יאר, איז זיין מלמד געווען דער גרויסער ירושלימער מגיד רבי שבתי יודעלעוויץ ז"ל, וואס האט זייער אויפגעפלאמט די תלמידים מיט זיינע זיסע מעשיות און משלים. &nbsp; ווער און וויאזוי איז מען א צדיק? ווען מוהרא"ש פלעגט הערן מעשיות פון צדיקים, פלעגט אים אבער קוועטשן צוויי זאכן. איינס, פארוואס האט דער אייבישטער אויסגעוועלט דווקא אין די נשמות אז זיי זאלן זיין די צדיקים? איז עפעס דא פראטעקציע ביים אייבערשטן? און צווייטענס, מען פלעגט פארציילן ווי די צדיקים האבן "געזען אין הימל" - מוהרא"ש פלעגט טראכטן: "וויאזוי גייט מען ארויף אין הימל?", די צוויי קשיות האבן אים שטארק געדרוקט אין זיינע אינגע יארן. &nbsp; זאלסט זיין א מנהיג ישראל פארן בר מצוה איז מוהרא"ש אריין מיט זיין מאמע צו הרה"ק מבעלזא זי"ע וואס האט אים אנגעווינטשן מיט א זעלטענע ברכה "זאלסט זיין א ירא שמים, און א מנהיג ישראל".&nbsp; &nbsp; א פשוטע בר מצוה מיט טייערע תפילין כאטש וואס צוליב גרויס ארימקייט האט מען געפארוועט נישט מער ווי א קליינע בר מצוה מיט צוויי-דריי חברים. האט אים אבער זיין מאמע געקויפט מיט מסירת נפש, גאר טייערע מהודר'דיגע תפילין פונעם בארימטן סופר רבי יהודה ישכר בער ראטה ז"ל, וואס איז אים געווען גאר טייער. &nbsp; אין וויליאמסבורג נאכן ווארטן אפאר יאר, האט ער מיט זיין מאמע ענדליך באקומען פאפירן קענען צו פארן קיין אמעריקע. אום חודש אלול תשי"ג זענען זיי אנגעקומען קיין וויליאמסבורג, ווי זיי האבן זיך מסתופף געווען ביים הייליגן צדיק דער סאטמארער רבי זי"ע אין די ימים נוראים פון שנת תשי"ד. דאן האט מוהרא"ש געהערט דאס ווארט פון סאטמארער רבי "איין זאך האב איך מורא פארן בית דין של מעלה, אז איך האב נישט גענוג געטון פאר אונזערע ספרדישע ברודער". וואס איז אים אריין אין די ביינער. &nbsp; ישיבה קטנה אלץ יונגע בחור האט מוהרא"ש זי"ע געלערענט א האלבע יאר אין די נייטרא ישיבה אין מאונט קיסקא, דערנאך איז ער אריין אין ישיבה "ערוגת הבושם צעהלים" אין וויליאמסבורג. וואוינענדיג אין די בראנקס, פלעגט מוהרא"ש דארפן אויפשטיין זייער פרי פארטאגס, און נעמען די באן קיין וויליאמסבורג, וואס האט גענומען צוויי שעה. דער מגיד שיעור דארט איז געווען הרה"צ רבי רפאל בלום זצ"ל, דער קאשויער רב. קאפיטל ב': מוהרא"ש טרעפט א נייע אור &nbsp; צוויי שעה אויפן טרעין אויף די לאנגע וועגן פלעגט מוהרא"ש אלץ מיטנעמען א ספר אדער א מעשה ביכל וואס ער האט געטראפן אין ספרים שאנק ביי זיין טאטן. אין איינער פון די טעג אנפאנג ווינטער שנת תשט"ז האט מוהרא"ש אין איילעניש צו כאפן דעם טרעין קיין וויליאמסבורג, געכאפט א ספר "משיבת נפש". דער ספר איז אנגעקומען צו מוהרא"ש'ס טאטע אין די הענט נאך אין ירושלים דורך א מפיץ, וואס האט עס אריינגעלייגט אין ספרים שאנק. &nbsp; מען קען רעדן צום אייבערשטן אויפן טרעין האט מוהרא"ש ארויסגענומען דעם ספר'ל פון טאש און אנגעהויבן אריינצוקוקן דערין, און האט געשפירט "דער ספר רעדט צו מיר!", אויך ווען ער איז שוין אנגעקומען אין ישיבה האט מוהרא"ש נישט געקענט אראפלייגן דעם ספר פון זיין האנט, ער האט במשך דעם טאג איבערלערענט דעם ספר עטליכע מאל. &nbsp; וואס איז דאס ברסלב? ער האט זיך נאכגעפרעגט ווער עס האט געמאכט דעם ספר און זיין ברודער הגאון רבי בנימין ז"ל האט אים געזאגט אז דאס איז א ברסלבער ספר, און האט אים צוגעוויזן די אנדערע ספרים וואס דער הייליגער רבי און רבי נתן האבן מחבר געווען, די ליקוטי מוהר"ן, ליקוטי הלכות, און אזוי ווייטער. מוהרא"ש האט נישט גערוט ביז ער האט באוויזן צו לייגן זיין האנט אויף די אנדערע ספרים פון רבין, צו וואס ער איז געווארן צוגעקלעבט. און דא האט ער געטראפן די ענטפערס אויף זיינע שאלות וואס האט אים געדרוקט, מוהרא"ש האט געטראפן וואס דער הייליגער רבי נתן שרייבט אין ליקוטי הלכות הלכות ברכת השחר, אז מענטשן מיינען אז צדיקים ווערן נאר די וואס האבן א ספעציעלע הייליגע נשמה, אבער דער אמת איז - שרייבט רבי נתן - אז יעדער איד לויט וויפיל ער פלאגט זיך און שטארקט זיך מיטן רעדן צום אייבעשטן, אזוי ווערט מען א אמת'ע צדיק. און אויף זיין צווייטע שאלה וויאזוי גייט מען ארויף אין הימל, האט ער געזען אין ספר "השתפכות הנפש",&nbsp; אז דורך אסאך רעדן צום אייבערשטן, באקומט מען א ריינע מח, און מען ווערט דבוק אין אייבערשטן, ביז מען קומט אן גאר הויך. &nbsp; תמימות ופשיטות מוהרא"ש האט אנגענומען און געפאלגט יעדע הנהגה און עצה וואס ער האט געזען ביים רבין מיט א תמימות און פשיטות. מוהרא"ש פלעגט רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג אסאך שעות, וואס האט אים געברענגט צו ווערן א גרויסער מתמיד, אנדערש ווי ביז יעצט וואס ער האט נישט געהאט קיין געדולד צו לערנערן, און אזוי אויך האט עס אים געברענגט א קלארע און ריינע אמונה. &nbsp; זאגן ח"י פרקים משניות אזוי אויך זעענדיג דעם שיחה אין שיחות הר"ן סימן קפ"ה, האט ער גענומען אויף זיך דאס זאגן ח"י פרקים משניות יעדן טאג מיט א מורא'דיגע עקשנות, און האט זיך נישט גערירט פון פלאץ ביז ער האט זוכה געווען צו ענדיגן. &nbsp; משמש זיין צדיקים אלץ בחור אין ישיבה האט מוהרא"ש זוכה געווען צו זען און באדינען פארשידענע צדיקים וואס ער האט זיך אסאך אפגעלערנט פון זייערע הייליגע וועגן, צווישן זיי דער נאוואמינסקער רבי זי"ע, און דער רבי רבי דוד יצחק אייזיק, דער סקאליער רבי זי"ע, און דער צאנז-קלויזענבורגער רבי זי"ע. טראץ פארשידענע מניעות וואס ער האט געהאט אויסצושטיין פאר פארשידענע ריכטונגען, האט ער זיך געשטארקט אין ווייטער געגאנגען מיט זיין הייליגע עבודה. &nbsp; א נדר צו פארשפרייטן די ספרים מוהרא"ש האט זיך זייער געפלאגט צו טרעפן פארשידענע בענדער פונעם הייליגן ספר "ליקוטי הלכות", ער האט עס ארומגעזוכט אין יעדע ספרים געשעפט וואס עס איז נאר מעגליך געווען, און כאטש ער האט צום סוף מצליח געווען עס צו טרעפן, האט ער צוגעזאגט צו זיך אז ווען דער אייבישטער וועט אים העלפן און ער וועט חתונה האבן, וועט ער דרוקן אלע ספרים פון הייליגן רבין, און עס פארשפרייטן אויף די וועלט פאר קאסט פרייז. &nbsp; ראש השנה ביים קיבוץ אין יאר תש"כ האט ער זיך צום ערשטן מאל באטייליגט ביים קיבוץ פון אנשי שלומינו אויף ראש השנה. דער מנין איז דאן באשטאנען אין דער ברסבלער בית המדרש אין דער איסט סייד, ווי עס האבן זיך באטייליגט נישט מער פון פופצן מענטשן. און טראץ די פילע שווערקייטן פון אלע זייטן, אויסערדעם וואס ער האט נישט געהאט וואס צו עסן און וואו צו שלאפן, אבער איז געווען זייער פרייליך צו מקיים זיין דעם רצון פון רבין. דארט האט זיך מוהרא"ש באקענט מיטן ברסלבן חסיד הרה"ח רבי בנימין זאב חעשין זצ"ל, פון וועם מוהרא"ש האט אסאך מקבל געווען דאן. &nbsp; אין ישיבה פון רבי משה נאך ראש השנה, איז מוהרא"ש אריין אין ישיבה "תפארת ירושלים" פון הגאון רבי משה פיינשטיין זי"ע, ווי מוהרא"ש האט געלערנט זייער פלייסיג א גאנצן טאג מיט א מורא'דיגע עקשנות, וואס גארנישט האט אים נישט געקענט אוועקרוקן פון זיין ספר. &nbsp; מוהרא"ש ווערט א חתן כ' סיון תשכ"א איז מוהרא"ש געווארן א חתן. די כלה איז געווען א טאכטער פון רבי אשר ישעיה ראטענבערג זצ"ל דער קאסאנער רבי. די חתונה האט מען באשטימט אויף חודש שבט תשכ"ב. צוליב די גרויסע הערצה וואס הגאון רבי משה פיינשטיין האט געהאט אויף דעם בחור דער גרויסער מתמיד פון ישיבה מוהרא"ש זי"ע, איז רבי משה ארויס פון זיין וועג, און זיך געקומען משתתף זיין ביי די חתונה. &nbsp; נסיון העוני נאך די חתונה איז מוהרא"ש אריבערגעגאנען שווערע נסיונות פון ארימקייט, עס איז געווען צייטן וואס עס איז ממש נישט געווען וואס צו עסן. מוהרא"ש האט נישט געוואלט אפלאזן זיינע שיעורים וואס האבן אים אנגעפילט דעם טאג, און איז געגאנגען נאך געלט פון טיר צו טיר צו קענען קויפן עסן און באצאלן רענט. גייענדיג נאך געלט איז אים אויסגעקומען צו זיך באקענען מיטן הייליגן צדיק הרה"ק רבי אברהם יושע העשיל זי"ע דער קאפישניצער רבי, אזוי אויך מיט הרה"ק רבי מרדכי שלמה דער באיאנער רבי זי"ע. קאפיטל ג': מוהרא"ש איז מפיץ דעם רבי'ן &nbsp; אשר בנחל אין יאר תשכ"ד האבן זיך פלוצלינג אנגעהויבן צו ווענדן צו מוהרא"ש בחורים און אינגעלייט און אים געבעטן ער זאל זיי העלפן אין עבודת השם, מוהרא"ש פלעגט זיי פרעגן "ווער שיקט ענק? פארוואס קומט עטס צו מיר?" אויך האט אים אנגעהויבן אנצוקומען בריוו מיט שאלות. ערב חנוכה תשכ"ד האט מוהרא"ש אנגעהויבן צו שרייבן בריוו פון התחקות וואס פון דעם איז ארויסגעקומען די פילע בענדער "אשר בנחל". &nbsp; דער ברסלבע בית המדרש אין בארא פארק ביז דאן איז דער איינציגסטער ברסלבע בית המדרש אין גאנץ אמעריקע געווען אין דער "איסט סייד", וואס האט אנגעהאלטן פון יאר תשט"ו ביז תשכ"ד, וואס דאן איז דער געגענט געווארן אויסגעשפילט, מוהרא"ש האט דאן געהאלפן גרינדן דעם ברסלבן בית המדרש אין בארא פארק אויף די זעכצנטן עוועניו קארנער פיר און פערציגסטער סטריט. נאך פארשידנע פינאנציעלע שווערקייטן איז מען אריבער צום זעכצנטער עוועניו קארנער צוויי און פופציג סטריט וואס מען האט גענוצט עטליכע יאר, ביז מען האט געקויפט דער בית המדרש ברסלב אויפן זעכצנטער עוועניו קארנער פינעף און פופציגסטער סטריט, וואס איז נאך אפן ביזן היינטיגן טאג. מוהרא"ש פלעגט דארט פארלערנען א שיעור אין ליקוטי מוהר"ן יעדע מיטוואך נאכט. אזוי אויך פלעגט מוהרא"ש אליינס רייניגן דאס בית המדרש, אן דעם וואס קיינער זאל וויסן דערפון. &nbsp; שרייב! איין נאכט האט זיך מוהרא"ש געחלומט ווי דער רבי מיט רבי נתן שמועסן, און דער רבי זאגט אים "שרייב שרייב, איך וועל דיר מגלה זיין שיינע זאכן!" מוהרא"ש האט זיך דאן גענומען שטארק אין די ארבעט פון דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינס ספרים, ער האט געדרוקט דעם ספר "מכניע זדים", "משיבת נפש", און כדי דאס צו קענען באצאלן, האט ער זיך פארדינגען צו ארבעטן אינעם דרוקעריי. צוליב וואס ער האט געדוקט די ספרים אזוי ביליג האט זיך אנגעהויבן א מחלקות קעגן מוהרא"ש, אבער מוהרא"ש האט זיך געשטארקט און ארומגעגאנגען פארשפרייטן די ספרים פאר פעניס ממש, אזוי אויך האט ער אויסגעלערנט נאך חברים אזוי צו טון. זייענדיג געדרוקט אין געלט איז אים אונטערגעקומען א געלעגענהייט צו ווערן א מלמד אין חדר, ווי ער האט זייער מצליח געווען, און האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות אין די תלמדים. &nbsp; די ערשטע מאל ביים ציון אין אומאן אום חודש תמוז תשכ"ו האט זיך געמאכט א געלעגענהייט פאר מוהרא"ש זיך אריבערצוכאפן צום הייליגן ציון פון רבין אין אומאן, אויף וואס מוהרא"ש האט זייער אסאך מתפלל געווען, טראץ די פילע שטיינער וואס זענען אים געשטאנען אין וועג, האט מוהרא"ש מצליח געווען אנצוקומען צום און זיך משטטח זיין ביים הייליגן ציון ווי ער האט געבעטן דעם אייבערשטן זאל אים העלפן איבערקומען אלע שווערקייטן. &nbsp; ברסלבע חסידים אין ארץ ישראל פון דארט איז מוהרא"ש געפארן קיין ארץ ישראל, ווי מוהרא"ש האט באגעגענט דעם גרויסן צדיק רבי לוי יצחק בענדער ז"ל, וואס האט אים זייער מקרב געווען, און מוהרא"ש האט גאר אסאך גערעדט מיט אים און מקבל געווען פון אים שיחות און תורות וואס זענען געווען מקובל ביי אנשי שלומינו. וואס מוהרא"ש האט אלעס אפגעשריבן. אויך האט זיך מוהרא"ש דעמאלטס געטראפן מיט הרה"ח רבי שמואל הורוויץ ז"ל א פייערדיגע ברסלבע חסיד, וואס איז געווען דבוק אין אייבערשטן. פון וועם מוהרא"ש האט אסאך מקבל געווען. אזוי אויך האט מוהרא"ש אסאך גערעדט מיט הרה"ח רבי גדליה אהרן קעניג ז"ל. אום שנת תשכ"ט איז מוהרא"ש נאכאמאל אנגעקומען צום הייליגן ציון פון רבין. אין די יארן תש"ל תשל"א האט מוהרא"ש געשריבן זייער אסאך ספרים. אום ראש השנה תשל"ב איז שוין געווען א גרויסע קיבוץ פון אנשי שלומינו, פילע נייע מקורבים האבן זיך משתתף געווען. אום זומער תשל"ג איז ארויסגעקומען צום ערשטן מאל דער ערשטער באנד פון ספר "אשר בנחל". אום ראש השנה תשל"ד, איז געווען דער ערשטער מאל אין אסאך יארן וואס עס איז געווען א מנין פון אנשי שלומינו אין אומאן. קאפיטל ג: היכל הקודש &nbsp; מען קויפט א בנין אין יאר תשל"ד האט מוהרא"ש געקויפט דעם בנין פון ישיבה ומתיבתא היכל הקודש. אום ווינטער תשל"ה האט מוהרא"ש געדרוקט די ספרים "שמירת הזמן", "סדר דרך הלימוד", "ארך אפים" מיט גרויס מסירת נפש. ראש השנה תשל"ו האט זיך מוהרא"ש משתתף געווען ביים קיבוץ הקדוש אין ירושלים עיר הקודש. ערב שבועות תשל"ו איז ארויס פון דרוק דעם ספר "מקור השמחה", אויך האט מוהרא"ש איבערגעדרוקט אלע רבינ'ס ספרים דעם יאר. אויף שבת חנוכה תשל"ז איז געעפענט געווארן דער בית המדרש "מתיבתא היכל הקודש חסידי ברסלב" אין בארא פארק. &nbsp; אומאן ראש השנה מוהרא"ש, הערנדיג אז עס אפשר דא א מעגליכקייט צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה תשל"ח האט מתפלל געווען און געטון אלעס וואס מעגליך עס דורכצופירן. דערפאר איז מוהרא"ש געפארן מיט א גאנצע גרופע אנשי שלומינו קיין וויען עסטרייך, און זיך איבערגעגעבן פאר אייבערשטן, און האט צום סוף מצליח געווען נאר צו זיין ערב ראש השנה ביים הייליגן ציון, אבער די פאליציי האט זיי געכאפט ערב ראש השנה און צוריק געשיקט. אום חשון תשל"ט איז ארויסגעקומען לאור עולם דער הייליגער ספר "שפת הנחל" א פירוש אויפן ספר הקדוש ליקוטי מוהר"ן. &nbsp; צדיקים ביי מוהרא"ש אויף שבת פרשת בשלח איז הרה"ח רבי גדליה אהרן קעניג זצ"ל פון צפת איינגעשטאנען ביי מוהרא"ש, און האט שטארק מחזק געווען מוהרא"ש ווייטער אנצוגיין און דרוק און פארשפרייטן די הייליגע ספרים. פרשת כי תבא תשל"ט איז דער הייליגער רימניצער רבי זי"ע איינגעשטאנען אין די געגענט פון בית המדרש היכל הקודש, און האט געדאווענט און זיך געטובלט אין די מקוה און אויפגענומען מענטשן ביי מוהרא"ש אין בית המדרש. אנפאנג יאר תש"מ איז מוהרא"ש געפארן אויף א לענגערע נסיעה קיין ארץ ישראל מיט די גאנצע משפחה, ווי מוהרא"ש האט מתפלל ביי פילע ציונים און מקומות הקודשים אין ארץ ישראל. אזוי אויך האט ער זיך געטראפן און אסאך גערעדט אין עבודת השם מיט הרה"ח רבי לוי יצחק זצ"ל, און הרה"ח רבי שמואל שפירא זצ"ל. דער רבי רבי משה מרדכי דער לעלובער רבי האט געהערט אז דער מחבר פון ספר הקדוש "פעולת הצדיק" איז אין ארץ ישראל, האט זייער געבעטן מוהרא"ש צוליב וואס ער האט נישט געקענט ארויסגיין פון בעט צוליב זיין געזונט צושטאד זאל קומען צו אים. און זיי האבן אסאך גערעדט אין עניני עבודת השם. אין יאר תש"מ האט מוהרא"ש געשריבן אסאך נייע ספרים, צווישן זיי "נר להצדיק" אויף חנוכה, "ברית שלום" אויף ברית מילה, און "שמירת הברית", און נאך אסאך קונטרסים און ספרים. קאפיטל ד': דער ברסלבער שטאט יבנאל &nbsp; תלמידים אין ארץ ישראל מוהרא"ש האט דאן שוין געהאט אסאך תלמידים אין ארץ ישראל בפרט אין אשדוד. איינער פון די חשובע תלמידים איז דאן אריבער וואוינען אין יבנאל. &nbsp; א ברסלבע שטאט ביי איינע פון די באזוכן אין ארץ ישראל איז מוהרא"ש אריבער צו אים אין יבניאל, און מוהרא"ש איז זייער געפאלן דאס פלאץ. זינט דאן פלעגט מוהרא"ש כסדר באזוכן יבנאל, און א צייט שפעטער האט ער געזאגט פאר די תלמידים אין ארץ ישראל זיי זאלן זיך אריבערציען קיין יבניאל ווייל ער וויל דארט מאכן א ברסלבע שטעטל. די איינוואוינער אין יבניאל האבן זייער שיין אויפגענומען די פרישע איינוואויער, און ביז א יאר האבן שוין דארט געוואוינט איבער הונדער ברסלב'ע חסידים. מוהרא"ש האט געבויעט דארט פאר זיך א הויז און אונטער דעם א שול, אזוי אויך האט ער געבויעט מוסדות פאר די קינדער, און אלע געברויכן פאר א קהילה. אין די תקופה האט מוהרא"ש א גאנצן טאג נאר געטראכט פון יבנאל, מוהרא"ש האט געזאגט אז עס שטייט אין חז"ל אז משיח וועט קומען די ערשטע צו שבט נפתלי, יבנאל איז אין שבט נפתלי און משיח וועט קומען די ערשטע קיין יבנאל. &nbsp; מקוה מלכה יעצט האט מוהרא"ש אויפגעבויעט די בארימטע "מקוה מלכה", עס זענען געווען זייער אסאך מניעות פאר דעם מקוה. און מיט א אומגעהויערע מאס פון תפילות און מסירת נפש האט מען מצליח געווען און געבויט די מקוה. מוהרא"ש אליינס איז געווען דער ערשטער זיך צו טובלען אין דעם מקוה. מוהרא"ש האט געזאגט אויף דעם מקוה אז "ווער עס טובלט זיך דארט וועט האבן קינדער". עס זענען דא טוינטער מעשיות בלי גוזמה פון אידן וואס זענען דארט געהאלפן געווארן מיט קינדער. איינע פון די באקאנטע מעשיות איז געווען מיט א פאר פאלק וואס דער דאקטער האט זיי געזאגט "אויב וועט וואקסן האר אויף מיין האנט פלאך וועסטו האבן קינדער". מוהרא"ש זיי געגעבן א ברכה, און זיי האבן געהאט צוויי קינדער. &nbsp; ספרדישע אידן מוהרא"ש האט ספעציעל מקרב געווען די ספרדישע אידן, מוהרא"ש האט זייער ליב געהאט זייער אמונה פשוטה, און תמימות, און זענען זייער גוטע כלים צו דינען דעם אייבערשטן.&nbsp; מוהרא"ש האט זייער אסאך געטון פאר די ספרדישע אידן אין ארץ ישראל, עס האט אים זייער וויי געטון ווי די ערב רב האבן אויסגריסן מיט די גרעסטע מאס רציחה דאס אידישקייט פון די טייערע ספרדישע אידן, און האט געזאגט&nbsp; "איך וויל ברענגען א מיליאן ספרדישע אידן קיין אומאן!" &nbsp; דער גרויסער שול אין יבנאל מוהרא"ש האט זייער געוואלט בויען א שיינע גרויסע שול אין יבנאל, וואס מ'זאל קענען זען ביז טבריה, אבער אויך פאר דעם איז געווען גאר אסאך מניעות. עס האט גענומען איבער צוואנציג יאר ביז מוהרא"ש האט זוכה געווען צו שטיין ביים חנוכת הבית. ווי ער האט דאן געזאגט "עס האטס נישט קיין אנונג וויפיל תפילות עס ליגן אריינגעלייגט אין דער בנין אז זאל קענען געבויעט ווערן". קאפיטל ה': דער ראש ישיבה ווערט נתקרב &nbsp; חסידישע ניגונים דער ראש ישיבה האט געהאט א חבר מו"ה יודל טירנויער הי"ו, וואס האט געלערענט ביים קארלסבורגער רב ז"ל און זיי פלעגן אסאך פארברענגען אינאיינעם. בפרט פלעגן זיי אסאך רעדן איבער שיינע חסידישע ניגונים, וואס עפענען אויף דאס הארץ. &nbsp; היכל הקודש אין וויליאמסבורג אין יענע תקופה האבן תלמדי היכל הקודש אין וויליאמסבורג זיך אנגעהויבן אביסל זיך צוזאם קלויבן.&nbsp; אין יאר תשס"א האט מען זיך אנגעהויבן צוזאם געקומען ביי אנשי שלומינו אין די הייזער. און אין יאר תשס"ג האט מען געעפענט די ערשטע מאל א קליין בית המדרש'ל אין א סטארעדזש פון א געשעפט ווי מען האט געפראוועט אינאיינעם שלש סעודת. &nbsp; ברסלבע ניגונים איין טאג האט ר' יודל געזאגט פארן ראש ישיבה, אז ברסלב האט דא נישט ווייט פון זיין הויז א בית המדרש'ל ווי ער וועט קענען הערן די שיינע ברסלבע ניגונים, וואס האט זייער געצויגן דעם ראש ישיבה. &nbsp; די ליפן שאקלען זיך אויך האט מען אין יענע תקופה גערופן אמאל דעם ראש ישיבה'ס זיידע דער קארלסבורגער רב זצ"ל צו א שמחה אין שטוב פון מוהרא"ש, דער ראש ישיבה האט דאן משמש געווען זיין זיידע, און האט דעמאלטס געהאט די געלעגענהייט צו זען מוהרא"ש צום ערשטן מאל, און קוקענדיג אויף מוהרא"ש האט ער געזען ווי ווי מוהרא"ש "רעדט צום איבערשטן" א גאנצן צייט, זיינע ליפן שאקעלן זיך אן אויפהער. &nbsp; דער מפיץ רבי נתן יאקאבאוויטש אנהייב זומער תשס"ד איז דער גרויסער תלמוד פון מוהרא"ש דער מפיץ רבי נתן יאקאבאוויטש שליט"א ארומגעגאנגען און פארשפרייט די הייליגע ספרים ווי ער טוט שוין פאר די לעצטע דרייסיג יאר, אבער דעמאלטס האט דער אייבישטער צוגעפירט אז ער אנגעטראפן דעם ראש ישיבה און אים פארגעשלאגן צי ער דארף א שיינע ספר, דער ראש ישיבה אבער האט אים געבעטן א טעיפ פון ברסלבע ניגונים. דער מפיץ רבי נתן, האט איבערגעדרייט זיין גאנצע קאר, ביז ער האט געטראפן אונטער אלע זיינע באקסעס א טעיפ פון ברסלבע ניגונים, און מיטגעגעבן דערמיט פארן ראש ישיבה א קליין ספר'ל "אשר בנחל חלק כ"ז". &nbsp; א ספר אין בוזעם טאש יענעם זומער האט דער אייבישטער צוגעפירט אז דער ראש ישיבה איז געווארן א כיתה ט' מלמד אין א קעמפ, דארט האט ער געטראפן אין זיין בוזעם טאש דער ספר'ל, און כאטש ער האט דאן נאכנישט געוויסט ווער עס האט עס געשריבן, איז ער איז געווארן ממש ווי צוגעקלעפט צום ספר. דער ראש ישיבה האט איבערגעלערענט דעם ספר גאר אסאך מאל. בעיקר - זאגט דער ראש ישיבה - האט אים געכאפט זעענדיג וואס מוהרא"ש שרייבט דארט פיל מאל אז כאטש מ'לעבט דא אויף דער וועלט, מ'עסט מ'שלאפט, קען מען אזוי אויך זיין אן אמת'ער ערליכע איד און א גרויסער צדיק. נאך יענעם זומער האט דער ראש ישיבה צוביסלעך אנגהויבן קומען שטילערהייט אין ביהמ"ד היכל הקודש ביי שלש סעודות. און כאטש ער האט דאן געהערט פון די גרויסע וויכטיגקייט ביים רבין צו קומען אויף ראש השנה, האט ער עס נאך יענעם ראש השנה נישט געקענט אויספירן. &nbsp; מלמד אין חדר אין יאר תשס"ה איז דער ראש ישיבה געבליבן א מלמד אין וויליאמסבורג, כאטש דער ראש ישיבה האט נישט געהאט קיין חשק, האט דער מוסד אים בשום אופן נישט געוואלט ארויסלאזן, זעענדיג ווי דער פרישער מלמד בלאזט אריין אין די תלמדים א נייע חיות. די קינדער לעבן און וואקסן און שטייגן אויף א מורא'דיגע פארנעם.&nbsp; דאן פלעגט דער ראש ישיבה זיין א מלמד אין די פארמיטאג שעות, און נאכמטאג פלעגט ער לערנען אינעם קארלסבורגער כולל. ווי מער דער ראש ישיבה האט געלערענט דעם הייליגן רבין ספרים איז אים זיין הארץ געווארן מער אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, און האט אריינגעגעבן דעם פלאם און די חיזוק פון די הייליגע ספרים אין די קינדער. די קינדער האבן צום ערשטן מאל אין זייער לעבן אנגעהויבן צו הערן אזעלעכע זאכן ווי דער אייבישטער ווארט אויף יעדן איד, מען קען רעדן צום אייבערשטן אויף פלעין אידיש, די גרויסע כח פון זאגן משניות, די עצה פון מעביר סדרה זיין אנגעהויבן פון אנהייב וואך. מען האט געזען ווי די קינדער האבן אנגעהויבן ליב צו האבן די תורה, און זיך פרייען מיט אידישקייט. יענעם יאר האט מוהרא"ש אנגעהויבן קומען קיין וויליאמסבורג אין די מוצאי שבת מברכים'ס, ווי דער ראש ישיבה האט צום ערשטן מאל געהערט שיעורים פון מוהרא"ש, און דערנאך האט שוין דער ראש ישיבה אנגעהויבן צו פארן יעדן ליל שישי קיין בארא פארק צו די בארימטע שיעורים פון מוהרא"ש. &nbsp; איך פאר קיין אומאן ראש השנה תשס"ו האט דער ראש ישיבה באשלאסן "איך פאר קיין אומאן אויף ראש השנה, זאל זיין וואס זאל זיין!". &nbsp; מנהל אין ישיבה זעענדיג די גרויסע הצלחה וואס דער ראש ישיבה האט געהאט אלץ מלמד, האט דער רב פון די קהלה געבעטן דעם ראש ישיבה זאל ווערן די מנהל פון זיין ישיבה, פון די אנדערע זייט האט די חדר בשום אופן נישט געוואלט אויסלאזן דעם ראש ישיבה פון צו זיין א מלמד, אזוי איז געווארן אז דער ראש ישיבה איז געבליבן א מלמד פארמיטאג, און נאכמיטאג איז ער געווען מנהל אין די ישיבה. די ישיבה האט אנגעהויבן באקומען גאר א גוטע נאמען, עס האבן אנגעהויבן צוקומען נאך און נאך בחורים. &nbsp; ישיבה תפארת התורה ערב יום כיפור תשס"ט האט דער ראש ישיבה באקומען בריוו פון מוהרא"ש אז עס איז צייט זאל עפענען אליינס א ישיבה, און עס מוז נישט הייסן ברלסב, אבער ער זאל לערנען מיט די בחורים אויפן וועג פון הייליגן רבין. די ישיבה - וואס מוהרא"ש האט א נאמען געגעבן "ישיבה תפארת התורה" איז דורכגעגאנגען אסאך גלגולים און פלעצער - אבער דער צד השוה איז געווען, אז אין די נייע ישיבה האט מען געלערנט אויפן וועג פון הייליגן רבין אזוי ווי מוהרא"ש האט עס איבערגעגעבן. און אזוי זענען נתרבה געווארן ספסלי ביהמ"ד ווען אסאך בחורים מבקשים זענען געקומען לערנען. זומער איז די ישיבה געווען געווען אין בארא פארק, מוהרא"ש איז דעמאלס געקומען די ערשטע מאל אין ישיבה און געזאגט פאר די בחורים א שיינע שיעור התחזקות. אויף זומער האט זיך די ישיבה אריבערגעצויגן צו א קעמפ אין סוואן לעיק, ווי מוהרא"ש איז צוויי מאל געווען אויף א שבת, און געגעבן עטליכע שיעורים פאר די בחורים. &nbsp; א תהלים מיט א ליקוטי מוהר"ן ביי איין שבת האט דער ראש ישיבה געהאלפן מוהרא"ש זיך אויספאקן, און איז געווארן איבעראשט זעענדיגט אז דער גרויסער צדיק מוהרא"ש נעמט מיט מיט זיך אויפן וועג א "תהלים מיט א ליקוטי מוהר"ן". &nbsp; תלמוד תורה היכל הקודש אסרו חג פסח תש"ע האט דער ראש ישיבה געזען אז עס איז וויכטיג צו עפענען א תלמוד תורה פאר די אינגלעך, מוהרא"ש האט באגלייט די גאנצע זאך, און אנגעווינטשן פארן ראש ישיבה, און געזאגט אז ווען מ'עפענט, איז נישטא קיין וועג צוריק, מען קען נישט פארמאכן. אנשי שלומינו האבן זייער שטארק צוגעהאלפן דעם פרישן חדר מיט אלעם וואס מעגליך, מען האט געקאכט לאנטש, און געהאלפן מיט די טראנספארטאציע. ווען מען האט געקויפט דעם ערשטן חדר באס וואס איז געשטאנען דערויף "מוסדות היכל הקודש וויליאמסבורג" האט מוהרא"ש געזאגט אז יעצט איז מקויים געווארן וואס ער האט געזאגט פארן גבאי פונעם ברסלבע שול אין ווילאמסבורג מיט פופציג יאר צוריק ווען ער האט זיך אפגערעדט אז מען פלאגט זיך מיט מנין, "עס וועט קומען א צייט ווען עס וועלן ארומפארן אין די וויליאמסבורגע גאסן ברלבע חדר באסעס". &nbsp; מיינע דיבורים איין טאג האט מוהרא"ש געטראפן א בחור פון ישיבה תפארת התורה ביי אים אין ביהמ"ד אין בארא פארק, ווי ער הערט עפעס אויס אויפן טעלעפאן, מוהרא"ש האט אים אים געפרעגט "וואס הערסטו?", האט ער געזאגט אז ער האלט מיט א שיעור פון ראש ישיבה דורכן טעלעפאן, מוהרא"ש האט אים געבעטן דעם טעלעפאן, און נאכן הערן אפאר מינוט האט מורא"ש זייער הנאה געהאט און געזאגט "עס איז ממש מיינע דיבורים!" איין מאל האט מוהרא"ש געזאגט פאר ראש ישיבה, "נעם יעדע שיעור וואס איך געב און מאך דערפון טויזנט דרשות"! &nbsp; בית פיגא סקול תשרי תשע"א האט מוהרא"ש געשריבן דעם באקאנטן היסטארישן בריוו פארן ראש ישיבה ער זאל עפענען א סקול פאר די מיידלעך. דער ראש ישיבה, וואס האט זיך נאך זייער געפלאגט מיט די פרישע ישיבה, די פרישע חדר, האט אבער געפאלגט מוהרא"ש מיט מסירת נפש אין אריינגעשפרינגען אין דעם פראיעקט פון עפענען א ברסלבע סקול. &nbsp; איך וועל קומען ברענגען שידוכים יענעם זומער זומער האט דער ראש ישיבה געזאגט פאר מוהרא"ש אז עס גייט נישט קיין שידוכים אין ישיבה, האט מוהרא"ש געזאגט פארן ראש ישיבה "איך וועל קומען חמשה עשר באב אין ישיבה, און ברענגען שידוכים". יענעם חמשה עשר באב איז מוהרא"ש אריבערגעקומען אין קעמפ, און געזאגט א שיינע שיעור פאר די בחורים. ביים סוף פון שיעור האט מוהרא"ש געזאגט אז ווער עס וועט זאגן יעדן טאג גאנץ מסכת תענית פאר פערציג טעג ביז ראש השנה וועט טרעפן זיין שידוך. מער האבן די בחורים נישט געדארפט הערן, עס איז נישט געווען צו וועם צו רעדן אין ישיבה, אלע זענען געזעצן איבערגעבויגן שעודת אויף שעות איבער די גמרא מסכת תענית, און זיכער געמאכט אז מען ענדיגט יעדן טאג דעם מסכת. מוצאי ראש השנה תשע"ב האבן זיך אנגעהויבן די שידוכים, הר"ר יחזקאל סאמעט שליט"א איז געווען דער ערשטער חתן, און פון דעמאלסט און ווייטער האט זיך אנגעהויבן א פלייץ פון שידוכים איינער נאכן צווייטן. &nbsp; דער בנין אויף סקילמאן מ'האט זייער שטארק געזוכט דעמאלסט א געהעריגע פלאץ פאר די מוסדות. ביז מ'האט געטראפן דעם יעצטיגן פאלץ אויף 27 סקילמאן סטריט, מוהרא"ש איז געקומען עס קוקן, און נאך פארן איבערבויען, האט ער געזאגט פאר ראש ישיבה אז ער זעט ווי עס שוין אויסגעוואקסן, עס איז צו קליין. וואס לויט די דעמאלטסיגע השגות האט מען עס נישט פארשטאנען, אבער היינט זעט מען טאקע ווי מיט קוים עטליכע יאר שפעטער איז עס שוין טאקע צו קליין. &nbsp; קרן הדפסה אויף שבת חנוכה תשע"א האט מען באנייט דעם בנין אויף סקילמאן, וואו מען האט אויך צוגעלייגט דארט א "הדפסה צימער" וואס איז זיך צואוואקסן היינט אין דעם גרויסן "קרן הדפסה היכל הקודש", די ריזיגער אימפעריע וואס האט שוין געדרוקט ביזן היינטיגן טאג מיליאנען ספרים, קונטרסים און גליונות. אזוי אויך האלטן זיי אויף דעם גאר פאפולערן "ברסלב סענטער" וועבסייט, וואס באקומט טאג טעגליך טויזנטער באזוכער פון איבער די גאנצע וועלט. מוהרא"ש ווען ער האט געזען דעם הדפסה צימער מיט די פרינטינג מאשינען, איז געווען זייער פרייליך און געזאגט אז "רבי נתן וואלט זיך מחיה געווען מיט אזא מאשין!" מוהרא"ש איז אסאך מאל געקומען באזוכן אין ישיבה ביי פארשידענע געלעגענהייטן, צו שיעורים, צו שמחות, און געגעבן שיעורי התחקות. &nbsp; הפצה פון דא און ווייטער איז די הפצה געגאנגען אויף אן אומגלויבליכע פארנעם. יעדער איינער האט גענומען די הפצה צו א שטאפל ווייטער, מען האט אנגעהוין מאכן א גליון, וואס פון דעם איז עס ארויסגעוואקסן שפעטער צו פילע הערליכע גליונות. מען האט אנגעהויבן צו פארשפרייטן די "חיזוק יומי" מעסעדזשעס וואס גייט איבער די גאנצע וועלט צו צענדליגע טויזנטער אידן, און ווערט איבערגעטייטשט צו עטליכע שפראכן. פון האט זיך די הפצה פארשפרייט מיט יעדן טאג מער און מער. קאפיטל ו': מוהרא"ש'ס פטירה &nbsp; איך וועל פארשפרייטן מוהרא"ש ווען מוהרא"ש איז ארויף לחיי העולם הבא יענעם שווערן דאנערשטאג איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען צו מוהרא"ש'ס מיטה אין צוגעזגט פאר מוהרא"ש אז ער וועט פארשפרייטן מוהרא"ש אויף די גאנצע וועלט. &nbsp; דער ציון הקדוש אין יבנאל מ'האט באערדיגט מוהרא"ש אין יבניאל אויפן פלאץ וואס ער האט זיך אויסגעוועלט ביים לעבן. טויזנטער אידן קומען כסדר צו פארן צום הייליגן ציון אין יבניאל, און זאגן עדות אויף די גרויסע התעררות לתשובה וואס מען שפירט ביי דעם הייליגן פלאץ. &nbsp; טרעפן א שידוך אזוי אויך קומען פילע בחורים און מיידלעך צו פארן, און זאגן אויס תהלים לזכות פון מוהרא"ש און פועלן שידוכים, ווי מוהרא"ש האט געהייסן אויסקריצן אויף זיין מצבה "יעדע בחור און יעדע מיידל וואס וועלן אויסזאגן גאנץ תהלים פאר זיין זכות, זאגט ער צו אז ער וועט זיך לייגן אין די לענג און אין די ברייט צו טרעפן זיין שידוך". דער ראש ישיבה קומט יעדעס יאר מיט די בחורים צום הייליגן ציון, און פועלט גרויסע ישועות, בפרט מיט שידוכים. &nbsp; די ירושה פון מוהרא"ש מוהרא"ש האט אונז אבער נישט איבערגעלאזט, ווי ער שרייבט אין זיין צוואה, האט ער אונז איבערגעלאזט מיט א גאר גרויסע ירושה זיינע הייליגע ספרים, און די עצות און חיזוק פון מוהרא"ש באגלייט אונז ביזן היינטיגן טאג, ווען די תלמידים לערנען די הייליגע ספרים, און געבן עס איבער ווייטער פאר נאך און נאך אידן. היינט געפינט זיך אין יעדע אידישע שטאט אין די וועלט א שול היכל הקודש, אזוי אויך זענען שוין דא פינף חדרים פאר אינגלעך, און עטליכע מיידל סקולס פון היכל הקודש, ווי די קינדער פון קליינערהייט, לערנען און חזר'ן די ריינע אמונה מיט געטרייע איבערגעגעבענע מלמדים און טיטשערס, וואס זענען תלמידי היכל הקודש. &nbsp; מיר האבן נישט פאפאסט מוהרא"ש. ווי דער ראש ישיבה זאגט אייביג "דארט ווי מען רעדט די דיבורים פון מוהרא"ש, פון רבין און פון רבי נתן, דארט געפינען זיי זיך"! &nbsp;

    < זעה מער יז שבט תשפ"ב 📝
  • יומא דהילולא קדישא פון מוהרא"ש זי"ע

    די קומענדיגע וואך מיטוואך, י"ז שבט, געפאלט די זיבעטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע. מיט יעדן טאג נענטער צום יארצייט דערקענט זיך די התעוררות און התרגשות ביי אנשי שלומינו בפרט, און ביי אידן איבער די וועלט בכלל, צו דעם געהויבענעם טאג. מוהרא"ש פלעגט זאגן "ביים יומא דהילולא פון א צדיק, קומט ארויס און מען זעט וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט פאר די וועלט", מען זעט ווי די לימודים און עצות וואס ער האט געלערנט מיט אידישע קינדער ביים לעבן, זענען ווייטער חי וקים, זיי זענען מחזק און מעורר אלץ מער און מער אידישע קינדער איבער די וועלט, און דערנענטערט זיי צום אייבערשטן, נאך מער און שטערקער ווי ביי זיין הייליג לעבן. מיר געדענקן זייער גוט וואס מוהרא"ש האט געטון פאר אונז אלע זיינע יארן, ווי אזוי ער האט אונז געשטארקט אין יעדן מצב און אונז מחזק געווען צו דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין. און דעריבער איז דער טאג אזוי גרויס, ווען מען נעמט זיך צוזאם און מען חזר'ט איבער זיינע ווערטער, און מען איז ווייטער ממשיך צו גיין אין זיינע וועגן. פילע אנשי שלומינו אין ארץ ישראל וועלן זיך משתטח צו זיין אויפ'ן ציון הקדוש אין יבנאל אין די טעג ארום די יארצייט, אנדערע אידן בכל מקומות מושבותיהם וואס האבן נישט די מעגליכקייט אריבערצופארן צום ציון הקדוש, וועלן זיך צוזאמנעמען אין די לאקאלע בתי מדרשים און איבער'חזר'ן דאס וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן, און לערנען די הייליגע עצות פון זיינע פילע ספרים וואס ער האט אונז איבערגעלאזט בירושה. די צענטראלע סעודת הילולא וועט פארקומען אי"ה דינסטאג יתרו ביינאכט, אום 8:00, אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג, אויף 27 סקילמאן סטריט. אזוי אויך וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען אין שטעט איבער די וועלט אין די בתי מדרשים היכל הקודש, ווי מען וועט זיך מחזק זיין און הערן וואס מ'קען ארויסנעמען פון אזא גרויסן טאג. אנשי שלומינו וועלן אויך אויסנוצן דעם געהויבענעם טאג זיך אנצושטרענגען אויסצופירן דאס וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן, צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און עס פארשפרייטן איבער די וועלט, און אזוי אריינברענגען די הייליגע לימודים פון רבי'ן אין יעדע אידישע שטוב. מ'וועט זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים ארויסצוהעלפן דעם בית הדפוס "קרן הדפסה היכל הקודש" וואו מ'דרוקט טויזנטער ספרים און קונטרסים טאג טעגליך, און מען פארשפרייט עס צו אידן איבעראל, און וועקט זיי אויף אנצוהייבן לעבן מיטן אייבערשטן פון פריש. דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער ממשיך זיין זיך צו האלטן בדיבוק חברים און פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט. הוא ימליץ טוב בעדינו! &nbsp; 🛒 שיינע קאלעקשאן פון שיינע ספרים און נאך זאכן צום יארצייט פון מוהרא"ש 📸 היסטארישע בילדער פון מוהרא"ש ביי פארשידענע זמנים 🎦 היסטארישע ווידיאס פון מוהרא"ש ביי פארשידענע זמנים ▶️ פילע שיעורים פון מוהרא"ש ביי פארשידענע געלגענהייטן 🎞️ מוזיק ווידיא: צוואת מוהרא"ש

    < זעה מער יא שבט תשפ"ב 📝
  • נאך און נאך שיעורים פון מוהרא"ש ווערן כסדר ארויפגעלייגט

    פילע אידן ווערן נתקרב צום הייליגן רבין טאג טעגליך. אסאך טראכטן "הלואי ווען איך וואלט נתקרב געווארן פריער... יעצט איז שוין צו שפעט". אבער די וועלכע הערן זיך צו צו די שיעורים וואס איז אפגעכאפט געווארן פון מוהרא"ש זי"ע, וואס ווערט כסדר ארויפגעלייגט דא אויף אונזער וועבסטייט זאגן עדות אז מען האט נאך נישט פארפאסט. זיי שפירן ווי מוהרא"ש'ס לימודים און חיזוק לעבט נאך יעצט. ווי חז"ל זאגן אונז: "גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם". מען הערט ווי מוהרא"ש רעדט מיט א ברען איבער שלום בית, ווי שטארק דער הייליגער רבי האט מקפיד געווען אז מען זאל זיך ליב האבן אינדערהיים, מען זאל זאגט גוטע ווערטער פאר די ווייב, און מען זאל זיך נישט טענה'ן מיט די ווייב. מען האלט מיט ווי מוהרא"ש לעבט מיטן הייליגן רבינ'ס "סדר דרך הלימוד" ווי ער ברענגט כסדר נאך פון ספר הקדוש שיחת הר"ן סימן ע"ו, ווי דער רבי זאגט אז מען זאל לערנען שנעל, און זיך נישט דרוקן צו פארשטיין, ווייל אויב מען פארשטייט עס נישט יעצט, וועט מען עס שוין פארשטיין נעקסטע מאל, און אז נישט איז אויך גוט, ווייל מען דארף נישט ביים לערנען מער פון זאגן די ווערטער. מען שפירט ווי מוהרא"ש רעדט צו מיך ווען ער צולייגט דער "דמיון וואס הייסט חברים", מוהרא"ש צולייגט עס אזוי שיין ווי מען קען זיך נאר פארלאזן אויפן אייבערשטן, און אז מען ווייסט דאס איז מען א גליקליכע מענטש. און אזוי ווייטער. די צוהערער זאגן אז ווען מען הערט עס פון מוהרא"ש האט עס אן אנדערע באדייט, עס גייט אריין אין די ביינער און מען הייבט אן צו לעבן מיט דעם. מען באקומט א נייע לעבן און מען שפירט אז מען איז נישט אליינס. טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב הַשֵּׁם 🎦 שיעור מוהרא"ש הכנה לשבועות - במדבר תשע"ג בישיבה תפארת התורה 🎦 לעבעדיגע שיעורים פון מוהרא"ש זי"ע 📰 קורצע תיקון ליל שבועות געדרוקט דורך קרן הדפסה לויט די הוראה פון מוהרא"ש זי"ע צו באקומען 🛡️ קמיע פון מוהרא"ש זי"ע לשמירה ולהצלחה 📖 ספר הקודש אשר בנחל אידיש חלק ד' 📚 אידישע קונטרסים פון מוהרא"ש זי"ע 💬 תשובות פון ראש ישיבה איבער מוהרא"ש זי"ע 📸 מוהרא"ש ז"ל ביים געבן צדקה פארן קרן הדפסה אין וויליאמסבורג מיט א געוואלדיגע שמחה 📸 מוהרא"ש זי"ע ביים ציון פון הייליגן סאטמאר רב זי"ע אין קרית יואל 🎞️ קליפס פון מוהרא"ש זי"ע

    < זעה מער כט אייר תשפ"א 📝
  • דער ראש ישיבה ב"ה אנגעקומען בשלום קיין ארץ ישראל

    נאך א גאנץ יאר וואס דער ראש ישיבה האט "אסאך געוואלט און אסאך מתפלל געווען און אסאך געבענקט" (ווי דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט ביים שיעור נעכטן מיטוואך אמור תשפ"א) ער זאל שוין זוכה זיין צו פארן קיין ארץ ישראל, און צו די מקומות הקדושים, האט דער ראש ישיבה בחסדי השם יתברך נעכטן אינדערפרי באקומען רשות אריינצופארן קיין ארץ ישראל. דער ראש ישיבה האט זיך תיכף אויפגעהויבן און זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג. דער ראש ישיבה האט געבעטן אנשי שלומינו אז מען זאל מתפלל זיין אז ער זאל אנקומען בשלום, און מען זאל אים טאקע אריינלאזן. יעצט דאנערשטאג ערב ל"ג בעומר מיטאג, בעת די שורות ווערן געשריבן האט דער ראש ישיבה געמאלדן אז ער איז ב"ה אנגעקומען בשלום, און ער איז שוין אויפן וועג קיין מירון, וואו מען גרייט זיך שוין אין צוויי שעה אנצוהייבן די געהויבענע תפילות און ריקודין ביים הייליגן ציון, דער גרויסער מקום מסוגל צו קבלת התפלות. אויך וועט דער ראש ישיבה צוגיין צום ציון פון מוהרא"ש אין יבניאל - וואס איז נישט ווייט פון מירון, צו מקיים זיין די בקשה וואס מוהרא"ש האט געבעטן אין די בריוו עטליכע שעה פאר זיין פטירה, אז מען זאל כסדר קומען צו זיין ציון, און ווי מוהרא"ש שרייבט אין זיין בארימטע צוואה (צוואת מוהרא"ש אות ה') "אַזוֹי וִוי בַּיי מַיין לֶעבְּן זֶענֶען אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן נִתְעוֹרֵר גֶעוָוארְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן דוּרְךְ מִיר, אַזוֹי וֶועט זַיין אוֹיךְ נָאךְ מַיין הִסְתַּלְקוּת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען צו מַיין קֵבֵר, וֶועט מֶען נִתְעוֹרֵר וֶוערְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן." "אוֹיךְ וֶועט מֶען מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס הִילְף קֶענֶען פּוֹעלְן בַּיי מַיין קֵבֶר אַלֶע עֶרְלַיי יְשׁוּעוֹת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען מִתְפַּלֵל זַיין בַּיי מַיין קֵבֶר, וֶועל אִיךְ זַיין אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוּן אִיךְ וֶועל נִישְׁט רוּעֶן בִּיז אִיךְ וֶועל זֶען צוּ בְּרֶענְגֶען דִי יְשׁוּעָה פַאר דֶעם וָואס אִיז גֶעקוּמֶען אוֹיף מַיין קֵבֶר." "אוּן סְפֶּעצִיעֶל אַ בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ, אוֹיבּ וֶועלֶן זֵיי קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן דָארְט אוֹיסְזָאגְן גַאנְץ סֶפֶר תְּהִלִים אָן קֵיין הֶפְסֵק, זָאג אִיךְ זֵיי צוּ אַז זֵיי וֶועלְן טְרֶעפֶן זֵייעֶר רִיכְטִיגֶע בַּאשֶׁערְטֶע שִׁידוּךְ, אוּן אִיךְ בִּין זֵייעֶר שְׁטַארְק מִיט דֶעם." דער ראש ישיבה האט געזאגט, אז ער וועט אינזין האבן אלע בחורים מיט שידוכים ביי די ציונים פון די הייליגע צדיקים, און האט געבעטן אנשי שלומינו מען זאל זיין מקושר צום הייליגן רבי שמעון א גאנץ יאר, און זיך מאכן א שיעור אין זיינע הייליגע ספרים, דער הייליגע זוהר, און תיקוני זוהר". נאך שבת וועט דער ראש ישיבה בעז"ה צוריק קומען קיין ניו יארק. בַּר יוֹחָאי, אַשְׁרֵי יוֹלַדְתֶּךָ, אַשְׁרֵי הָעָם הֵם לוֹמְדֶךָ! 📍 דירעקציעס צו פארן פון מירון קיין יבנאל &nbsp; 🎞️ דער ראש ישיבה שליט"א אין מירון - ל"ג בעומר תשפ"א 📸 דער ראש ישיבה שליט"א אין מירון - ל"ג בעומר תשפ"א 📰 אנשי שלומינו גרייטן זיך צו ל"ג בעומר1 📰 א מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט ביי מוהרא"ש'ס ציון 📸 דער ראש ישיבה אויפן פליגער אויפן וועג קיין ארץ ישראל ▶️ מיטוואך פארן ארויספארן, איבער ל"ג בעמור און איבער זיין נסיעה קיין ארץ ישראל 🛒 צוואת מוהרא"ש 🛒 צוואת מוהרא"ש - אידיש 🛒 Last Will And Testament Of Mohorosh (צוואת מוהרא"ש ענגליש) 💬 קען מען פועלן א זיווג שני אין יבניאל? 📜 מאך דיר א שיעור אין הייליגן תיקוני זוהר

    < זעה מער יז אייר תשפ"א 📝
  • סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע

    די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע איז אויסגענוצט געווארן דורך אידן איבער דער גארער וועלט בכלל, און דורך אנשי שלומינו בפרט, זיך צו דערמאנען די ליכטיגע זכרונות פון מוהרא"ש און צו איבער'חזר'ן זיינע הייליגע לימודים און עס אנהאלטן אויך אויף ווייטער. אין לויף פון זיין גאנצן הייליגן לעבן האט מוהרא"ש נאר געוואלט איין זאך, און אויף דעם האט ער געארבעט טאג און נאכט, אריינצוברענגען די לימודים פון הייליגן רבי'ן אין יעדע אידישע הויז איבער די גאנצע וועלט. צו שטארקן און מחזק זיין יעדן איד אז ער זאל וויסן און געדענקען אלעמאל אז דער אייבערשטער איז שטענדיג מיט אים, און אין סיי וועלכע מצב א איד געפונט זיך נאר קען ער אייביג זיין נאנט צום אייבערשטן, און ער קען זיך שטענדיג צוריק קערן צו אים. יעצט, אין די צייט פון די יומא דהילולא קדישא, דערמאנען זיך אידן ווי אזוי זיי האבן באקומען חיזוק פון די הייליגע ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש במשך די אלע יארן, און נוצן אויס די צייט ווייטער ממשיך צו זיין צו לערנען די הייליגע ספרים און צו מקיים זיין וואס דארט שטייט, און מיט דעם זיך איינקויפן א פרייליך און גליקליך לעבן ברוחניות ובגשמיות. דורכאויס די גאנצע וואך, ובפרט אין די טאג פון יארצייט, האבן פילע אידן פוקד געווען דעם ציון הקדוש אין יבנאל און זיך אויסגעבעטן בדבר ישועה ורחמים, אזוי ווי מוהרא"ש האט צוגעזאגט אין זיין צוואה אז ווער עס וועט מתפלל זיין ביי זיין קבר וועט ער זיך משתדל זיין צו איינרייסן און פועל'ן פאר יענעם א ישועה. פילע האבן זוכה געווען אויסצוזאגן גאנץ תהלים בלי הפסק ביים ציון הק', אזוי ווי מוהרא"ש האט מבטיח געווען און דאס געהייסן אויסקריצן אויף זיין מצבה "יעדער בחור אדער מיידל וואס וועט דארט אויסזאגן גאנץ תהלים לזכותו, וועלן זיי זיכער געהאלפן ווערן מיט א שידוך בקרוב ובניקל". מוהרא"ש האט געשריבן אין זיין צוואה "אזוי ווי ביי מיין לעבן זענען אידן נתעורר געווארן צו תשובה דורך מיר, די זעלבע וועט אויך זיין נאך מיין הסתלקות, ווער עס וועט קומען צו מיין קבר וועט נתעורר ווערן תשובה צו טון און זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן". און דאס האט זיך ספעציעל געקענט זען יעצט ביי די יומא דהילולא, די געוואלדיגע התעוררות וואס האט געהערשט אויפ'ן פלאץ, ווען פילע אידן האבן שופך שיח געווען און זיך אויסגעגאסן דאס הארץ ביים ציון הק'. דאהי אין אמעריקע איז פארגעקומען דער צענטראלער סעודת הילולא פארגאנגענעם מוצאי שב"ק בבית מדרשינו אין וויליאמסבורג. וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען פילע הונדערטער אידן פון איבעראל זיך צו שטארקן אינאיינעם אין דעם געהויבענעם טאג. ביים מלוה מלכה האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט ווי שטארק מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה וואס מיר האבן באקומען אז מיר האבן געהאט מוהרא"ש מיט אונז וואס האט אונז געלערנט די הייליגע לימודים פון רבי'ן, און די לימודים זענען ווייטער חי וקים, מיר דארפן עס נאר ווייטער לערנען און חזר'ן. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ווען ס'קומט צו רעדן פון מוהרא"ש, איז דאס זייער שווער, מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געגעבן אין לעבן, ער האט אזוי סאך געהאלפן אזויפיל אידן איבער די וועלט, אז ס'איז ממש נישט מעגליך דאס אראפצוברענגען און איבערדערציילן, כל המוסיף גורע, וויפיל מ'וועט רעדן וועט קיינמאל נישט זיין גענוג. דעריבער איז דער עיקר צו רעדן פון די לימודים און די עצות פון מוהרא"ש, ווי אזוי מיר קענען זיך שטארקן אין זיי און דאס ווייטער פארשפרייטן. דאס זענען די גרעסטע מופתים פון מוהרא"ש, און דאס איז וואס מיר דארפן חזר'ן כסדר. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט אויפ'ן רבי'ן, אז "די עיקר מופתים וואס מ'האט געזען ביים רבי'ן איז געווען אז יעדער איד וואס איז געקומען צום רבי'ן, ער האט אויסגעהערט און גענומען די עצות פון רבי'ן, איז געווארן איבערגעדרייט צו א נייער מענטש, ער איז געווארן אן אמת'ער ערליכער איד". דאס איז אן אמת'ער מהניג, דער וואס קען העלפן אידן, ער קען אין זיי אריינברענגען א ריינע אמונה, ער קען אין זיי אריינברענגען א שטארקייט און א פרישקייט זיך שטענדיג אויפצוהויבן און זיך שטארקן צו דינען דעם אייבערשטן. "ווילט איר זיך פארנעמען עפעס א גוטע זאך לכבוד די הייליגע יארצייט?" - האט דער ראש ישיבה שליט"א געפרעגט - "זאלט איר מארגן אנהויבן מעביר סדרה צו זיין יעדן טאג, אפלאזן אלע חכמות נאר פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט מעביר סדרה צו זיין יעדן טאג, און אזוי זוכה זיין צו די געוואלדיגע סגולות וואס דאס ברענגט", און אזוי ווייטער לאמיר זיך שטארקן מיט אלע עצות וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, וועט אונז זיין גוט אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. נאך די דרשה האט מען געבענטשט ברכת המזון, און דערנאך איז פארגעשטעלט געווארן א שיינע סלייד פרעזענטאציע איבער די גרויסקייט פון הפצה, מען האט געהערט ערשטהאנטיגע מעשיות פון מפיצים וואס זענען מחי' אזויפיל אידישע קינדער כסדר. ווי אויך האט מען געהערט א דרשה וואס מוהרא"ש זי"ע האט געגעבן אין ישיבה תפארת התורה אין יאר תשע"ג. וואו מוהרא"ש האט שוין דעמאלט פאראויסגעזאגט אז מ'וועט חתונה מאכן אין ישיבה. דערנאך איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט פרישע קבלות טובות זיך צו שטארקן ווייטער מיט די לימודים פון מוהרא"ש און ארויסהעלפן דאס פארשפרייטן איבער די וועלט. דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן טאקע זיך ווייטער האלטן אינאיינעם און ממשיך זיין צו דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א. לזכר עולם יהיה צדיק! &nbsp; 📷 הילולת מוהרא"ש זי"ע אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג - מוצש"ק בשלח תשפ"א 📷 ציון פון מוהרא"ש זי"ע ביים יארצייט תשפ"א 📷 הילולת מוהרא"ש זי"ע אין שטאט צפת - דאנערשטאג בשלח תשפ"א 📷 הילולת מוהרא"ש זי"ע אין ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים - מוצש"ק בשלח תשפ"א ▶️ הילולת מוהרא"ש זי"ע אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג - מוצש"ק בשלח תשפ"א 🎧 הילולת מוהרא"ש זי"ע אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג - מוצש"ק בשלח תשפ"א 📰 נייעס פון ציון הק' פון מוהרא"ש

    < זעה מער כא שבט תשפ"א 📝
  • מען גרייט זיך צום יומא דהילולא קדישא פון מוהרא"ש זי"ע

    אין צוויי וואכן פון יעצט אום שב"ק בשלח י"ז שבט געפאלט אויס די זעקסטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע. מיט יעדן טאג וואס עס קומט נענטער צום יארצייט דערקענט זיך די התעוררות און התרגשות ביי אנשי שלומינו בפרט, און ביי אידן איבער די וועלט בכלל, צו דעם געהויבענעם טאג. מוהרא"ש פלעגט זאגן "ביי די יומא דהילולא פון א צדיק, קומט ארויס און מען זעט וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט פאר די וועלט", מען זעט ווי די לימודים און עצות וואס ער האט געלערנט מיט אידישע קינדער ביים לעבן, זענען ווייטער חי וקים און זענען נאך אלץ מחזק און מעורר אידישע קינדער און דערנענטערט זיי צום אייבערשטן. מיר געדענקן זייער גוט וואס מוהרא"ש האט געטון פאר אונז אלע זיינע יארן, ווי אזוי ער האט אונז געשטארקט אין יעדן מצב און אונז מחזק געווען צו דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין. און דעריבער איז דער טאג אזוי גרויס, ווען מען נעמט זיך צוזאם און מען חזר'ט איבער זיינע ווערטער, און מען איז ווייטער ממשיך צו גיין אין זיינע וועגן. פילע אנשי שלומינו אין ארץ ישראל, וועלן זיך משתטח צו זיין אויפ'ן ציון הקדוש אין יבנאל אינ'ם טאג פון די יארצייט, אנדערע אידן בכל מקומות מושבותיהם וואס האבן נישט די מעגליכקייט היי יאר אריבערצופארן קיין ארץ ישראל, וועלן זיך צוזאמנעמען אין די לאקאלע בתי מדרשים אינעם טאג פונעם יארצייט און איבער'חזר'ן דאס וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן, און לערנען די היייגע עצתו פון זיינע פילע ספרים וואס ער האט אונז איבערגעלאזט בירושה. אנשי שלומינו וועלן אויסנוצן דעם געהויבענעם טאג זיך אנצושטרענגען אויסצופירן דאס וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן, צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און עס פארשפרייטן איבער די וועלט, און אזוי אריינברענגען די הייליגע לימודים פון רבי'ן אין יעדע אידישע שטוב. מ'וועט זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים ארויסצוהעלפן דעם בית הדפוס וואו מ'דרוקט טויזנטער ספרים און קונטרסים טאג טעגליך, און מען פארשפרייט עס צו אידן איבעראל, און וועקט זיי אויף אנצוהייבן לעבן מיטן אייבערשטן פון פריש. דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער ממשיך זיין זיך צו האלטן בדיבוק חברים און פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט. הוא ימליץ טוב בעדינו! א מורא'דיגע מעשה פאסירט ביי מוהראש'ס ציון שאלות צום ראש ישיבה איבער מוהרא"ש זי"ע בריוו פון ראש ישיבה איבער מוהרא"ש זי"ע בילדער פון מוהרא"ש - אריינגערעכט היסטארישע בילדער קליפס פון ימים טובים בצל הקודש פון מוהרא"ש זי"ע ספרים פון מוהרא"ש צו דאולאודן בחנם אוידיא פון שיעורי ליל שישי פון מוהרא"ש זי"ע ניגון "מוהרא"ש" דורכן ראש ישיבה שליט"א &nbsp;

    < זעה מער א שבט תשפ"א 📝
  • א מורא'דיגע מעשה וואס האט זיך נארוואס אפגעשפילט ביי מוהרא"ש'ס ציון

    &nbsp; מיר ווילן דא מיטטיילן א מורא'דיגע מעשה וואס מיר האב געהערט פון א גאר נאנטער קרוב צום "בעל המעשה". א שיינע פאר יאר צוריק ווען "יענקל" (נאמען געטוישט) - א זיבעצן יעריגער אויסלענדישער בחור וואס האט דאן געלערנט און א ישיבה אין ניו יארק - האט זיך געשטעלט כאפן א היטש אויפ'ן רוט 42 אין די קעטסקילס, נאך בלויז א קורצע צייט האט זיך א קאר אפגעשטעלט און אים אויפגענומען פאר א היטש, יענקל האט זיך אריינגעזעצט און זיך באקוועם געמאכט אויף זיין זיץ, אינמיטן האט ער באמערקט ווי אויפ'ן דערנעבנדיג זיץ איז דא א קליינע ברסלב'ע ספר'ל, מיט'ן נאמען "אשר בנחל". אונזער בעל המעשה געהער צו א קהילה וואס מען האט אלץ געוויסט אז אין די ספרים טאר מען נישט אריינקוקען חס ושלום (אבער אין א צייטונג יא... וד"ל) האט ער געפרעגט דעם דרייווער אויב עס איז זיינס, הערנדיג אז ער האט דאס באקומען נאכן געבן צדקה פאר א ברסלב'ער מפיץ, האט יענקל מרוב קנאותו א כאפ געטאן דעם ספר און דאס ארויס געשליידערט אויפ'ן גרויסן ברייטן שאסיי - ה' ירחם. זעט אבער אויס אז יענקל האט געהאט אביסל יראת שמים און געלעבט מיט חשבון הנפש. ביינאכט ביים ליינען קריאת שמע האט יענקל דורכגעטראכט ווי אזוי זיין טאג איז דורך... ווען ער האט זיך דערמאנט וואס ער האט געטאן מיט'ן ספר אשר בנחל, האבן זיינע מחשבות זיך אנגעהויבן צו קריגן און אריין אין א געפעכט צי ער האט יא גוט געטון אדער נישט גוט געטון וכו' וכו', ביז ער האט אפגעמאכט אז ער האט געטון נישט ריכטיג מיט'ן דאס ארויס ווארפן און ער וועט עס מארגן אויפזוכן און לייגן און שמות. צומארגנס פארט יענקל צוריק וואו ער איז געשטאנען פאר'ן היטש און ער האט געטראפן דעם ספר ליגן אויף דער ערד מבוזה רחמנא לצלן, אינגאנצן נאס פונעם נעכטיגן רעגן... ער נעמט עס און לייגט עס אוועק בדרך כבוד אין שמות. יארן גייען פארביי... יענקל ווערט עלטער און עלטער און ער האט מוטשעט זיך מיט פארשידענע פראבלעמען וכו' וכו', אבער ער פרובירט זיך צו האלטן שטארק... איין שבת אינדערפרי קומט יענקל אריין אין שול צעבראכענערהייט, ער קוקט זיך אום און טראכט: "אלע מיינע חברים קומען אין שול מיט גרויסע אינגלעך בשעת איך קום נאך מיט'ן אלטן היט", ער קוקט אויף זיין חברותא פון ישיבה חיים אברהם, א טאטע פון זעקס קינדערלעך קע"ה... יענקל האלט נישט אויס דעם צער... בי פתיחת הארון האבן יענקל'ס געפילן געפלאצט און ער האט אנגעהויבן וויינען ווי א קינד... הייסע טרערן האבן דורך גענעצט די הייליגע בלעטער פונעם סידור'ל וואס האט באדעקט זיין געזיכט. יענקל וויינט און בעט דעם רבונו של עולם א ווארעמע תפילה: "הייליגער באשעפער, מה פשעי ומה חטאתי? קוק צו מיין צער און מיין פיין... אלע מיינע חברים האבן שוין חתונה געהאט און זענען שוין טאטעס פון עטליכע קינדער און איך בין נאך אן אלטער בחור... וואס קען איך טון?! איך דאוון און איך לערן... איך האב קיינעם נישט געטשעפעט... העלף מיר באשעפער איך זאל טרעפן מיין שידוך, הורינו ה' דרכך... האר עיני... וואס זאל איך טון?!" אזוי האט יענקל מתפלל געווען פון טיפן הארצן שפירדיג מיט דערלייכטערונג אז ער האט האפנטליך גע'פועלט פאר זיך א ישועה. פלוצלינג קומט אים ארויף אין זכרון די מעשה'לע מיט'ן ברסלב'ער ספר... ער הייבט אן טראכטן "אפשר... אפשר... גייט ער דאס אלעס דורך צוליבן מזלזל זיין אינעם ספר?" גלייך איז אים אויפגעקומען א צווייטע מחשבה: "איך בין דאך צוריק געגאנגען עס אויפהייבן!" אבער די שולד מחשבות האבן אים נישט אויפגעהערט פייניגן און ער האט מחליט געווען אז ער מוז עפעס טון דערצו. זיך נאכפרעגנדיג אויפ'ן מחבר האט יענקל אויסגעפונען אז דאס איז מוהרא"ש זי"ע וואס איז שוין אינצווישן נסתלק געווארן און אז ער ליגט אין שטאט יבנאל אין ארץ ישראל. ווי אויך האט ער געהערט אז דער ציון פון מוהרא"ש איז א מקום מסוגל לשידוכים (כמובא ב"צוואת מוהרא"ש"); דאס איז געווען פאר אים כאילו א רמז פון הימל אז זיין שידוך איז תלוי אין דעם. יענקל טראכט: "איך בין דאך א ... חסיד, ווי קען איך גיין קיין ברסלב" וכו' וכו'? אבער פון די אנדערע זייט האט ער זיך געזען אין זיין שווערן מצב, א בחור אליינס. האט ער מחליט געווען אז היות ער גייט זיין אין אמעריקע ערגעץ אין די קומענדיגע וואכן וועט ער זיך ווענדן צום זקן האדמורי"ם, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון בארא פארק - זיך שואל עצה זיין מיט אים כדת מה לעשות. אריינקומענדיג צום רבי'ן האט זיך יענקל אויסגעגאסן זיין ביטער הארץ און דערציילט פאר'ן רבי'ן די מעשה מיט דעם ברסלב'ן ספר און זיינע געפילן דערוועגן, אז אפשר גאר איז ער אריין אין די גדר פון "אין רפואה למכתו" חס ושלום? ווי חז"ל זאגן אויף איינעם וואס איז מבזה תלמידי חכמים... נאכ'ן זיך פארטראכטן פאר א קארגע מינוט האט אים דער ראכמיסטריווקער רבי שליט"א געזאגט: "יא, דו ביסט מחיוב צו פארן צו דעם צדיק'ס ציון און אים איבערבעטן, ווייל פארשעמען א צווייטן איז זייער הארב, בפרט ערליכע אידן. ווער רעדט נאך פון פארשעמען ספרים רחמנא לצלן!" און די רבי האט אים ווארעם אנגעוואונטשן. אפאר טעג דערויף איז יענקל שוין געזעצן אויף א פליגער קיין ארץ ישראל פול מיט האפענונג אז זיין ישועה איז שוין גאר נאנט בעזר ה'. תמוז תשע"ט... תיכף ווען יענקל איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל האט ער געכאפט א טעקסי און געפארן קיין יבנאל... נאך ארום צוויי שעה פארן איז ער אנגעקומען צום ציון אין יבניאל, ער זעט דארט בחורים פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע באלאגערן דעם ציון און זענען שופך שיח בעטנדיג אויף א גוטע שידוך... אן ארטיגער איד, זעענדיג ווי יענקל שטייט דארט און קוקט זיך ארום איז ער צוגעקומען און אים שלום געגעבן, ער האט גערעדט מיט אים און דערציילט וואונדערליכע מעשיות פון בחורים און מיידלעך וועלכע זענען געהאלפן געווארן דא מיט שידוכים... יענקל ווערט זייער איבערגענומען און זיין האפענונג שטייגט אלץ מער און מער... ער נעמט א תהילים'ל און זאגט אויס גאנץ ספר תהילים אזוי ווי עס שטייט אינעם צוואה און איז אויסגעקריצט אויפ'ן מצבה (אז יעדער בחור אדער מיידל וואס וועלן קומען צו זיין ציון און אויסזאגן גאנץ ספר תהלים לזכותו וועט ער טון אלעס וואס ער קען אז זיי זאלן טרעפן זייער שידוך), דערנאך האט ער זיך מתוודה געווען, מחילה געבעטן און דערציילט פאר'ן צדיק אלע שוועריקייטן וואס ער גייט אריבער וכו'. יענקל גייט ארויס פונעם ציון מיט אזא גוטע געפיל, אזאנס וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געשפירט, ממש א שטיין אראפ פון הארץ. חודש אב תשע"ט... קוים אפאר וואכן זענען דורך פון יענקל'ס נסיעה און... ברוך ה' עס הערט זיך די פרייליכע בשורה אז מ'האט געבראכן טעלער! ברוך ה' יענקל איז א חתן געווארן בשעה טובה ומוצלחת מיט א חשוב'ע שידוך, א משפחה פון אן אנדערע לאנד, ממש א קנאק פון א שידוך! עד כאן המעשה. הערנדיג די מעשה האב איך באקומען א מורא'דיגע התעוררות ווי ווייט מ'דארף אכטונג געבן אויף אנדערע מענטשנ'ס כבוד, אפילו יענער באלאנגט נישט אין מיין קהילה אדער מיין קרייז... ליידער ליידער איז היינט דער "עדיין מרקד בינן" אן ערשיינונג אין אסאך קהילות און חצרות, און מ'מיינט צומאל (בפרט די יונגע דור וואס ווייסט נאכנישט אז די וועלט איז נישט הפקר...) אז מ'מוז יענעם באזייטיגן און "קעיר נעמען" וכו' וכו', אלעס פארשטייט זיך מיט'ן שלייער פון "לשם שמים"... &nbsp; די מעשה איז אונז איבערגעגעבן געווארן דורך מ.ה. פון ברוקלין מוזיק ווידיא: ציון מוהרא"ש

    < זעה מער י אב תשע"ט 📝
  • נייע עירקאנדישאנס אינסטאלירט אין יבניאל ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש ז"ל

    ווי באקאנט האט מוהרא"ש ז"ל געשריבן אין זיין צוואה אז מען זאל ארויפרייבן אויף זיין מצבה "איך זאג צו אז יעדע בחור און יעדע מיידל וואס ווען קומען דא צו מיין קבר און וועט אויסזאגן גאנץ תהלים פון אנפאנג ביזן סוף פאר מיין זכות, וועל איך איינלייגן וועלטן זיי זאלן טרעפן זייער שידוך, און דאס איז א שטארקע הבטחה פון מיר". אויך האט מוהרא"ש ז"ל געשריבן אין טאג פון זיין פטירה אז ער בעט מ'זאל קומען מתפלל זיין ביי זיי קבר, און ער זאגט צו צו זיין א מליץ יושר פאר אלע. און מ'הערט כסדר מעשיות פון אידן פון בחורים און מיידלעך וואס זענען געפארן צום ציון און געבעטן ביים אייבערשטן און זענען געהאלפן געווארן מיט שידוכים און אלע מיני ישועות. דערפאר איז דער הייליגער ציון געווארן א מאגנעט פאר אידן פון אומעטום וואס קומען כסדר יעדן טאג און זענען מתפלל ביים ציון און בעטן זיך אויס ביים אייבערשטן ביים ציון פון דעם הייליגן צדיק וואס האט געבעטן מ'זאל קומען מתפלל זיין ביי זיין קבר, און צוגעזאגט גרויסע ישועות, און פועלן טאקע דארט אויס ישועות, רפואות, שידוכים וכו' למעלה מדרך הטבע. צוליב די גרויסע היצן אין ארץ ישראל אין די טעג, איז געווען זייער שווער פאר די אידן וואס קומען דארט מתפלל זיין אין די הייסע זומער טעג, און ב"ה טייערע עסקנים פון יבניאל האבן זיך אריינגעלייגט צוצושטעלן עיר קאנדישאנס, וואס איז שוין ב"ה אינסטאלירט געווארן. על-ידי השתטחות על קברי צדיקים, הקדוש ברוך הוא עושה לו טובות אף על פי שאינו ראוי לכך (ספר המידות ערך "צדיק" סעיף קע"ג)

    < זעה מער י סיון תשע"ח 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ח
  • תשע״ט
  • תשפ״א
  • תשפ״ב
  • תשפ״ג
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com