בית שמש - דער בית הדפוס היכל הקודש אין שטאט בית שמש טוט אין די טעג אפצייכענען "מיליאן פאפירן" וואס מען האט שוין געדורקט אינעם דרוקעריי, נאכדעם וואס פון דעם בית הדפוס גייט ארויס יעדע וואך טויזנטער גליונות היכל הקודש, הונדערטער ספרי "עצתו אמונה", צענדליגע פון די אנדערע ספרים און גליונות ווי "אשר היה אל יואל", "שיחות הראש ישיבה", גליון "סיפורי מעשיות" און נאך, אזוי אויך דרוקט מען צענדליגע "קרית ברסלב בלעטל", און לעצטענס האט מען אויך צוגעלייגט דער נייער גליון "שיעורי חינוך" וואס ווערט אויסגעכאפט דורך מלמדים, מחנכים, און כלל עמך בית ישראל וואס ווילן א וועג אין מחנך זיין די קינדער, אזוי ווייטער אלע פולע גליונות וואס קומט ארויס פון היכל הקודש תלמידי הראש ישיבה שליט’’א.
 
יעדן דאנערשטאג קומען די פולע צענדליגע מפיצים צום בית הדפוס און נעמען נעמען אפ זייער פעקל וואס די געטרייע גבאים האבן אנגעגרייט פאר יעדעם לויט זיין געברויך, און זיי גייען ארום און זענען דאס מפיץ זיין אין אלע בתי מדרשים אין בית שמש.מ’באקומט צוריק ווארימע גריסן פון אסאך טייערע אידן יעדע וואך וואס זענען זאך פשוט מחי’ דאס הארץ מיט די פשוטע טייערע און זיסע לימודים וואס דער ראש ישיבה לערנט אונז.
 
יעצט איז די בית הדפוס אנגעקומען צום אומגלויבליכן נומער פון א מיליאן(!) פאפירן וואס מ’האט געדרוקט אין ווייניגער פון צוויי יאר זינט דער בית הדפוס האט זיך געעפענט, וואס מיינט אן עוורידזש פון איבער 40 טויזנט בלעטער א חודש.
 
פאריאר האט דער ראש ישיבה שליט’’א באזוכט אין דעם בית הדפוס און האט דארט ארום גערעדט איבער די גרויסקייט און פון די געוואלדיגע זכי’ צו גיין מפיץ זיין די עצות פונעם הייליגן רבי’ן, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה ארויס געברענגט זיין דאנקבארקייט וואס ער האט פארן מנהל בית הדפוס מו”ה יצחק ראטה הי’’ו וואס האט אריינגעברענגט אין זיין דיינינג רום א פרינטינג מאשין צו דרוקן די גליונות. אזוי אויך האט מען געוויזן פארן דער ראש ישיבה די ליסטע פון אלע מפיצים און וויפיל גליונות זיי זענען מפיץ וואך נאך וואך, פון וואס דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט.
 
אנשי שלומינו אין בית שמש זענען זייער דאנקבאר פארן גבאי פונעם בית הדפוס וואס געט זיך אוועק יעדע וואך שעות אויף שעות צו דרוקן און אנגרייטן אלע גליונות פאר יעדן מפיץ זיין פעקל לויט וואס יעדער ער באשטעלט, אזוי אויך געבט ער אוועק זיין שבת שטוב פאר אלע תפילות שבת יעדע וואך שבת און יעדע יום טוב און בכלל צו יעדע צייט וואס מ’דארף, דער אייבערשטער זאל אים באצאלן מיט אלעס גוטס אין זכות פון העלפן דעם הייליגן רבי’ן מיט אזא געטריישאפט.
 
דער בודזשעט פונעם בית הדפוס איז זייער הויך, מען דארף כסדר שאפן גרויסע סכומים פון טויזנטער שקלים צו קענען קויפן פאפיר, און צוליב די שטארקע אינפלאציע איז די פרייז פון קויפן צוויי פעלעטס פאפיר (קליינע פאפיר פאר עצתו אמונה און גרעסער פאפיר פאר די גליונות) איבער 12 טויזנט שקלים, (בערך 3,200 אמעריקאנער דאלאר) אנשי שלומינו איבער די וועלט קענען יעצט האבן די זכי’ ארויס צו העלפן דעם בית הדפוס אנגיין. זייט מנדב דורך נדרים פלאס / היכל הקודש בית שמש אדער קענט איר רופן דעם מנהל בית הדפוס אויף 504199751 972+.
Test