פרישע אפדעיטס פון די נסיעה קיין אומאן - מאנטאג כי תבוא
טו אלול תשפ"א 📝
קרעדיט: מו"ה אלי קנאלל, פלען איט רייט 845-678-3555
אנשי שלומינו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די פארשידענע גוטע אנטוויקלונגען ארום די נסיעה קיין אומאן, וואס וועט בעז"ה שטארק פארגרינגערן דאס פארן בעזר השם יבתרך.
ערשטע דאזע וואקסין
צום ערשט איז זייער פאזיטיוו געווארן אויפגענומען די נייעס פון אוקראינע אז אויך די וואס האבן גענומען נאר די ערשטע דאזע פונעם וואקסין וועלן דורכגעלאזט ווערן.
עפפ מיט א כשרע טעלעפאן
פאר די אלע וואס האבן נישט קיין וואקסין קארטל, איז ב"ה דא צו באקומען א מספר מצומצם כשר'ע פשוטע טעלעפאנען וואס האט אויף זיך דעם עפפ וואס דער אוקריינער רעגירונג פארלאנגט - פרעגט אייך נאך ביי אייערע לאקאלער סעלפאן געשעפט פאר מער פרטים.
אינשורענס
יעדער אן אויסנאם דארף ברענגען באווייז פון אוקריינישע אינשורנעס אויף די גאנצע צייט וואס מען וויילט אין אוקריינא. (עס דארף אנגעמערקט ווערן אז טרעוול עקספערטן זאגן, אז די אוקריינישע אינשורנעס איז גענצליך ווערטלאז על כל צרה שלא תבוא, מען דארף עס קויפן צוליב זייער פארלאנג. עס איז שטארק רעקאמענדירט צוצוקויפן פארלעסליכע אמעריקאנער טרעוול אינשורענס בעפאר מען פארט קיין אויסלאנד).
טעסטינג אין אומאן
פלען איט רייט שטעלט צו בעז"ה טעסטינג צענטערן אין אומאן, איינס אויף די פּושקינא גאס, און איינס אין בנין היכל הקודש. אומוואקסינירטע וועלן דארפן א טעסטן סיי נאכן אנקומען, און סיי פארן ארויספארן. אבער יעדער אן אויסנאם וועט דארפן א טעסט בעפארן צוריק פארן קיין אמעריקע.
עס וועט נישט זיין קיין מעגליכקייט צו סערווירן נאר ווער עס האט זיך איינגעשריבן און באצאלט פאראויס. צו באשטעלן קען מען רופן פלען איט רייט 845-678-3555 אדער אויפן וועבסייט FLYtoUMAN.com (גייטס אראפ ביז אונטן ווי מען קען רעזערווירן טיקעטס, אוקריינישע אינשורענס, און קאוויד טעסטס אין אומאן)
מאסק
עס איז גוט צו וויסן אז אלע עירליינס פארלאנגען שטרענג מען זאל האבן אנגעטון א מאסק די גאנצע צייט וואס מען פארט אויפן פליגער.
א צווייטע טשארטער (אויף צוריק)
צוליב די מאנגל אין פליגערס דאנערשטאג קיין ניו יארק, און צוליב וואס דער ערשטער טשארטער איז שוין גענצליך אנגעפילט, האט פלען איט רייט באשטעטיגט א צווייטע טשארטער נאן-סטאפ פלייט פון קיעוו קיין נוארק, וואס וועט ארויספארן בעז"ה 9:00 אינדערפרי, און קומט אן בעז"ה אום 12:20 קיין נוארק לופטפעלד. דער פרייז פאר דעם פלייט איז $1,200 (איין וועג).
זיצן אין בית המדרש
אין די יעצטיגע טעג הויבט מען שוין אן פארדינגען זיצן אין בית המדרש היכל הקודש אין אומאן. דער בית המדרש וועט אי"ה זיין אפן פאר יעדן איינעם, אפילו פאר ווער ס'האט נישט געדינגען א בעט אינעם בנין.
מאכט זיכער צו דינגען אייער זיץ ווי פריער, ווי לאנג עס איז דא אן אויסוואל פון גוטע זיצן, צו קענען דאווענען מיט א רואיגקייט און התעוררות, אויסצו'פועל'ן א זיס לעכטיג יאר. מ'קען דינגען א זיץ דורכ'ן רופן 347-404-8738. לאזט א מעסידזש און מ'וועט אייך אי"ה צוריק רופן.
קיינער טאר נישט פעלן
📰 פילע פרישע ספרים ביים ברסלב סענטער געשעפט
📚 ניי: לוח ברסלב תשפ"ב אין אידיש
📰 נייע מוזיק ווידיא: טאטע זיסער, מאך מיר אויף די טיר
🎹 דער נייער מוזיק ווידיא "מאך מיר אויף די טיר"!
📰 בחורים לערנען גאנץ מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה
📚 לוח ברסב תשפ"ב
💿 קום צוריק
📚 ראש השנה ביי צדיקים
📰 ברסלב פריים