Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • בוי-ארבעט פונעם נייעם היכל הקודש בנין אין אומאן רוקט זיך פאראויס

    מיט יעדן פארבייגייענדן טאג ווערט די בענקשאפט שטארקער צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה. מען שפירט אין די לופטן דעם רבי'נס רוף: "קיינער טאר נישט פעלן", "ראש השנה קען איך יעדן פאררעכטן". אנשי שלומינו ווילן שוין קויפן טיקעטס צו קענען פארן צום הייליגן רבי'ן, און די טראוועל אגענטן אדווערטייזן שוין אין גרויסן די פילע טיקעט אפציעס וואס מען קען נעמען.   אין די זעלבע צייט קומען אריין פרישע אפדעיטס אז דער פראיעקט אויפצובויען דעם נייעם בנין אין אומאן רוקט זיך פאראויס מיט גרויסע טריט. פון די בילדער וואס מיר האבן באקומען פון אומאן קען מען זען ווי מען האלט שוין נאכ'ן אויפציען די שטארקע פונדאמענט-ווענט, און מען רוקט זיך שוין צום קומענדיגן פאזע, מען בויעט שוין די פלאָרס.   עס איז אינטערסאנט צו וויסן אז דער גאנצער בילדינג ווערט געבויט אלס א "סופּערסטראָקטשער". דאס מיינט אז דער גאנצער בנין וועט שטיין אויף שטארקע קאָנקריט זיילן און סעמענטענע פלארס, און אלע פשוט'ע ווענט וואס וועלן שפעטער צוקומען דורכאויס דעם בילדינג וועלן בלויז דינען ווי "מחיצות" — פשוט אפצוטיילן צווישן איין צימער און דעם צווייטן. דאס איז נישט ווי געווענליך אין אסאך בנינים וואס טייל פון די ווענט זענען א חלק פונעם סטרוקטור וואס מען קען נישט אוועקנעמען.   מען בויט דעם פלאָר אויפ'ן סייט מיט א ספעציעלע סיסטעם. אנשטאט צו ברענגען גרייטע צעמענטענע פּלענקס, שטעלט מען אויף א צייטווייליגן האלצענעם פרעים, אונטערגעשטיצט מיט פילע אייזערנע שטאנגען. אויף דעם פרעים וועט מען ארויפגיסן דעם נאסן צעמענט, וואס וועט ווערן דער פלאָר פונעם ערשטן שטאק. דער פראצעס נעמט אביסל צייט — מען וועט דארפן ווארטן בערך א חודש ביז דער צעמענט טריקנט זיך אינגאנצן אויס און ווערט הארט ווי א שטיין. דאן וועט מען בעז"ה קענען אראפנעמען די האלצענע פלאטפארמע, און דער פלאָר וועט שוין קענען שטיין אליין אויף אירע אייגענע פיס.   עס איז וויכטיג צו דערמאנען אז אנצוקומען קיין אומאן גייט נישט סתם אזוי מיט'ן קויפן א טיקעט; צוערשט קומט פארשטייט זיך תפילה, וואס אן דעם קען מען דאך גארנישט אויפטון. בפרט ווען עס קומט צו פארן צום רבין קיין אומאן, לייגט זיך דער סמ"ך מ"ם אריין מיט אלע כוחות צו שטעלן שטיינער אין וועג. אבער ווי אנשי שלומינו האבן שוין געזען אין די פארגאנגענע יארן, האט מען מיט תפילות זוכה געווען צו שיינע זאכן, און אומאן ווערט שענער און בעסער יעדעס יאר.   פאר אנשי שלומינו איז דאס זיין אין אומאן אויף ראש השנה א זאך אויף וואס מען קען נישט מוותר זיין; "לב יודע מרת נפשו" – יעדער וויל תשובה טון, יעדער וויל זיין אן אמת'ער ערליכער איד, און יעדער דארף ישועות. וויאזוי קען מען דען בלייבן אינדערהיים ווען דער רבי האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין א לאָיער פאר יעדן איינעם וואס קומט צו אים אויף ראש השנה? און כאטש דער סמ"ך מ"ם לייגט אונטער שטיינער און פיסלעך פון אלע זייטן, טוען אנשי שלומינו מתפלל זיין מען זאל דאס אלעס קענען איבערקומען, און זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה.   פאַר קאָמענטאַרן אָדער שאלות ביטע רופט אָדער טעקסט 845-445-7447 אָדער שיקט אַן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער א אב תשפ"ו 📝
  • פאונדעישאן ווענט ווערן שוין ארויפגעצויגן ביים נייעם בנין אין אומאן

    ברוך השם, עס קומען אריין פרישע בילדער און אפדעיטס פון אומאן, וואו מען קען זען ווי די ארבעט אויפ'ן נייעם בנין מאכט באדייטנדע פארשריט מיט יעדן טאג וואס גייט פארביי. אינעם פריערדיגן אפדעיט האבן מיר געהאלטן נאכ'ן גיסן דעם "מעט פאונדעישאן", וואס דאס איז די דיקע קאנקריט פלאטפארמע וואס וועט טראגן אויף זיך בעז"ה דעם גאנצן הויכשטאקיגן בנין. &nbsp; יעצט האט מען זיך שוין ב"ה גערוקט צום קומענדיגן שטאפל: מען בויעט שוין אויף די פאונדעישאן-ווענט. &nbsp; וויבאלד די ווענט זענען גאר הויך און דיק &mdash; כדי זיי זאלן קענען האלטן דעם ריזיגן געביידע &mdash; קען מען דאס צוליב די גרויסע מאס נישט גיסן אלעס אויף איין מאל. אנשטאט דעם ווערט די ארבעט צעטיילט אין עטליכע באזונדערע פאזעס, לויט די פארשידענע ווענט. יעדע פאזע גייט דורך דעם זעלבן פראצעס: מען שטעלט אויף די "פארמס" (די האלצענע אדער אייזענע ווענט וואס האלטן דעם נאסן צעמענט), מען פלעכט אריין די ריבאר אייזענס, און דערנאך גיסט מען אריין דעם קאנקריט. &nbsp; אין די נייע בילדער קען מען זען עטליכע פעיזעס אויפאיינמאל: פארטיגע ווענט: אין איין ווינקל זעט מען שוין די פארטיגע פאונדעישאן-ווענט נאכ'ן אראפנעמען די פארמס. גרייט פאר'ן גיסן: אויף אן אנדער זייט שטייען שוין די פארמס גרייט פאר די קאנקריט טראקס. לייגן ריבאר: אינעם דריטן חלק ארבעטן די קאנטראקטארס נאך אויף צו אריינלייגן די ריבאר אייזענס. &nbsp; די ארבעט רוקט זיך כסדר פאראויס מיט א שנעלן טעמפא, און בקרוב וועלן בעז"ה אלע פאונדעישאן-ווענט זיין פארטיג, וואס דאס וועט ערלויבן אנצוהייבן בויען דעם אויבערשטן טייל פונעם געביידע העכער דער ערד. &nbsp; אין די פאונדעישאן לייגט מען אריין די מערסטע כוחות און געלט, פיל מער ווי אין די שפעטערדיגע חלקים. די סיבה איז פשוט: אויב דער יסוד איז קרום אדער שוואך, וועט דער גאנצער בנין חלילה איינפאלן. עס האט נישט קיין זין צו אינוועסטירן אינעם דאך אויב די פיס האלטן זיך נישט. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע האט אונז שטענדיג געלערנט צו פאוקוסן אויפ'ן יסוד. עס זענען דא עטליכע זאכן וואס מען קען זאגן אז דאס זענען די יסודות פון אידישקייט, אבער דער יסוד היסודות פון א איד איז אמונה. ווען א מענטש בויעט אויף זיין לעבן מיט א שטארקע פאונדעישאן פון אמונה, פאלן אוועק אלע פראבלעמען. &nbsp; די דאקטוירים און טעראפיסטן זענען היינט מודה אז רוב געזונטהייט פראבלעמען &mdash; סיי פיזישע און סיי גייסטישע, ווי ענקזייעטי, פאוביעס און סטרעס &mdash; קומען פונעם מח. ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה אז דער אויבערשטער איז דא, האט ער צו וועמען זיך אויסצורעדן; ער האט דעם בעסטן טעראפיסט אויף דער וועלט. &nbsp; אבער אפילו ביי פיזישע קרענק זענען די דאקטוירים מודה, אז א מענטש מיט אמונה קען עס אסאך גרינגער איבערקומען. א מענטש וואס איז זיכער מיט זיך און גלויבט אז אלעס האט א סיבה וואס ער דארף נישט פארשטיין, האט די מוט און די כוחות זיך צו שטארקן אויף זיינע שוואכקייטן, און ער קען אויסגעהיילט ווערן אסאך שנעלער און גרינגער; ער האט די כוחות איבערצוקומען די פילע שוועריקייטן פון לעבן. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כג תמוז תשפ"ו 📝
  • אפדעיטס פון אומאן ראש השנה תשפ"ז מיט "נסיעה טרעוול"

    אין א שמועס אויף דער באקאנטער "ברסלב'ער ברידער" אפטיילונג אויף קול ברסלב &ndash; אנגעפירט דורך די ברידער הר"ר יואל און הר"ר אברהם הערש וועבערמאן &ndash; האבן זיי ארויפגעברענגט דעם טרעוול מומחה מאנשי שלומינו מו"ה אלי קנאל, דער אייגנטומער פון דער בארימטער "נסיעה טרעוול" אגענטור, איבערצוגעבן די לעצטע אינפארמאציע איבער דער בעפארשטייענדער נסיעה צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ז. &nbsp; ר' אלי פארציילט אז "נסיעה טרעוול" האט ארויסגעשטעלט 17 פארשידענע גרופ-רעזערוואציע אפציעס פארן ציבור. די אפציעס נעמען אריין פארשידענע רוטס, אריינגערעכנט מאלדאווע, קראקע, ריישע און נאך, כדי יעדער זאל קענען טרעפן דעם פאסיגסטן און באקוועמסטן וועג. &nbsp; אויסער דעם פארציילט ער, אז מען ארבעט יעצט אין גרויסן צו צוזאמענצושטעלן &ndash; אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן &ndash; א טשארטער פליגער ספעציעל פאר אנשי שלומינו. דער פלאן איז, זאגט ער, ארויסצופארן דינסטאג שפעט ביינאכט, כדי מען זאל קענען ארויספארן רואיג פונעם שטעטל נאכ'ן לייגן די קליינע קינדער שלאפן, און צוריקצוקומען מוצאי צום גדליה. דער טשארטער וועט בעז"ה פליען דירעקט קיין פוילן (ריישע), און פון דארט וועט מען אי"ה פארן מיט א באן קיין אוקריינע. ר' אלי האט אנגעמערקט אז מ'ארבעט נאך אויף די לעצטיגע פרטים, וויבאלד ער צילט עס צו מאכן וואס ביליגער, און ער האפט ארויסצוקומען מיט קלארע אינפארמאציע גאר בקרוב בס"ד. &nbsp; מען קען זיך פארבינדן מיט די פירמע פאר סיי וועלכע שאלות אדער צו מאכן רעזערוואציעס אויף זייער וועבסייט NesiaTravel.com, אדער דורכן טעלעפאן ביי 845-444-8785. אין א זייטיגע נאטיץ זאגט ער גוטע נייעס פאר די וואס האבן נישט דאס גאנצע געלט יעצט, אז זיי קענען באשטעלן א טיקעט מיט בלויז א דעפאזיט און עס אויסצאלן מיט פעימענטס ביז חמשה עשר באב. &nbsp; היי יאר - זאגט ר' אלי' - האט מען נאך א מעלה: וויבאלד ראש השנה קומט נישט אויס גלייך פאר שבת, איז נישטא אזא פרעשור שוין צוריקצוקומען. דאס גיט די מעגליכקייט פאר די וואס קענען אויסווארטן אויף א טאג נאך צום גדלי', ווען מען קען באקומען טיקעטס פאר בעסערע פרייזן. &nbsp; ר' אלי דערמאנט אז ער ערווארטעט אז פונקט ווי יעדעס יאר, וועלן אין די קומענדיגע צוויי חדשים כסדר ארומגיין שמועות אין די מידיע אז "מען וועט נישט קענען פארן" צוליב די מלחמה אדער אנדערע סיבות. אבער מען דארף זיך נישט דערשרעקן פון די אלע זאכן; מיר זענען שוין געוואוינט אז דאס געשעט יעדעס יאר. דאס זענען געווענליכע "מניעות" וואס דער סמ"ך מ"ם פרובירט אנצודרייען כדי אפצוהאלטן אידישע קינדער פון קומען צום רבי'ן, אבער בדרך הטבע זעט נישט אויס אז עפעס זאל זיך טוישן, און מען וועט בעזרת השם קענען געהעריג פארן. &nbsp; צום שלוס איז זייער וויכטיג ארויסצוברענגען, אז כאטש "נסיעה טרעוול" שטעלט כסדר צו אינדיווידועלע טיקעטס אויסער די גרופ טיקעטס &ndash; וואס דאן זענען די אפציעס אומצאליג און מען קען צושטעלן פאר יעדעם פונקטליך דאס בעסטע וואס ער זוכט &ndash; איז דאך כדאי צו געדענקען וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלעמאל, אז עס איז וויכטיג צו פארן אינאיינעם מיט א ציבור און מיט ערליכע חברים. ווען מען פארט אינאיינעם איז מען מער אפגעהיטן, און די נסיעה איז מיט מער יראת שמים; מען דארף זיך שטארק היטן חס ושלום נישט צו פארן מיט לצים. דעריבער איז שטארק ראטזאם אז אפילו אויב מען רעזערווירט א "קאסטום" טיקעט, זאל מען זיך צוזאמעננעמען עטליכע חברים און קויפן די טיקעטס אינאיינעם. &nbsp; כל העולם כולו תלוי בראש השנה שלי &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יז תמוז תשפ"ו 📝
  • אנגעהויבן די ארבעט צו ברענגען שטאטישע וואסער צום קאמפלעקס אין אומאן

    אומאן - דער הייליגער ציון וואו דער הייליגער רבי האט אויסגעוועלט צו ליגן - איז א פלאץ וואס ברענגט ארויף שטארקע געגועים יעדעס מאל מ'דערמאנט נאר דעם נאמען פון די שטאט. מיר האבן נישט קיין שום השגה אין די גרויסע תיקונים וואס דער רבי טוט דארט מיט אונז, מיר פאלגן נאר דעם רבי'ן מיט א תמימות און פשיטות. אבער יעדער איד וואס האט נאר אמאל געהאט די זכיה צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה דארף שוין אפילו נישט קיין ראיות; מ'שפירט ממש ווי מ'קומט ארויס נאך ראש השנה מיט א פרישע התחדשות. "אני נהר המטהר מכל הכתמים", דער רבי וואשט אונז אפ, און מ'באקומט פרישע כוחות צו קענען לעבן מיט אמונה און שפירן דעם אויבערשטן. &nbsp; אז מ'קומט צום רבי'ן, דארף מען דאך האבן אלע גשמיות'דיגע הצטרכות'ער אויכעט. דער רבי האט זיך טאקע אויסגעדרוקט: "יא געגעסן, נישט געגעסן, יא געשלאפן, נישט געשלאפן, אבער צו מיר דארף מען קומען אויף ראש השנה", אבער פונדעסטוועגן מעג מען דאך אויך מקיים זיין דעם "יא געגעסן, יא געשלאפן, יא געדאווענט". דערפאר זענען די עוסקים במלאכת הקודש פארנומען א גאנץ יאר אויפצובויען און אויפהאלטן דעם קאמפלעקס, און עס צו פארגרעסערן און פארבעסערן לויט'ן געברויך. &nbsp; עס קומט יעצט אריין פרישע און פריידיגע נייעס פון די הנהלה פונעם אומאן בנין, אז מען האט זיך אונטערגענומען א מאסיווען נייעם פראיעקט וואס גייט אפקאסטן אסטראנאמישע סכומים &ndash; ארום א פערטל מיליאן דאלער &ndash; מיטן ציל צו ברענגען שטאטישע וואסער דירעקט צום בנין. ביז היינט צו טאגס האט זיך דער בנין באנוצט מיט אייגענע קוועלער (וואסער-פאמפס), א זאך וואס אליין האט שוין אפגעקאסט ריזיגע געלטער דורכאויס די יארן. &nbsp; כדי צו פארשטיין די וויכטיגקייט פון דעם שריט, דארף מען פארשטיין דעם מצב וואס האט געהערשט ביז יעצט און די שוועריקייטן וואס דאס האט מיטגעברענגט. ערשטנס, האבן די קוועלער נישט שטענדיג געקענט נאכקומען די נויטיגע קוואנטיטעט וואסער פארן עולם. יעדער געדענקט נאך די עגמת נפש אין די יארן ווען עס איז נישט געווען גענוג וואסער, וואס האט פאראורזאכט גרויסע שוועריקייטן. &nbsp; די הנהלה לייגט צו, אז היות מען האלט יעצט ברוך השם אינמיטן בויען נאך א פרישן בנין, קען מען זיך מער נישט פארלאזן בלויז אויף די ביז-יעצטיגע קוועלער. און מיט א בליק אויף פאראויס איז קלאר אז זיך צו באהעפטן צום שטאטישן וואסער סיסטעם איז אן אבסאלוטער מוז. &nbsp; די הנהלה מעלדט אז מען האט שוין געשיקט דעם דעפאזיט אנצוהייבן דעם פראיעקט. און מיר בעטן דעם אייבערשטן אז דער פרישער פראיעקט זאל זיך אויסארבעטן מיט מזל און ברכה, מען זאל עס קענען גרינג באצאלן, און עס זאל טאקע זיין דער ריכטיגער שריט צו האבן בעז"ה גענוג וואסער אויף ווייטער. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות קענט איר רופן אדער שיקן א טעקסט מעסעדזש צו 845-445-7447, אדער שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יא תמוז תשפ"ו 📝
  • פרישע דעטאלן איבער די פלענער פונעם נייעם בנין אין אומאן

    די וועלט זאגט אז מיט'ן עסן קומט דער אפעטיט, און טאקע מיט יעדן באריכט וואס מיר שרייבן, זעט מען ווי דער עולם ווערט אלס מער נייגעריג צו וויסן פונקטליכע פרטים איבער וואס עס טוט זיך מיט'ן נייעם בנין. &nbsp; נאך אונזערע פריערדיגע באריכטן זענען אריינגעקומען פילע ווענדונגען פונעם עולם וואס וויל הערן מער איבער'ן אויסשטעל און דעם פארמאט פונעם בנין &ndash; למשל וויפיל שטאק עס וועט האבן, וויפיל צימערן עס וועט אנטהאלטן, און אזוי ווייטער. &nbsp; עס קומט זיך א גרויסן דאנק פאר די עוסקים במלאכת הקודש וועמען דער ראש ישיבה שליט"א האט באאויפטראגט זיך אפצוגעבן מיט די בוי-ארבעט, וועלכע האבן אונז איבערגעגעבן די אלע פרטים פאר'ן יעצטיגן באריכט. &nbsp; אנהויב איז געווען א פלאן &ndash; ווי פילע געדענקען נאך &ndash; אז מען זאל בויען א פרישן גרויסן בנין בית המדרש, היות דער יעצטיגער איז שוין אויסגעוואקסן בלי עין הרע, אבער למעשה האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן אז עס איז נאכנישט די צייט דערפאר, ועוד חזון למועד. דערווייל וועט מען בויען א בנין וואס וועט דינען בעיקר פאר שלאפן און עסן. &nbsp; ווען מען רעדט פונעם נייעם בנין, און מען וויל עס פארגלייכן צום עקזיסטירדן בנין, איז עס מיט כמעט גארנישט ענליך. די ערשטע זאך איז, אז דער בנין בויעט מען 'אין די הייעך' אנשטאט וואס די פריערדיגע האט מען געבויט 'אין די ברייט'. &nbsp; וואס איז דער חילוק? ביים ערשטן בנין האט מען געבויעט א ריזיגע סטרוקטור און מען האט געמוזט ענדיגן יעדן גאנצן שטאק איידער מען איז געגאנגען צום קומענדיגן. דאס האט גורם געווען אז מען האט נישט געקענט אויסווארטן ביז אלע שטאקן ביז ארויף זענען געווען אינגאנצן פארטיג, און מ'איז אריין דערין בלית ברירה ווען עס איז נאר געווען גרייט אנדערטהאלבן שטאק שלאף-צימערן; יעדער פארשטייט אליין וואס עס פאסירט אין אזא בנין ווען עס רעגנט אינדרויסן. דערפאר בויעט מען דעם יעצטיגן בנין ווי פיר קלענערע בנינים אין די הייך, איינס נעבן דעם צווייטן. &nbsp; מען בויעט יעצט קודם א רעלאטיוו קלענערע סטרוקטור &ndash; א בעיסמענט מיט דריי שטאק איבער דעם &ndash; וואס דאס נעמט נישט אזויפיל ריסאורסעס און צייט עס פערטיג צו מאכן אינגאנצן פון אונטן ביז אויבן. דעם ערשטן חלק פונעם בנין וועט מען שוין בעז"ה באנייען אויף דעם קומענדיגן ראש השנה תשפ"ח. איינמאל דאס וועט זיין גרייט, וועט מען זיך נעמען צום נעקסטן פערטל. און היות יעדער חלק ווערט געבויט פאר זיך, וועט מען קענען בויען דעם צווייטן פערטל לויט דעם פארלאנג, אויב מ'וועט זען אז דער עולם זוכט עפעס אנדערש. &nbsp; נאך א זאך וואס גייט דא זיין אנדערש איז דאס אז דער בנין וועט זיין אויסגעשטעלט אלס "דירות" און נישט ווי "צימערן". דאס מיינט אז אינעם יעצטיגן בנין וועט יעדע שטאק האבן צוויי דירות, און יעדע דירה וועט פארמאגן דריי שלאף-צימערן, א קיך, א דיינינג רום, און א בית הכסא מיט א שויער. יעדע צימער וועט האבן פלאץ פאר צוויי בעטן &ndash; סינגל בעטן אדער באנק בעטן &ndash; לויט דעם פארלאנג פונעם עולם. &nbsp; אזוי אויך וועלן די געסט פון דעם בנין נישט עסן אינעם טענט אינאיינעם מיט'ן גאנצן עולם, נאר מען וועט פראווען די סעודות פריוואט אזויווי ביי זיך אינדערהיים מיט די משפחה. דער איינציגסטער אויסנאם וועט זיין אז די צענטראלע קיך וועט צושטעלן דאס עסן, אבער אויסער דעם וועט מען זיין גענצליך זעלבסטשטענדיג. יעדער וועט אליינס ארויפשטעלן דאס עסן אויפ'ן "האט פלעיט" ערב שבת אדער ערב יום טוב, און מען וועט זיך אליינס סערווירן און אפרוימען דעם טיש נאך די סעודות. &nbsp; &nbsp; מיר האפן אייך ווייטער צו האלטן אינפארמירט מיט אלע מעגליכע דעטאלן, סיי איבערן בנין און סיי איבער אלעס וואס באלאנגט צו ראש השנה; פאלגט נאך די ווייטערדיגע באריכטן. &nbsp; דער עיקר זאל מען נישט פארגעסן מתפלל צו זיין יעדן טאג אז די נסיעה זאל אדורכגיין גרינג, און דער אויבערשטער זאל איבערדרייען אלע מניעות לנעימות, און מיר זאלן זוכה זיין צו זיין ביים רבי'ן אויך דעם קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער שיקט א טעקסט צו 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ו תמוז תשפ"ו 📝
  • גרויסע הכנות אין אומאן לקראת ראש השנה תשפ"ז

    כאטש מיר האלטן נאך עטליכע חדשים פאר דעם הייליגן יום טוב ראש השנה, טוט זיך אבער שוין לעבעדיג אין אומאן. די עסקנים ארבעטן שוין פלייסיג זיכער צו מאכן בעז"ה אז די צענדליגער טויזנטער אידן וואס קומען צו פארן פון אלע עקן וועלט צום רבי'ן אויף יום טוב, זאלן מיט דער הילף פונעם אויבערשטן האבן אלעס וואס זיי דארפן אויפ'ן שענסטן און בעסטן אופן וואס שייך. &nbsp; די ארבעט ביי אונזער בנין אין אומאן האט זיך באמת שוין אנגעהויבן גלייך ווען מיר האבן פארלאזט די שטאט מוצאי ראש השנה. ווי יעדער געדענקט מסתמא, איז פאריאר געווען א גרויסער "פאנטשער"; כאטש דער אויבערשטער האט געהאלפן מיט א שיינע וועטער און עס האט נישט גערעגנט (וואס דאס איז געווען א געוואלדיגער חסד ה' - א מעשה פון תפילה, היות אונזער בנין געפינט זיך היבש ווייט פונעם ציון און אסאך נויטיגע זאכן געפינען זיך אינדרויסן אין גאס, וואלט א רעגן געקענט זיין זייער שווער), און כאטש עס איז ב"ה געווען גענוג וואסער, אפילו עס איז געווען א לאנגע יום טוב סעזאן פאריאר - ווען מען איז געקומען א וואך פאר יום טוב צוליב וואס ראש השנה איז אויסגעפאלן מאנטאג נאכט - אבער פלוצלינג אינמיטן יום טוב האט מען געזען אז עס איז נישטא קיין וואסער. &nbsp; וואס האט פאסירט? די סוער איז געווארן פארשטאפט. נישט יעדער ווייסט דאס, אבער "פרעש ווייפס" זענען א מכה אשר לא כתובה פאר די סוער סיסטעם. די סוער קען נאר פארדייען מאטעריאלן וואס צוגייען אין וואסער, אבער ווייפס &ndash; אפילו אויב עס שטייט בפירוש "פלאשעבל" אויפ'ן לעיבל &ndash; פארשטאפן עס נאך אלץ. און וואס געשעט ווען די סוער ווערט פארשטאפט? די וואסער האט נישט וואו צו גיין, און דעמאלטס ווערט זייער נישט געשמאק אויב די סוער הייבט אן ארויפקומען. דערפאר האט מען בלית ברירה געמוזט צייטווייליג אפשפארן דאס וואסער, ווייל אויב נישט וואלט געווען א קאטאסטראפע. &nbsp; תיכף נאך יום טוב האט מען גערופן א פירמע וואס האט אינגאנצן איבערגעמאכט די סוער סיסטעם. מען האט ארויסגעגראבן די אלטע פארשטאפטע סוער, מען האט געארבעט דערויף צוויי חדשים לאנג, און ב"ה דאס איז שוין גענצליך פארטיג געווארן. &nbsp; אצינד ביים אנהויב פונעם זומער סעזאן, האט דער ממונה מטעם דעם ראש ישיבה אויפ'ן בנין אין אומאן, דער געטרייער און איבערגעגעבענער מו"ה העניך אינדיג הי"ו, אויפגענומען א לאקאלן ארבעטער וואס גייט ארום יעדן איינציגן טאג שוין עטליכע וואכן נאכאנאנד, און קוקט איבער יעדע שטוב באזונדער. ער גייט דורך צימער נאך צימער און פארריכט אלעס וואס פעלט זיך אויס: צעבראכענע טירן, פענסטער, ווענט, טוילעטס און סינקס, בעטן, און אזוי ווייטער; אלעס כדי עס זאל קלאפן פיין בעז"ה און זיין גרייט פאר'ן עולם ווען מען וועט אנקומען. &nbsp; אזוי אויך גרייט מען זיך שוין אן מיט די נויטיגע וואסער אויף יום טוב. מען דארף פארשטיין אז ווען אזא ריזיגער עולם קומט, קענען די ארטיגע קוועלער נישט צושטעלן אזא געוואלדיגע מאס וואסער אויף איינמאל. דערפאר האט מען אינסטאלירט ריזיגע טאנקען טיף אין די ערד, וואס במשך די זומער חדשים ארבעטן די קוועלער אומאויפהערליך און פילן אן בעז"ה די אלע טענק, כדי עס זאל זיין גענוג וואסער פארן גאנצן ריזיגן ציבור פאר די גאנצע וואך. &nbsp; די עסקנים בעטן אז אנשי שלומינו זאלן מתפלל זיין אז דער וועטער אין אומאן זאל זיין שיין היי-יאר, ווייל ווי אויבן דערמאנט, געפינט זיך דאס קאווע שטיבל און די סינקס זיך צו וואשן אינדרויסן אויף דער גאס, און אויך דער גרויסער לאנטש-רום איז בלויז א פשוט'ער טענט; דעריבער אויב עס רעגנט, קען עס זיין א שטיקל עגמת נפש פארן עולם. &nbsp; דער עיקר איז וויכטיג צו געדענקען זיך אנצוגרייטן מיט די ריכטיגע הכנה צום רבי'ן גענוג פרי. דער ראש ישיבה זאגט אלעמאל אז ברסלב'ער חסידים האבן זיך שטענדיג געפירט צו קומען צום רבי'ן מיט א מתנה, למשל א סיום משניות, א סיום מסכתא, וכדומה. און "ויפה שעה אחת קודם" - וואס פריער איז אלס בעסער; אויב מען הייבט שוין יעצט אן, וועט מען בעז"ה קענען ברענגען א שיינע מתנה פארן רבי'ן און פועלן א גוט געבענטשט יאר. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ל סיון תשפ"ו 📝
  • פרישע אפדעיטס פונעם נייעם בנין אין אומאן

    גרשון קרעמער &nbsp; אנשי שלומינו גרייטן זיך שוין אין גרויסן אויפ'ן קומענדיגן ראש השנה תשפ"ז הבעל"ט. מ'קויפט שוין טיקעטס, מ'טשעקט איבער די פאספארטן צו זען אויב זיי זענען נאך וועליד, אבער יעדער ווייסט אז דער עיקר הכנה איז תפילה. עס איז קלאר, אז אפילו אויב מען האט א פאספארט, געלט און געזונט, קען מען אן תפילות נישט אנקומען צום הייליגן רבי'ן. &nbsp; צווישן די אלע הכנות, לעכצט דער עולם צו הערן פרישע אפדעיטס איבערן נייעם בנין אין אומאן. ווער עס איז נאר געווען אינעם ביז-יעצטיגן בנין די לעצטע פאר יאר, האט געשפירט אויף די אייגענע הויט די ענגשאפט וואס הערשט דארט. אפגערעדט פון די פילע נייע מקורבים וואס קומען צו יעדעס יאר און שרייען "למה נגרע", זיי ווילן אויך זיין אינעם בנין אינאיינעם מיטן ראש ישיבה, וואס דאס איז א געוואלדיגע תענוג רוחני וגשמי. &nbsp; דער בנין געפינט זיך ווייט פונעם גאנצן הו-הא און געפילדער פון פושקינא, וואס דאס איז א געוואלדיגע זאך וואס ברענגט אן אומבאשרייבליכע הרחבת הדעת. בפרט ווען מען קומט מיט די קינדערלעך - אונזער שווארץ אפל פון אויג - קען מען דאך נישט צומאכן אן אויג אויב מען געפינט זיך אין אן אלגעמיינעם פלאץ, וואו מען קען נישט איבערלאזן א קינד אליין אפילו פאר איין מינוט. אבער דא, ביים ראש ישיבה'ס בנין, איז עס פיל רואיגער; מען ווייסט אז די מלמדים געבן זיך אפ מיט די קינדער, מען לערנט מיט זיי, מען דאווענט מיט זיי, מען עסט מיט זיי, און מען נעמט זיי צום הייליגן ציון זאגן תיקון הכללי אינאיינעם מיט די מלמדים &ndash; א סערוויס וואס מען קען מיט געלט נישט באצאלן. &nbsp; אויך אויף די גשמיות'דיגע זייט איז אלעס צוגעשטעלט אויפ'ן בעסטן אופן: א הערליכע גרויסע מקוה, דריי געשמאקע סעודות יעדן טאג, ברייטע צימערן צו שלאפן, און א פראכטפולער בית המדרש וואו מען קען לערנען און דאווענען. דער הויכפונקט פונעם יום טוב איז בלי ספק דאס געשמאקע דאווענען מיט'ן ראש ישיבה, וועלכער דינט אלס בעל תפילה און דאווענט פאר'ן עמוד אזוי הארציג און ווארים, וואס דאס איז מעורר יעדן איינעם צו תשובה. צוליב די אלע סיבות איז טאקע דא א שטארקע אינטערעסע ביים עולם צו הערן כסדר'דיגע אפדעיטס איבער דעם פארשריט פונעם נייעם בנין. &nbsp; דעריבער זענען מיר פרייליך צו מעלדן אז די ארבעט רוקט זיך פאראויס מיט א שנעלן טעמפא. ברוך השם, מען האט שוין געענדיגט לייגן די "ריבאר" (די אייזענס), און מען האט שוין געגאסן די קאנקריט פאר די פוטינגס פונעם בנין. &nbsp; (א קליינע הסבר: די ווענט פונעם בנין ווערן אנגערופן די "פאונדעישאן" (פונדאמענט), און דער אונטערשטער טייל וואס האלט די פאונדעישאן הייסט די "פוטינג" - וואס מיינט אויף פשוט אידיש "די פוס" - דאס זענען די פיס פונעם בנין, דער ברייטער חלק אונטן פונעם פונדאמענט, וואס דערויף האלט זיך דער גאנצער בנין.) &nbsp; דא האט מען עס געמאכט אנדערש ווי געווענליך ווען מען בויט א פשוט'ע הויז. נארמאל לייגט מען די פוטינג אונטער די פאונדעישאן בלויז עטליכע פיס ברייט, אבער ביי אונזער בנין, וואס וועט זיין א קאמערציאלע געביידע פון עטליכע שטאק הויך, בויט מען עס פיל שטערקער; מען האט געמאכט די גאנצע "סלעב" (דער גאנצער פלאר פונעם בנין) זאל זיין איין ריזיגע דיקע פוטינג. דאס רופט מען א "מעט פאונדעישאן" (Mat Foundation). דער סלעב/פוטינג איז כמעט צוויי פיס הויך קאנקריט מיט ריבאר וואס באדעקט דעם גאנצן שטח. &nbsp; אויפ'ן שטח פונעם בנין קען מען יעצט זען פילע "ריבאר" אייזענעס וואס שטעקן זיך ארויס פונעם סלעב/פוטינג. דאס איז כדי מען זאל קענען ארויפלייגן דערויף די ווענט פון די פאונדעישאן, און אזוי וועט די גאנצע סטרוקטור זיין בעז"ה איין הארטע שטיק, גענוג שטארק פאר'ן גרויסן בנין. &nbsp; וואס איז באמת דער טעכנישער ציל פון לייגן ריבאר (אייזענע שטאנגען) אינעם קאנקריט? דער הסבר איז אזוי: צעמענט און קאנקריט זענען טאקע גאר שטארק אויף איין אופן, עס קען אויסהאלטן גאר אסאך "פרעשור" (דרוק) פון אויבן, אבער פון די אנדערע זייט, אויב עס באקומט א שטארקע זעץ אדער א שטויס פון די זייט, קען זיך עס גאנץ שנעל צוברעכן. אייזן איז פונקט פארקערט: עס קען זיך גרינגער צוקוועטשן אונטער פרעשור, אבער עס וועט זיך נישט איבערברעכן פון קיין קלעפ פון די זייט. דערפאר פלעכט מען זיי ביידע צוזאמען כדי צו האבן ביידע סארט שטארקייטן; אזא קאנקריט קען פארנעמען סיי פרעשור פון אויבן און סיי קלעפ פון די זייטן. &nbsp; מיר האפן אייך ווייטער צו האלטן אינפארמירט איבער די ווייטערדיגע פארשריטן מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף. &nbsp; האט איר קאמענטארן? רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער כה סיון תשפ"ו 📝
  • פרישע אומאן אפדעיט: מען ענדיגט שוין דעם פונדאמענט

    בסייעתא דשמיא גייט די ארבעט פאראויס מיט א שטארקן טעמפא ביים בויען דעם נייעם צווייטן בנין פאר אנשי שלומינו אין אומאן, הארט נעבן דעם עקזיסטירנדן בנין אויף די בילעצערקאווסקע גאס. אזוי ווי דער עולם קוקט ארויס מיט דורשט אויף פרישע נייעס, האבן מיר זיך פארבינדן מיט די ממונים איבערן קאנסטרוקציע קאמפיין צו הערן וואו מען האלט. &nbsp; די פרישע נייעס איז אז די ארבעט האט זיך שטארק גערוקט אין די לעצטע צוויי וואכן; דא וועלן מיר אביסל ערקלערן וואס עס קומט פאר אונטער די קוליסן. נאכן אויסגראבן דעם טיפן גרוב פארן בעיסמענט פונעם בנין, האט מען געגאסן א דיקע פלאטפארמע פון קאנקריט וואס דעקט דעם גאנצן שטח. דאס וועט דינען אלס דער יסוד אויף וואס דער גאנצער ריזיגער בנין גייט בעז"ה שטיין. &nbsp; אין די יעצטיגע טעג האלט מען אינמיטן אויסלייגן די "ריאינפארסמענט" &ndash; מען לייגט אריין דיקע אייזערנע שטאנגען (ריבאר), וואס ווערן צוזאמגעפלאכטן אויף א ספעציעלן אופן וואס מאכט אז די קאנקריט זאל זיך בעז"ה האלטן אסאך שטערקער. כדי דער בנין זאל קענען טראגן אזא הויכע סטרוקטור, לייגט מען א "דאבל לעיער" &ndash; דאס מיינט צוויי שיכטן פון אייזערנע נעצן, איינס אויפן אנדערן, וואס דאס פארטאפלט די שטארקייט בעז"ה. &nbsp; גלייך נאכדעם וואס די אייזערנע יסודות וועלן זיין פארטיג, וועט מען זיך בעז"ה נעמען גיסן די וויכטיגסטע שיכט פון קאנקריט וואס וועט איבערדעקן די אייזנס, און דערנאך וועט מען זיך באלד נעמען צו די ווענט ארויף. &nbsp; פאלגט נאך פאר ווייטערדיגע באריכטן בעז"ה. Polish &nbsp;

    < זעה מער טז סיון תשפ"ו 📝
  • פונדאמענט געגאסן פאר נייעם צווייטן בנין אין אומאן

    ווי ס'איז באקאנט האט אונז דער הייליגער רבי אנגעזאגט אז מיר זאלן קומען צו זיין ציון קיין אומאן יעדעס יאר אויף ראש השנה. דער רבי האט צוגעזאגט אז ווער ס'וועט קומען צו אים אויף ראש השנה, וועט ער ארבעטן פאר אים און אויספועל'ן א גוט געבענטשט יאר. דער רבי האט געזאגט אז ווער ס'וועט קומען צו זיין קבר, אפילו אינמיטן יאר, און וועט געבן א פרוטה פאר צדקה לזכותו און זאגן דארט די צען קאפיטלעך תהלים פונעם "תיקון הכללי", וועט אים דער רבי פאררעכטן אפילו אויב ער האט שוין געטון די ערגסטע עבירות; ער וועט אים ארויסשלעפן ביי די פיאות אפילו פון שאול תחתית. דעסטוועגן האט דער רבי געזאגט, אז אפילו די וואס ער קען נישט פאררעכטן א גאנץ יאר, קען ער יא פאררעכטן ווען מ'קומט צו אים אויף ראש השנה. &nbsp; דאס איז טאקע די סיבה פארוואס יעדעס יאר קומען אזויפיל צענדליגער טויזנטער אידן קיין אומאן אויף ראש השנה, און פועל'ן דארט אויס ישועות און רפואות פארן גאנצן יאר. &nbsp; אין די לעצטע יארן האבן אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש, זיך איינקווארטירט אינעם גרויסן בנין אויף די בילעצערקאווסקע גאס, וואו מ'האט די געלעגנהייט אפצורעכטן א שיינעם ראש השנה אויף א ריינעם אופן, אן די גאנצע הו-הא און דעם געפילדער פון די גאסן ארום דעם ציון הקדוש. דאס איז א פלאץ וואו די קינדער זענען אונטער די אויפזיכט פון די עלטערן און די מלמדים, מ'הערט דארט שיעורים און דרשות פונעם ראש ישיבה, און מ'עסט די סעודות אינאיינעם &ndash; זאכן וואס מ'נעמט מיט אלס צידה לדרך אויף א גאנץ יאר. &nbsp; אבער יעצט, מיט די הילף פונעם אויבערשטן, האט מען בשעה טובה ומצלחת אנגעהויבן בויען א פרישן בנין פאר אנשי שלומינו אין אומאן. עס לאזט זיך ממש נישט גלייבן אז דעם יעצטיגן בנין האט מען אנגעהויבן בויען מיט ווייניגער ווי ניין יאר צוריק; דעמאלטס איז דער גאנצער פלאן געווען צו בויען בלויז צוויי שטאקן מיט שלאף-צימערן, וואס האט אפילו יעמאלט אויסגעזען איבערגעטריבן גרויס. &nbsp; ברוך השם מען האלט שוין היינט דא, אז כאטש אז אינעם יעצטיגן בנין זענען פארהאן זעקס הונדערט בעטן צום שלאפן, פרעגן שוין עטליכע יאר - סיי פרישע מקורבים און סיי אנשי שלומינו ביי וועמען די משפחה איז ב"ה צוגעוואקסן און ברענגען שוין מיט די קינדער, - די שאלה "למה נגרע?" &ndash; פארוואס קענען מיר נישט קומען זיין אינאיינעם מיט אלע אנשי שלומינו אין אומאן? &nbsp; די הנהלה איז געזעסן לאנגע שעות במשך די ווינטער חדשים אויסצופלאנירן דעם נייעם בנין אויף די בעסטע וועג: ווי גרויס עס זאל זיין, וויפיל צימערן און שטאקן, און וואס אלץ דער בנין זאל אנטהאלטן. ב"ה אז אין די יעצטיגע טעג האלט מען שוין ביי די פאקטישע ארבעט; מען האט שוין אויסגעגראבן דעם גרוב און געגאסן דעם ערשטן שיכט צעמענט פארן פונדאמענט, מיט וואס עס הויבט זיך אן דאס בויען מיט א שנעלן טעמפא. אין בלויז עטליכע חדשים האפט מען שוין צו קענען זען דעם נייעם בנין הארט נעבן דעם ביז-יעצטיגן עקזיסטירנדן בנין, ווען די הויכשטאקיגע סטרוקטור וועט שוין שטיין במלוא הדרו. &nbsp; מען בעט פון אלע אנשי שלומינו מען זאל איינרייסן מיט תפילות אז דער אויבערשטער זאל העלפן אז די ארבעט זאל טאקע קענען פאראויסגיין גענוג שנעל, כדי מען זאל שוין מער נישט דארפן אפזאגן די הונדערטער אידן וואס בעטן כסדר אז זיי ווילן דארט איינשטיין. און אז אויף ראש השנה תשפ"ח &ndash; אנדערהאלבן יאר פון יעצט &ndash; זאל מען מען צו קענען באנייען דעם פרישן בנין צום צופרידנהייט פון אלע אנשי שלומינו. &nbsp; אויפן ראט פון ראש ישיבה שליט"א, וועט דער יעצטיגער בנין געבויט ווערן עטוואס מער באקוועם, כדי צו פארגרינגערן פאר די אנשי שלומינו וואס דארפן עס האבן. עס מוז אבער באטאנט ווערן אז מען קען נישט מאכן אומאן אינגאנצן באקוועם; דער ס"מ לאזט עס נישט צו, און עס וועלן שטענדיג זיין מניעות און שווערקייטן, זה בכה וזה בכה, אבער מען פרובירט עס צו מאכן אביסל גרינגער. &nbsp; קיינער טאר נישט פעלן!

    < זעה מער כו אייר תשפ"ו 📝
  • אומאן רעזערוואציע דעדליין; נייער בנין ווערט געבויט אויף ראש השנה תשפ"ח

    ס'טוט זיך גרויסע נייעס אין אומאן! מען האט נארוואס אנגעהויבן בויען א פרישן בנין אויפ'ן שטח וואס אנשי שלומינו פארמאגן, און לויט די פלענער וועט עס זיין גרייט בעזרת השם קומענדיגע יאר; דאס מיינט אז אויף ראש השנה תשפ"ח וועט מען עס שוין קענען ניצן בעז"ה. און אויף ראש השנה תשפ"ז ווען מיר וועלן זוכה זיין צו קומען אויף ראש השנה צום רבי'ן, וועט מען אי"ה שוין קענען זען די רויע שטאגן אויפגעבויט. &nbsp; דער נייער בנין וועט זיין אויסגעשטעלט מיט פיל מער באקוועם, נישט ווי דער ביז יעצטיגער בנין וואס האט בלויז פשוט'ע צימערן מיט אכט אדער צען בעטן. עס וועט זיין מער ענליך צו א דירה, וואו יעדער וואס דינגט א דירה וועט קענען אריינלייגן וויפיל בעטן ער וויל. עס וועלן אויך זיין צימערן פון פארשידענע סייזעס. דערווייל האבן מיר נאכנישט געקענט באקומען מער אינפארמאציע ווי גרויס דער בנין וועט זיין, וויפיל שטאגן עס וועט האבן, און וואס פונקטליך עס וועט זיך דארט געפינען. מיר האפן בקרוב צו ברענגען א פרישן באריכט מיט מער פרטים. &nbsp; בנוגע דעם ענין פון רעזערווירן די בעטן אינעם יעצטיגן בנין אויף דעם קומענדיגן יאר, איז וויכטיג צו באמערקן אז מיר האלטן שוין כמעט ביי ראש חודש סיון. ווער עס האט נאכנישט רעזערווירט זיין בעט, זאל זען דאס צו מסדר זיין און באצאלן פאר'ן דעדליין פון ראש חודש סיון. און יא, אפילו די וואס קומען שוין יארן לאנג אינעם בילדינג, דארפן נאך אלץ רופן זיך פריש איינשרייבן און קלאר מאכן אז זיי קומען דאס יאר אויך. &nbsp; נאכדעם וואס מען שרייבט זיך איין קען מען באצאלן, אבער דערווייל קען מען נאר צאלן מיט קעש. און מען קען נישט צאלן ביסלעכווייז, נאר מען מוז אויסצאלן דעם גאנצן סכום אין קעש אויפאמאל. מיר ארבעטן זייער שווער אז מען זאל קענען באצאלן אויף נאך וועגן, ווי דורך B-pay, טשעקס, קרעדיט קארד, אדער QuickPay, אבער דערווייל זעט נישט אויס אז עס וועט שוין זיין גרייט פאר דאס יאר. עס זענען נאך דא פילע טעכנישע פרטים וואס דארפן אויסגעארבעט ווערן, דעריבער מוז מען דערווייל אויסצאלן דעם גאנצן באלאנס אין קעש פאר ראש חודש סיון. און אויב עס וועט זיך עפעס טוישן, וועלן מיר בעז"ה לאזן וויסן. &nbsp; די פרייזן פאר די בעטן זענען ווי פאלגנד: ערשטער שטאק: $1,300, צווייטער שטאק: $1,200, דריטער שטאק: $900, און פערטער שטאק: $800. &nbsp; דערווייל זענען נישטא קיין איבעריגע בעטן צו באקומען, אלעס איז שוין אויספארקויפט. עס זענען אבער דא מענטשן וואס זענען געווען פאריאר און האבן נאכנישט געכאפט אז מען דארף רופן נאכאמאל. מסתמא פלאנט יעדער צו קומען, אבער מען מוז שוין רופן זיך רעזערווירן, ווייל אז נישט זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס ווארטן אויף די נייע בעטן, און מען וועט זיי עס לאזן רעזערווירן פון ראש חודש סיון און ווייטער. &nbsp; נאך ראש חודש סיון וועט יעדע בעט וואס איז נישט באצאלט געווארן ארויסגענומען ווערן פונעם סיסטעם. און אפילו אויב איינער האט רעזערווירט צוויי בעטן, און האט שוין באצאלט פאר איין בעט, און נישט פארן צווייטן, וועט די צווייטע בעט ווערן אפן פאר א פרישע רעזערוואציע. &nbsp; איר קענט באצאלן פאר אייער רעזערוואציע דורך די איבערגעגעבענע עסקנים אין אלע פלעצער: &nbsp; אין אמעריקע: מו"ה מרדכי ראזענבערג &ndash; 845-825-3550; מו"ה יחזקאל סאמעט &ndash; 347-452-1936.אין ארץ ישראל: מו"ה יצחק שמואל פרענקל &ndash; 054-845-6150.אין ענגלאנד: מו"ה שמחה בלאק &ndash; 07388-582-855.

    < זעה מער כג אייר תשפ"ו 📝
  • ה' אייר און די מלחמה קעגן די אפיקורסים פון יעדן דור

    מיט גענוי צוויי הונדערט און זעכצן יאר צוריק פונעם היינטיגן טאג &mdash; דאס מיינט אום ה' אייר שנת תק"ע &mdash; האט דער הייליגער רבי זי"ע זיך אריינגעצויגן אין דער שטאט אומאן, וואס איז דאן באטראכט געווארן אלס א צענטער פון משכילים. עס זענען געווען נאך צדיקים וואס האבן פריער פרובירט זיך אהין צו ציען &mdash; אריינגערעכנט דער הייליגער קדושת לוי פון בארדיטשוב זי"ע און דער הייליגער צדיק רבי זאב וואלף פון טשארני-אוסטראה זי"ע &mdash; אבער זיי האבן דארט נישט געקענט בלייבן צוליב די שטארקע רדיפות פון די משכילים. &nbsp; די גאנצע השתלשלות וויאזוי דער רבי האט זיך אריבערגעצויגן קיין אומאן ווערט באריכות פארציילט אינעם ספר הקדוש פעולות הצדיק (אנגעהויבן פון סימן תתקל"ג). דארט ווערט געברענגט וויאזוי דער הייליגער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין אומאן מיט אן אש קודש, אינאיינעם מיט זיין גרויסן תלמיד דער הייליגער רבי נתן זי"ע, מיטן ציל לוחם צו זיין קעגן די פארשאלטענע השכלה וואס האט דאן פארכאפט פילע אידן. דער רבי האט מיט זיין גרויס קדושה און חכמה באוויזן צו באזיגן די גרויסע משכילישע לייבן פון אומאן און זיי מחזיר בתשובה זיין. עס לוינט זיך נאכצוקוקן אינעם ספר די גאנצע מעשה באריכות. &nbsp; אינעם ספר פעולת הצדיק (סימן תתקל"ה) ווערט געברענגט, אז אויפן וועג איז דער רבי געווען זייער צוקאכט, און רבי נתן האט נישט געוואוסט וואס עס גייט פאר. היינט, ווען מען האלט שוין איבער זיבעציג יאר וואס כלל ישראל טרויערט אויפן גרויסן אומגליק וואס האט אונז באטראפן, קען זיין אז דאס איז טאקע געווען די סיבה פארוואס דער רבי איז דאן געווען אזוי צוקאכט און פארפלאמט. קוים עטליכע יאר נאכדעם וואס דער נאצישער שלאנג האט פיזיש אומגעברענגט מיליאנען אידן על קידוש השם, האט אונז באטראפן דער ציוניסטישער אומגליק אינעם טאג פון ה' אייר, וואס האט שוין ליידער אומגעברענגט מיליאנען אידישע נשמות אויפן שייטערהויפן, רחמנא ליצלן. &nbsp; דערפאר איז היינט אונזער פליכט זיך צו שטארקן ווייטער צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, וואס האבן נאך ביזן היינטיגן טאג דעם כח ארויסצונעמען די השכלה און די אויבער-חכמישקייט פון אונזערע קעפ, און אריינצולייגן אין אונז א קלארע אמונה אינעם אויבערשטן, אז מען זאל ממש שפירן ווי דער אויבערשטער שטייט דא מיט מיר, און מען זאל אנהייבן פשוט צו רעדן צו אים אויף אונזער שפראך. דער רבי האט דעם כח ארויפצוהייבן דעם גרעסטן למדן און דעם גרעסטן עובד אדער בעל מדרגה ער זאל זיך קענען באהעפטן צום אויבערשטן און אנהייבן פון פריש צו דינען דעם באשעפער; און פון די אנדערע זייט קען דער רבי איבערדרייען דעם גרעסטן בעל עבירה, די גרעסטע משכילים און ציונים, און זיי מאכן גלויבן אינעם אויבערשטן און אין זיין גרויסער רחמנות, ווי שטארק ער האט אונז ליב אלס "השוכן אתם בתוך טומאותם". דאס וועט אויסרייסן אלע טומאות און מקרב זיין משיח צדקינו.

    < זעה מער ה אייר תשפ"ו 📝
  • רעזערוואציעס פאר אומאן ראש השנה תשפ"ז ווערן שוין אנגענומען

    מיר אלע בענקען יעדן טאג צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויפ'ן קומענדיגן ראש השנה. ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ווען עטץ פארט אהיים מוצאי ראש השנה פון מיר, לייג איך שוין צו די אויער, און איך הער ווי איר קומט שוין נאכאמאל די קומענדיגע ראש השנה." דער הייליגער רבי האט אויך געזאגט: "נישט נאר איר זענט אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה; נאר די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה." &nbsp; כאטש מיר האלטן נאך יעצט אין חודש אדר, לויפן אבער די טעג זייער שנעל. דאס ערשטע זאך וואס מיר דארפן טון איז מתפלל זיין צום אייבערשטן; אן תפילה ארבעט גארנישט. א מענטש קען מאכן פלענער און האבן א קלארן חשבון, אבער אלעס ווענדט זיך אינעם אויבערשטן. מיר דארפן בעטן דעם אויבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיין צווישן די צענדליגער טויזנטער אידן וואס קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה. &nbsp; צוזאמען מיט תפילה, דארף מען אויך מסדר זיין אן אכסניא אין אומאן &ndash; וואו צו עסן און וואו צו שלאפן. כדי דער בנין זאל קענען פונקציאנירן געהעריג און קענען אויפנעמען יעדן איינעם מסודר'דיג, און כדי יעדער זאל קענען פארברענגען און הנאה האבן פון א שיינעם יום טוב אינאיינעם מיט אנשי שלומינו, מיט די ווארמע תפילות און די זיסע שיעורים און שמועסן פונעם ראש ישיבה שליט"א, און די הערליכע סעודות, דארף מען שוין יעצט רעזערווירן א בעט און נאכפאלגן דעם סדר. &nbsp; היות עס איז דא א גאר שטארקע נאכפראגע און דער עולם וואס וויל קומען איז פיל גרעסער וויפיל פלאץ עס איז באמת פארהאן, בעטן מיר גאר שטארק מען זאל נישט ווארטן ביז די לעצטע מינוט. נאכ'ן דעדליין וועלן אלע איבעריגע פלעצער ווערן אפן פארן ברייטן ציבור, אן קיין שום התחייבות צו די רעזערוואציעס פון די פריערדיגע יארן. ביטע מאכט אייערע ארעינדזשמענטס פריצייטיג כדי צו פארמיידן עגמת נפש. &nbsp; כדי צו רעזערווירן א בעט אדער צו ארגאניזירן א גרופע פאר א צימער, ביטע רופט ביז ראש חודש ניסן הבעל"ט. אין חוץ לארץ איז געשטעלט דערויף מו"ה מרדכי ראזענבערג &ndash; 845-825-3550. אין ארץ ישראל קען מען זיך ווענדן צו מו"ה ר' יצחק שמואל פרענקל אויף 054-845-6150. און זיי זאגן אז מען וויל רעזערווירן א בעט. ווי געזאגט - ביז ראש חודש ניסן וועט מען אי"ה פרובירן צו האלטן פאר אייך די זעלבע בעט ווי פאראיאר. &nbsp; ווי געזאגט, איז דא א שטרענגער דעדליין. אלעס מוז זיין אינגאנצן באצאלט ביז ראש חודש סיון. נאך ראש חודש סיון ווערן אלע רעזערוואציעס אפן פאר יעדן איינעם, און מיר וועלן אנהייבן אקצעפטירן נייע רעזערוואציעס. אזוי אויך מוז אלעס ווערן באצאלט מיט איינמאל &ndash; מען וועט נישט קענען באצאלן אין פעימענטס. &nbsp; די פרייזן פאר די בעטן זענען ווי פאלגנד:ערשטע שטאק &ndash; $1,300צווייטע שטאק &ndash; $1,200דריטע שטאק &ndash; $900פערטע שטאק &ndash; $800 &nbsp; עס זענען דא איבערגעגעבענע עסקנים אין אלע פלעצער דורך וועמען איר קענט באצאלן פאר אייער רעזערוואציע: אין אמעריקע: מו"ה מרדכי ראזענבערג &ndash; 845-825-3550 און מו"ה יחזקאל סאמעט &ndash; 347-452-1936.אין ארץ ישראל: מו"ה יצחק שמואל פרענקל &ndash; 054-845-6150.אין ענגלאנד: מו"ה שמחה בלאק &ndash; 07388-582-855. &nbsp; פאר סיי וועלכע הערות, אדער אויב איר ווילט האבן דעם זכות ארויסצוהעלפן מיט די הכנות אדער אינעם בנין דורכאויס די וואך פון ראש השנה, ביטע זיך פארבינדן מיט די גבאים. &nbsp; "ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיך זייער פרייען"

    < זעה מער ג אדר תשפ"ו 📝
  • בנין פון אנשי שלומינו אין אומאן ווערט באשטעטיג פון די שטאטראט

    עס קומט אריין גאר גרויסע נייעס פון אומאן. דער בנין וואס אנשי שלומינו באנוצן זיך אין אומאן במשך די ימי ראש השנה, בראשות פון דעם ראש ישיבה שליט"א, האט אין די טעג באקומען א סי-אוו-או. א סי-אוו-או מיינט אן אפיציעלע באשטעטיגונג פון דעם שטאטראט אז דער בילדינג איז סעיף און איז אויסגעהאלטן לויט אלע קאודס און רעגולאציעס. &nbsp; די הנהלה האט אריינגעלייגט גאר גרויסע כוחות אין די לעצטע עטליכע יאר, און אין די לעצטע חדשים בפרט, אז דער בנין זאל קענען באקומען די פולע באשטעטיגונג פון דער שטאט. דמים תרתי משמע. בפרט קומט זיך א גרויסע הכרת הטוב פאר מו"ה העניך אינדיג הי"ו, איינער פון די געטרייע חברי ההנהלה, וועלכער איז אראפגעפארן פערזענליך, בטירחא דגופא, מיט צוויי וואכן צוריק קיין אומאן. אנשי שלומינו קענען זיך אביסל פארשטעלן וואס דאס מיינט. עס איז קיינמאל געווען א גרינגע זאך דאס פארן קיין אומאן, אבער בפרט אין די לעצטע עטליכע יאר, זעט מען ווי דער סמ"ך מ"ם טוט אלע פעולות שבעולם צו שטערן אידישע קינדער פון קומען. צוערשט האט אוקראינע גענצליך פארמאכט אירע גרענעצן פאר אידן אין די קאוויד עפאכע, דערנאך האט אויסגעבראכן א קריג, וואס קיינער פארשטייט נישט אויף וואס מען קריגט זיך. רוסלאנד איז היינט צו טאג די גרעסטע לאנד אין טעריטאריע, און דאס קליינע לענדל אוקראינע וועט איר גארנישט אויסמאכן. אבער די קריג גייט אן מיט'ן פולן קראפט. עס שטארבן טעגליך הונדערטער סאלדאטן פון ביידע זייטן אויף דעם נארישן קריג. אזוי טוט דער סמ"ך מ"ם נאך פארשידענע פעולות צו שטערן דעם הייליגן קיבוץ וואס לייגט זיך ממש נישט אויפן שכל. אבער אנשי שלומינו זענען זיך אבער מוסר נפש צו פאלגן דעם הייליגן רבין און פארן קיין אומאן, מען פארט נישט פאר פאן, עס איז דא אין ניו יארק סאך בעסערע ענטערטעינמענט, מען פאר נאר פאר דעם איינציגן סיבה, מען וויל זיין אן ערליכער איד, מען ווייסט אז נאר מיט'ן צדיק קען מען אנגיין אין לעבן. א צדיק ברענגט אונז צום אויבערשטן, מען פארט צום ציון און מען גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אויבערשטן ביים הייליגן ציון און מען קומט ארויס ריין און פריש. &nbsp; צוליב דעם וואס פארשידענע טעכנישע זאכן האט מען נישט געקענט דורכפירן אויפן טעלעפאן, האט ר' העניך גענומען דעם וואנדער שטעקן אין די סאמע ווינטער חדשים, און האט ווידער מיטגעמאכט די שווערע רייזע, נאכאמאל מיט א באס, מיט א טרעין, ספעציעל כדי ארויסצוהעלפן אנשי שלומינו זאלן כאטשיג דארטן אין אומאן האבן א געשמאקע, בא'טעמ'טע פלאץ, עס זאל זיין אלעס צוגעשטעלט ווי עס דארף צו זיין. &nbsp; יעצט ווען מען שטייט אין די חנוכה טעג און מען רעדט פון אומאן דארף מען דערמאנען דאס וואס דער ראש ישיבה זאגט אז אמת אז דער רבי האט געבעטן מ'זאל זיין ביי אים דריי מאל א יאר, ראש השנה, חנוכה און שבועות. אבער דער גרויסער תלמיד רבי נתן - וואס אן אים וואלט נישט געבליבן א בלעטל שמות פון הייליגן רבי'ן - האט קלאר געשטעלט אז נאר ראש השנה דארף מען קומען קיין אומאן אויך נאך דער פטירה פון רבי'ן. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז חנוכה איז א צייט פון חינוך, א איד דארף זיין אינדערהיים מאכן פרייליך אינדערהיים, צינדן חנוכה לעכט מיט די קינדער. אין די אנדערע דריי צייטן, שבת חנוכה און שבועות, זאל מען זען צו דאווענען א מנין פון אנשי שלומינו, און מיט דעם וועט מען מקיים זיין דאס וואס דער רבי האט געזאגט אז אויב מען זאל קומען צו אים די דריי צייטן וועט מען געראטעוועט ווערן פון עולם התוהו. &nbsp; עולם התוהו מיינט אויך דא אויף דער וועלט. אין די דריי צייטן לערנט אונז דער רבי אויס וויכטיגע זאכן מיר זאלן לעבן א זיסע לעבן דא בשעת מיר לעבן. חנוכה לערנט דער רבי אויס מען זאל זיך באנייען. דער רבי האט געזאגט "אזא חידוש ווי איך בין איז נאך קיינמאל געווען" דאס מיינט - האט מוהרא"ש געזאגט - אזא חידוש אין התחדשות איז נאך קיינמאל געווען. שבועות געבט אונז דער רבי אן עצה וויאזוי מיר זאלן קענען מקבל זיין די תורה, אפילו מיין חברותא איז נישטא, מיין קאפ טוט מיר וויי, איך האב חובות, נעם איך א משניות און איך זאג די ווערטער. און ראש השנה געבט אונז דער רבי דעם לימוד פון אמונה. יעדער איד האט אמונה, אבער דער רבי געבט אונז אזא קלארע אמונה אז מיר הייבן אן צו רעדן צו אים, אזוי ווי א מענטש רעדט צו א חבר, ער שפירט אז דער אויבערשטער איז דא און הערט אים אויס. אז א מענטש לעבט מיט די דריי עצות ווערט ער געראטעוועט פון עולם התוהו.

    < זעה מער כה כסלו תשפ"ו 📝
  • אפלויף סיסטעם ביים בנין היכל הקודש אין אומאן צו ווערן פולקאם איבערגעמאכט

    גרשון קרעמער &nbsp; אומאן. - האלטנדיג צוויי חדשים נאך דעם געהויבענעם יום טוב וואס מיר האבן געהאט ביים הייליגן רבי'ן, ווי מיר האבן זיך אנגעשעפט כוחות אויף די גאנצע יאר, שפירט זיך נאך די שמחה אין די ביינער. מען דאנקט דעם אויבערשטן יעדן טאג וואס מיר האבן געהאט די זכי' צו מקיים זיין דעם ציווי פון הייליגן רבי'ן, און נישט געקוקט אויף קיין שוועריקייטן זענען מיר זיכער אז מיר האבן געפועל'ט א גוט יאר. &nbsp; אין די צייט וואס מיר אלע זיצן רואיג, און די נסיעה אויפן קומענדיגן יאר זעט נאך אויס ווייט אוועק, שלאפן אבער נישט די עסקנים. זיי שפירן פאר א זכי' צו העלפן אז אנשי שלומינו זאלן האבן א געשמאקן און רואיגן יום טוב. &nbsp; דער יום טוב איז דורך הערליך ברוחניות ובגשמיות, די תפלות זענען געווען גאר דערהויבן, און די התעוררות ביים ציון איז געווען אויף א פארנעם וואס מען קען נישט באשרייבן. די בעטן, דאס עסן, די מקוה איז אלעס געווען צוגעשטעלט אויפן שענסטן פארנעם. אבער דא קומט דער אבער - עס איז געווען א גרויסער סוער פראבלעם. במשך דעם צווייטן טאג יום טוב האט מען בלית ברירה אפגעשפארט דעם וואסער סיסטעם, צוליב וואס די אפלויף סיסטעם איז געווען איבערגעפילט און פארשטאפט. טראץ וואס דאס נישט האבן קיין וואסער פאר די איבער זעקס הונדערט געסט איז געווען גאר שטארק אומאנגענעם, די בית הכסא'ס און די סינקס צו וואשן די הענט האבן נישט געארבעט, וואלט עס געווען אסאך ערגער ווען עס פאסירט א סוער בעקאפ. &nbsp; די מענעדזשמענט האט גאר שווער געארבעט עס צו פאררעכטן, אבער האט געזען אז עס איז נישט מעגליך עס צוריק צו שטעלן ווי געהעריג, נאכדעם וואס אזוי-גערופענע "פלאשעבל" ווייפס האבן פארשטאפט און צובראכן דעם טייערן סיסטעם. &nbsp; אין די יעצטיגע טעג האט די הנהלה אויפגענומען א לאקאלן קאנטראקטער איבערצומאכן און פאררעכטן דעם גאנצן סוער סיסטעם, מען זאל עס קענען ווידער נוצן אויפן קומענדיגן יאר בעז"ה. די קאסטן דערפאר ווערן ערווארטעט צו גרייכן אין די צענדליגע טויזנטער דאלארן, אבער עס איז נישטא קיין ברירה, ווייל כדי מען זאל עס קענען נוצן אויף ראש השנה הבעל"ט מוז מען זיך שוין יעצט נעמען צו דער ארבעט. &nbsp; אויף קומענדיגן יאר, זאגן די עסקנים, וועט מען אריינלייגן מער כוחות אז דער ציבור זאל זיין וואכזאם צום מציאות אז נוצן ווייפס צוברעכט דעם סיסטעם און מאכט אן אסאך שאדן פארן ציבור. &nbsp; און כאטש ווי דערמאנט איז יעצט נאך זייער פרי צו קויפן טיקעטס, איז שוין אבער צייט צו בעטן דעם אויבערשטן אויף קומענדיגן יאר מיר זאלן האבן ווייטער די זכיה צו קענען קומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה.

    < זעה מער יט חשון תשפ"ו 📝
  • אנשי שלומינו פאקן זיך איין א גמרא מסכת זבחים אויפן וועג קיין אומאן

    גרשון קרעמער &nbsp; מיר שטיין היינט בלויז צוויי טעג איידער מיר אלע לאזן זיך ארויס אויף די לאנג אויסבענקטע נסיעה צום הייליגן רבי'ן, די רייזע אויף וועלכע מיר האבן תפילות געגאסן, אזויפיל געבענקט, און אט שטייען מיר שוין כמעט דארט מיט'ן אויבערשטנעס הילף. &nbsp; מיר נעמען שוין ארויס די רעצלעך, מען גרייט שוין אן די פאספארטן, די באן טיקעטס. דאס איז אבער נישט אלעס. מען פאקט אויך אריין דארט א מתנה צום רבי'ן. אנשי שלומינו נעמען מיט 2,153 בלאט גמרא וואס מען האט געלערענט יעדן טאג. אין רעגן אין שניי, פורים נאכמטיג, אדער ערב פסח, מען מאכט חתונה, אדער ח"ו ווען עפעס גייט שווער. אין יעדע פלאץ האט אונז די גמרא אזוי הארציג באגלייט. &nbsp; דער בלאט גמרא פאראייניגט אונז אלע, דער פרישער כולל אינגערמאן, און דער פלאמבער מיט די בלויע העמד, דער פרייליכער מוזיקאנט, מיט'ן איבערגעטראכטער אדוואקאט, מיר אלע דארפן די הייליגע תנאים און אמוראים זאלן זיך אננעמען פאר אונז, און ממליץ טוב זיין פאר אונז אין די הייליגע טעג. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט היינט אין א בריוו, און דערמאנט אונז אנצוהאלטן דעם הייליגן לימוד אויך אין די טעג וואס מיר פארן אויף די וועגן: "היינט זענען מיר מסיים מסכת הוריות, און מארגן הייבן מיר אן מסכת זבחים; איך וויל זייער זאלסט אנהייבן מארגן סדר קדשים מסכת זבחים און נעם פון די מפיצים א בית נצחי; אזוי וועסטו קענען מיטהאלטן די דפים ביי די נסיעה קיין אומאן, וועסט נישט ארויספאלן די אלע טעג וואס מיר פארן צום רבין" &nbsp; דער ראש ישיבה דערמאנט אונז אז מיר חסידי ברסלב ווערן נישט אפגעשוואכט פון לימוד התורה ווען עס איז שווער צו לערנען, ווייל "אשרינו אז מיר האבן דעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן אז מען זאל זאגן די ווערטער אפילו בלי הבנה, אפילו אן פארשטיין (שיחת הר"ן סימן ע"ו) דאס קען מען טון אונטערוועגנס אויך" &nbsp; די אלע ווערטער פון די הייליגע תורה דאס איז אונזער אמת'ע פארמעגן, דאס איז אונזער רייכטום, און מיט דעם שטאלצירן מיר. אויב ביסטו פון די וואס קוקן זיך צו פון די זייט, און זענען נאך נישט ארויפגעשפרינגען אויפן באן - יעצט איז דיין צייט. היינט ענדיגט מען מסכת הוריות, און מיט דעם סדר נזיקין, און מארגן הייבט מען אן א פרישע סדר, סדר קדשים. &nbsp; ווארט נישט קיין מינוט, פאק אריין אינעם רענצל און מסכת זבחים און לאמיר ברענגען דעם נייעם מסכת א מתנה פאר'ן רבין אויף דעם ראש השנה.

    < זעה מער כב אלול תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 176 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com