500 בריוון שאלות ותשובות אפגעצייכענט היינט ערב חנוכה
כד כסלו תשע"ט 📝
מיט גרויס פרייד האלטן אנ"ש מיט, אז מ'האלט שוין ביי 500 שאלות ותשובות, וואס איז קלארע ענטפערס פאר מענטשן וואס האבן אנגעפרעגט דעם דעת תורה פון די ראש ישיבה שליט"א, ביי אומצאליגע ספיקות און צוויייפלענישן וואס זיי האבן נאר געהאט.
ספעציעל איז דער שמחה גרויס היינט ביי תלמידי היכל הקודש היינט, וואס היינט ערב חנוכה איז געווארן 55 יאר זינט מוהרא"ש ז"ל האט אנגעהויבן צו שרייבן די הייליגע ספרים "אשר בנחל", וואס איז מחיה און משמח צענדליגע טויזנטער אידן איבער די גאנצע וועלט, און איז שוין געווארן געדרוקט טויזנטער מאל. די ספרים האבן געהאט די גרעסטע חשיבות ביי מוהרא"ש, אזוי ווייט אז ער האט געהייסן אז אויף זיין מצבה זאל מען ארויסשרייבן אלץ זיין טיטל "מחבר ספרי אשר בנחל", אויך איז באקאנט די הבטחה פון מוהרא"ש וואס ער שרייבט צענדליגע מאל אין די בריוון, אז ווער עס דארף סיי וועלכע ישועה, זאל דרוקן א באנד אשר בנחל, און ער וועט זיכער געהאלפן ווערן.
אלע שאלות ותשובות ווערן געדריקט יעדע וואך אין עצתו אמונה צוזאמען מיט די אנדערע בריוון וואס דער ראש ישיבה שרייבט פריוואט פאר אידן פון אלע עלטער און אלע מצבים, וואס ווערט אויך ארויפגעלייגט כסדר אויף די וועבסייט דא ביי די "חיזוק", אונטער "בריוו" אדער "מכתב יומי", און צום לעצט וואס מ'האט צוגעלייגט "בריוו פאר פרויען".
די קונטרסים "עצתו אמונה" איז ב"ה זייער אויפגעכאפט. און צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען שוין אין די קורצע צייט געדרוקט אין פארשפרייט שווערע טויזנטער דערפון אין אלע געגנטער.
אזוי אויך קען מען דאונלאדן די עצתו אמונה יעדע וואך דא אויפן וועבסייט, פון וואו מ'קען עס אליינס ארויספרינטן.
אויך ווערט יעדע וואך ארייינגעלייגט אין די גליון איין שאלה ותשובה די גליון האט אנגעהויבן מיט 500 קאפיס א וואך אין ווערט היינט פארשפרייט 3,000 קאפיס יעדע וואך אין אלע שולן אין וויליאמסבורג בארא פארק מאנסי און קרית יואל - אויסער די צענדליגע טויזנטער וואס באקומען דעם גליון אויף די אימעיל איבער די גאנצע וועלט.
דער גליון ווערט אויך ארויפגעלייגט אויף די וועבסייט יעדע וואך דא.
לדעת את המעשה אשר יעשון