די צענדליגע טויזנטער אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט גרייטן זיך שוין בדחילו ורחימו צו פאר צום הייליגן רבינ'ס ציון אויפן הייליגן יום טוב ראש השנה תשפ"ב הבא עלינו לטובה צו וויילן ביים מקום מנוחת קודש פון הייליגן רבין אין שטאט אומאן.
דער ערשטער און לעצטער השתדלות וואס אנשי שלומינו טוען יעדן טאג, איז מתפלל זיין. מען נעמט זיך עטליכע מינוט א טאג און מען בעט דעם אייבערשטן אויף מאמע לשון "הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און אויף מיין נשמה, העלף מיר איך זאל זוכה זיין דאס יאר אנצוקומען צום הייליגן רבינ'ס ציון אויף ראש השנה. דער הייליגער רבי האט דאך צוגעזאגט אז ער וועט מתקן זיין יעדעם וואס וועט קומען אויף זיין ציון אום ראש השנה. באשעפער איך וויל אויך זוכה זיין צו באקומען א תיקון פאר מיין נשמה..." און אזוי ווייטער איז יעדער מתפלל פאר זיך בינו לבין קונו, אויף זיין אייגענע שפראך און אויף זיין וועג.
נאכדעם וואס מיר האבן דורכגעמאכט אזא שווערע יאר ווי תשפ"א, דארף מען שוין קיינעם נישט מסביר זיין וואס דאס הייסט אז מען דארף א צדיק וואס זאל זיך אננעמען פאר מיר ביים בית דין של מעלה ווען מען גייט זיך ווידער שטעלן צום משפט ראש השנה. עס כאפט דאך א שרעק ווען מען טראכט וואס עס איז פארריבער אויף אונז די פארגאנגענע יאר, און יעדעמ'ס ליפן שאקלען כסדר מיט תפלה והתבודדות און מען בעט דעם אייבערשטן אז תחל שנה וברכותיה.
אין אוקריינע זענען אנשטאנען עטליכע שינויים בנוגע אריינקומען אין לאנד, וואס ווערט נאכגעפאלט מיט זארג ביי אנשי שלומינו, וואס הערן נישט אויף צו מתפלל זיין אז אלעס זאל זיך טאקע אויסארבעטן על צד היותר טוב פונעם הייליגן קיבוץ.
לויט די נייע רעגולאציעס וואס גייען אריין אין קראפט דעם מיטוואך ראה (למספרם אוגוסט 5) 12:00 ביינאכט אוקריינע זייגער, דארף יעדער וואס קומט אריין אין אוקריינע - אריינגערעכענט אוקריינער בירגער:
אויב מען איז וואקסינירט דארף מען ברענגען באווייז אז מען איז פולקאם וואקסינירט (ביידע דאזעס), און אויך אז מען האט געקויפט אוקראינישער העלט אינשורענס.
די וואס זענען נישט וואקסינירט וועלן זיך דארפן קוואראטינען פאר 10 טאג. אבער וועלן קענען ארויסגיין פון קוואראנטין דורך א נעגאטיוו קאראנע טעסט אין די 72 שעה פונעם אנקומען. דאס איז אין צוגאב וואס זיי דארף א נעגאטיוו קאראנע טעסט אין די 72 שעה פארן אפּפליען ביים אנקומען, און אזוי אויך אוקראינישע העלט-אינשורענס.
לויט די יעצטיגע רעגולאציעס, וועלן נישט-וואקסינירטע דורכגעלאזט ווערן דעם גרעניץ נאר נאכדעם וואס די גרעניץ באאמטע וועלן ארויפלייגן אויף זיין "סמארטפאון" אן "עפפ" מיט וואס זיי וועלן קענען נאכגיין דעם מענטש און זיכער מאכן אז ער האלט זיך צום קאווארנטין. וואס איז אן אפציע וואס רוב רובם פון ציבור אנשי שלומינו קענען נישט נעמען.
מען איז ווייטער מתפלל, אז די גרעניצן זאלן זיין ברייט אפן פאר אנשי שלומינו, און עס זאל נישט זיין קיין שום אפהאלט פאר די צענדליגע טויזנטער אידן וואס גרייטן זיך שוין צו קומען אין א חודש בעזרת השם יתברך.
אויך ווערט געמאלדן פון גרעניץ אז זיי האבן געכאפט לעצטענס פאסאנדזשירן מיט פלאשע קאראנע וואקסין אדער טעסט צעטלעך. זיי זאגן אז זיי נעמען דאס זייער הארב, און טוען דערפאר ארויסווארפן פון לאנד תיכף ומיד און געבן דערנאך א שווארצע זיגל אויפן פאספארט אויף עטליכע יאר.
אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן, אז דער בנין פון אנשי שלומינו אין אומאן בראשות פון ראש ישיבה שליט"א, איז שוין אינגאנצן אנגעפילט און מען קען שוין נישט רעזערווירן קיין בעטן אויפן קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט. דער בית המדרש וועט בעזהשי"ת זיין אפן פאר די תפילות פאר אלע וואס ווילן קומען דאווענען אינאיינעם מיטן ראש ישיבה.
אויך ווערט געזוכט וואלונטירן צו העלפן במשך די טעג אין אומאן, אין קאך, אין בית המדרש, און נאך. ווער עס וויל נעמען א חלק אין די גרויסע מצוה, זאל רופן 347-452-1936.
קיינער טאר נישט פעלן
📰 בחורים לערנען גאנץ מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה
📚 לוח ברסב תשפ"ב
💿 קום צוריק
📚 ראש השנה ביי צדיקים
📰 יעצט קומט פאר די דראמאטיש פלעי פאר פרויען פארטוישטע קינדער
📰 גרויסע צוגרייטונגען צום הכתרה פון דיין הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א
📰 ברסלב פריים
📚 תיקון הכללי מיט שיינע קלארע אותיות
📜 עצתו אמונה - ערך אומאן
🎹 איך כאפ דעם נעקסטן פליגער קיין אומאן
📸 אומאן ראש השנה תשע"ב, נאכגעפאלגט מיט נסיעה צום בית המדרש הבעש"ט אין מעזבוז
💬 וואו איז דער מקור צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה?
📜 זיך אויפפירן מיט דרך ארץ ביים הייליגן רבינ'ס ציון
📜 יעצט ענדיגן דעם בנין אין אומאן
🎹 אומאן ראש השנה!
🎹 ראש השנה אין אומאן