מען בויעט ווייטער דעם נייעם בנין אין אומאן
יז אב תשע"ז 📝
ווי שוין געמאלדן, האט מען אנגעהויבן בויען א נייעם הערליכן בנין אין אומאן וואס וועט שטייט צו דינסט פאר אנשי שלומינו אין לויף פון די טעג וואס מען וויילט ביים ציון הק' אין אומאן.
די ארבעט רוקט זיך ב"ה פאראויס מיט'ן פולן טעמפא. מען וועט ארויפציען דריי שטאק, אויף די אונטערשטע שטאק וועט זיין די פראכטפולע מקוה, א גרויסער עס זאל, און א גרויסע פארגעשריטענע קאך. אויפ'ן צווייטן שטאק וועט זיין דער גרויסער הערליכער בית המדרש און היכל התורה צו דאווענען און לערנען. און אויפ'ן דריטן שטאק וועט זיין צימערן צו שלאפן.
אנשי שלומינו רופן זיך אן גאר ווארים צום נייעם בנין, יעדער שטרענגט זיך אן ארויסצוהעלפן און זיך משתתף זיין מיט גרעסערע סכומים, אז מען זאל קענען ענדיגן דעם בנין ווי שנעלער אויפ'ן בעסטן פארנעם.
עס ווערט אויך פארקויפט ספעציעלע זכותים וואס מען קען אפקויפן צו האבן א זכות אינעם בנין. די זכות פונעם בור הטבילה פון די מקוה איז שוין אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, און יעצט איז אויך אפגעקויפט געווארן די זכות פונעם עמוד הבעל תפלה דורך הרה"ח מו"ה מרדכי קאפלאן הי"ו, לע"נ זיינע עלטערן; החסיד התמים ר' דובער ב"ר יצחק ע"ה, נפטר ד' טבת תשס"ד. וזוג' חיה אדל בת ר' יצחק הכהן ע"ה, נפטרה כ"ה אלול תשע"ה.
אויסער דעם ווערט אויך פארקויפט דער נאמען פונעם בנין, דער נאמען פון בית המדרש פאר 250,000$, דער זכות פונעם ארון הקודש פאר 18,000$, דער זכות פון די בימה פאר 12,500$, די מקוה פאר 75,000$, דער נאמען פונעם עס זאל פאר 45,000$, דער זכות פון די קאך פאר 45,000$, די אויוונס פאר 4,500$, די פריזשידערס פאר 35,000$. אדער קען מען אנטייל נעמען מיט'ן סכום פון 3,600$ צו האבן די זכות פון עמודי הבית, 1,800$ מקימי הבית, 1,000$ מייסדי הבית.
זכותים ווערן פארקויפט יעדן טאג, אויב ווילט איר נאך אריינכאפן צו האבן א חלק אין דעם מקום קדוש, מעלדט אייך ווי פריער צום ראש ישיבה שליט"א.
>>> זעט ווידיא ווי די ארבעט רוקט זיך
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!