אנגייענדע בוי ארבעט ביים בנין אין אומאן מאכט גרויס פארשריט
ד אב תשפ"א 📝
קרעדיט: מו"ה העניך אינדיג הי"ו
אנשי שלומינו גרייטן זיך שוין מיט גרויסע הכנות צו די הייליגע טעג פון ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט, ווי מיר באריכטן דא כסדר האט מען שוין פארדינגען די בעטן פאר אלע וואס האבן זיך געמאלדן, אזוי אויך פארקויפן די רייזע אגענטורן פילע טיקעטס צו פליען קיין אומאן מיט פארשידענע אפציעס און פרייזן, און אזוי אויך טוט זיך שוין אין שטאט אומאן בכלל א גרויס געפילדער פון אלע פארשידענע ארגאניזאציעס, די שטאטישע באהערדע, די פילע הכנסת אורחים'ס, בתי מדרשים, האטעלן און געשעפטס לייט וואס גרייטן אן אלע געברויכן פאר דעם ריזיגן ציבור געסט וואס גרייטן זיך שוין צו קומען.
בפרט גרייטן זיך צו אנשי שלומינו מיט מזון רוחני פאר די געהויבענע נסיעה, מען בעט דעם אייבערשטן אז די נסיעה זאל צושטאנד קומען אן קיין שום מכשול און עיכוב, מען זאל פארן און קומען געזונטערהייט און אויספועלן אלעס גוטס, און אזוי אויך גרייט מען זיך מיט שיעורים כסדרן, ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר, אז דער סדר העולם איז אז ווען מען קומט צו איינעם אויף א שבת קומט מען נישט מיט ליידיגע הענט, מען ברענגט עפעס א נאש, א טשאקאלאד, אדער א שפילצייג פאר די קינדער, וואס מען געבט א מתנה פארן בעל אכסניא, - זאגט דער ראש ישיבה שליט"א - אז אנשי שלומינו פירן זיך, אז ווען מען קומט צום הייליגן רבין קיין אומאן אויף ראש השנה, קומט מען נישט מיט ליידיגע הענט, מען ברענגט מיט מתנות פארן רבין, מען קומט מיט פילע זעק אנגעפילט מיט שיעורים כסדרן, מיט מסכת הש"ס, מיט גאנצע סעטס משניות, תיקוני זוהר, שלחן ערוך, א.א.וו.
ביים בנין פון היכל הקודש טוט זיך אויך העפטיגע אקטיוויטעטן די טעג, די ארבעטערס פלייסן זיך צו, וויסנדיג אז אין נאך זיבן וואכן פון יעצט, הייבט זיך שוין אן בעזרת השם דער פלוס פונעם ריזיגן ציבור וואס וועט איבערפולן דעם בנין, און אלעס דארף שוין זיין פולקאם גרייט אויף דעמאלטס.
דערווייל גייט אן דער עיקר ארבעט אויף צוצושעטלן נאך צימערן פאר שלאפן, די ארבעטער ציען לעקטער, מען אינסטאלירט פלאמבינג, מען לייגט טיילס, מען פעינט ווענט, און מען בויעט אויף די בתי הכסא מיט די סינקס.
יעצט האט מען זיך שוין גערוקט א שטאפל ווייטער, ווען די וואך איז ב"ה אנגעקומען א גרויסע שיפמענט פון טירן צו לייגן ביי די אלע נייע צימערן אויפן דריטן שטאק, וואס דאס וועט מען לייגן ווען די צימערן וועלן שוין זיין מער ווייניגער פערטיג.
אזוי אויך האט מען געטון פארשידענע פלאמינג ארבעט אויף די אונטערשטע שטאקן, אין לאנטש רום האט מען ארויסגענומען די סינקס פון אינעווייניג צום צימער וואס איז פארן אריינגאנג, אזוי וועט דאס שטארק פארבעסערן די פלאץ אינעם לאנטש רום ביים זיך וואשן נטילת ידים; אזוי אויך ביים הויפט אריינגאנג פונעם בנין, האט מען אינסטאלירט עטליכע שיינע שטארקע סינקס, וואס האט ערזעצט די צוויי פראוויזארישע סינקס וואס זענען דארט געווען.
"...יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה" (חיי מוהר"ן, סימן תג)
📸 פרישע שיפמענט טירן אנגעקומען צום בנין
📚 קונטרס "ראש השנה ביי צדיקים"
🔎 תשובה ותיקון המעשים
📚 תיקון הכללי מיט שיינע קלארע אותיות
📜 עצתו אמונה - ערך אומאן
📰 פארשידענע נייעס און אפדעיטס איבער אומאן ראש השנה תשפ"ב