אנ"ש וועלן שטיצן דעם קרן הדפסה היינט נאכט ביים יארצייט פון הייליגן רבי נתן
ט טבת תשפ"א 📝
"רבי נתן איז נסתלק געווארן ערב שבת פרשת ויגש עשרה בטבת שנת תר"ה לפ"ק. אפאר שעה בעפאר רבי נתן איז נפטר געווארן האט ער געזאגט די ווערטער (און דאס איז פאר אונז אזוי ווי א צוואה פון רבי נתן זכרונו לברכה): "נו, אז עזרא הסופר גייט אוועק פון דער וועלט, און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזוי פיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג", און רבי נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'"; (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת, ר' נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר)" - "דער עיקר דארפן מיר פאלגן וואס ר' נתן האט אונז געלאזט צוואה". (עצתו אמונה ויחי תשע"ח)
דערפאר ווערט די טעג פון די יומא דהילולא קדישא פון הייליגן רבי נתן טאקע אויסגענוצט דורך אידן איבער דער גארער וועלט בכלל, און דורך אנשי שלומינו בפרט, זיך צו מחזק זיין צו דרוקן דעם הייליגן רבינס ספרים, און עס ווייטער פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט.
מוהרא"ש האט געזאגט אז "ווען רבי נתן וואלט ווען אפגעלאזט ברסלב, וואלט ער געווען דער גרעסטער רבי אין זיין דור", אבער רבי נתן האט גארנישט געקוקט אויף זיך און אוועקגעגעבן אלעס צו פארשפרייטן פאר די וועלט דער הייליגער רבי און זיינע עצות. טראץ וואס רבי נתן האט זיך צוזאם געליטן פון אלע מיני צרות יסורים מחלוקת ומלשינות וכו' וכו' איז ער אלעס אריבערגאנגען און זיך ווייטער מחזק געווען און מחזק געווען די גאנצע וועלט.
רבי נתן איז געווען דער וואס האט אפגעשריבן אלע פינף ספרים וואס דער הייליגן רבי האט אונז איבערגעלאזט. דער "ליקוטי מוהר"ן" (א קליין חלק האט דער רבי אליינס געשריבן), דער "ספר המידות" (דער רבי האט עס געשריבן, און רבי נתן האט עס געדרוקט), די "סיפורי מעשיות" (דער רבי האט עס פארציילט אויף אידיש און רבי נתן האט עס אפגעשריבן אויף אידיש און לשון הקודש), דער "שיחות הר"ן", און אזוי אויך דער ספר "חיי מוהר"ן".
אויך האט רבי נתן געשריבן פינף הייליגע ספרים געבויעט אויף רבינס ווערטער, דאס זענען די "ליקוטי עצות", "שמות הצדיקים", "קיצור ליקוטי מוהר"ן", "ליקוטי הלכות", און "ליקוטי תפילות".
פאר דעם צוועק האט רבי נתן אליינס געעפנעט א בית הדפוס, און זיך אליינס אפגעגעבן דערמיט און געדרוקט איינמאל און נאכאמל דעם הייליגן רבינס ספרים און דערנאך אליינס דאס מפיץ געווען.
ברוך השם אז דער ראש ישיבה שליט"א האט אויך אזוי געטון, און פאר צען יאר צוריק האט דער דער ראש ישיבה געעפענט דעם "בית הדפוס היכל הקודש" אין בנין פון ישיבה אין וויליאמסבורג (וואס האט זיך - אגב - נארוואס ארויסגעצויגן קיין ליבערטי צוליב מאנגל אין פלאץ - פאלגט נאך אויף ברסלב סענטער פאר מער נייעס איבער דעם בעז"ה), במשך די יארן האט דער בית הדפוס שוין זוכה געווען צו דרוקן מיליאנען קונטרסים, און הונדערטער טויזנטער ספרים, בלי שום גוזמא, וואס זענען דערנאך פארשפרייט געווארן פאר אידן איבער די גאנצע וועלט, און האט שוין זוכה געווען צו אויפרעכט פילצאליגע אידן.
יעצט ביים יארצייט וועלן אנשי שלומינו האבן די געלעגענהייט צו קויפן זכותים אינעם נייעם בנין פון בית הדפוס אין ליבערטי, אבני היסוד - $10,000, אבני זהב - $5,000, אבני כסף - $1,000, און פאר אבני נחושת - $500.
אזוי אויך וועט מען קענען האבן די געלעגענהייט צו נעמען א חלק אינעם בית הדפוס דורכן קויפן א פאלעט פאפיר פאר $1,800, פרנס החודש פאר $2,500, פרנס השבוע פאר $850, און פרנס היום פאר $180, קונטרס $500, אשר בנחל $500.
דער סעודת הילולא וועט בעז"ה פארקומען היינט נאכט אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. מען וועט זיך וואשן בעז"ה אום 8:30. דער ראש ישיבה וועט בעז"ה געבן א שיינע שמועס.
א שיינע בריוו אין איש אמונות: "מאכן א התעוררות מ'זאל מנדב זיין פאר הפצה"
א שיינע בריוו אין איש אמונות: "דער ראש ישיבה רופט צום יארצייט סעודה תשפ"א"
א שיינע בריוו אין עצתו אמונה: "די גרויסקייט פון רבי נתן"
א שיינע בריוו אין עצתו אמונה: "סיפור התקרבות פון רבי נתן (קויפן בייגעלעך)"
א שיינע בריוו אין עצתו אמונה: "קען מען יוצא זיין הפצה מיטן געבן געלט"?
א שיינע בריוו אין עצתו אמונה: "קען מען 'זאגן' ליקוטי הלכות"?
א שיינע בריוו אין עצתו אמונה: "וואו האט דער רבי אדער רבי נתן גערעדט פון הפצה"?
יפוצו מעינותיך חוצה