דער ראש ישיבה שליט"א איז שטענדיג מעורר די בחורים, אז ווער עס וויל זיין א תלמוד פון ישיבה מוז גיין נאך געלט. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט שטענדיג פאר די בחורים אז ווען מען העלפט די ישיבה העלפט מען זיך אליינס. די בחורים תלמידי הישיבה גייען טאקע כסדר נאך געלט, און געבן איבער דאס געלט וואס זיי האבן צוזאם גענומען פארן ראש ישיבה שליט"א. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז די קליינע סכומים וואס ווערן צוזאם געשטעלט פון די בחורים איז אים אסאך מער חשוב ווי איינער וואס געט אפילו א גרעסערע סכום פון זיין מעשר געלט.
פארגאנגענע וואך שב"ק פרשת בהר בחוקותי איז דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעפארן מיט די בחורים צו א שיינע פלאץ אין טשעסטער, ווי מען האט געפראוועט מיט די בחורים א שיינע שבת.
די בחורים האבן געדאווענט און געגעסן אלע סעודות שבת קודש אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א. אזוי אויך האבן די בחורים מיטגעהאלטן די תפלות מיטן ראש ישיבה שליט"א וואס האט געדאווענט אלע תפלות פארן עמוד.
ביי די סעודות האבן זיך אנטוויקעלט זייער שיינע און געשמאקע שמועסן מיטן ראש ישיבה שליט"א. שבת ביינאכט ביי די סעודה האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט פון דעם אז א מענטש באקומט אמאל א גרויסע סכום געלט זאל ער עס געבן פאר א גוטע פלאץ, אזוי וועט מען נישט חרטה האבן שפעטער. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט דאס געלט וועט סייווי מוזן אויסגיין ערגעץ, בעסער געב עס פאר צדקה וואס העלפט אידן צוריק קומען צום אייבערשטן ווי איידער עס געבן דערנאך פאר א דאקטער אדער א לאיער.
שב"ק אינדערפרי פארן דאווענען ביים שיעור פון פעולות הצדיק האט דער ראש ישיבה שליט"א געשמועסט מיט די תלמידים ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן נישט צו האבן צו טון מיט לצים, מיט מענטשן וואס מאכן אוועק ערליכע אידן. אויב מ'טענה'ט זיך מיט לצים וועט מען זיי סייווי נישט קענען איבערמאכן, נאר דו וועסט חס ושלום ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי.
אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א געשמועסט אז עס איז וויכטיג צו וויסן אז נישט יעדער וואס דרייט זיך אין היכל הקודש איז שוין א תלמיד היכל הקודש. א תלמיד איז איינער וואס פאלגט, אפילו ער דרייט זיך נישט דא.
איינע פון די בחורים האבן געפרעגט דעם ראש ישיבה שליט"א איבער די השכלה וואס איז ליידער פארגעקומען פאר די וועלט מלחמה וואס האט אוועקגעריסן גרויסע שטיקער ר"ל פון כלל ישראל, וויאזוי האט עס אויסגעזען, האט דער ראש ישיבה שליט"א אים געזאגט "אזוי ווי היינט", ליידער איז מען היינט ביי אזא מצב ווי דעמאלטס, אז עס זענען דא צווישן ערליכע אידן אפילו מיט פולן פרומען חסידישן לבוש, וואס האבן ר"ל נישט קיין אמונה. האט דער בחור געפרעגט, "ווי אזוי האט מען זיך געהאלט ערליך דעמאלטס"? האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט "די וואס האבן געהאט א צדיק האבן געהאט די כחות זיך צו האלטן ערליך".
ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם שטיקל אין ספה"ק נועם אלימלך "וכי תאמרו מה נאכל, וצויתי את ברכתי", ווי דער הייליגער ר"ר אלימלך ברענגט פון זיין הייליגן ברודער ר"ר זושא, אז מ'האט קשיות אויפן אייבערשטן שטעלט זיך אפ די שפע פון באשעפער. דערפאר דארפן מיר זיך שטארק ןאון נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן, אזוי וועט מען האבן א גוטע לעבן.
מוצש"ק איז געווען א הערליכע מלוה מלכה, עס האט זיך באטייליגט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א דער גבאי פון בית המדרש היכל הקודש עצי תמרים, וואס האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון הפצה, זוכן ווי מען קען געבן פאר נאך א איד די געשמאקע לעבן וואס דו האסט.
די בחורים זענען שוין טאקע אהיים, אבער דער געשמאקער שבת מיטן ראש ישיבה שליט"א וועט נאך לאנג פארבלייבן אין זכרון ביי אלע באטייליגטע.
 
📰 שיינער סיום אין הלכות שבת ביים ראש ישיבה שליט"א אין שטוב
📰 בחורי הישיבה גייען ארויס פון שובבי"ם מיט פולע קעשענעס
📰 בלומינג גראוו אונטערן רושם פון הערליכע שבת מיטן ראש ישיבה שליט"א
📸 שבת התוועדות מיט א צאל תלמידי ישיבה - שבת בהר בחוקותי תשפ"א
📸 שבת התוועדות - בא תשפ"א
📸 שבת התוועדות תש"ע לעיק האוז האטעל
📸 שבת התוועדות תשע"ב ראלי האטעל
💬 ווי אזוי געב איך מיין מעשר געלט פאר הפצה?
📸 מוהרא"ש ז"ל ביים געבן צדקה פארן קרן הדפסה אין וויליאמסבורג מיט א געוואלדיגע שמחה