היינט נאכט מאנטאג ויחי, קומט פאר בעז"ה די בר מצוה פון הב' שמעון נ"י דער זון פון ראש ישיבה שליט"א, עס וועט פארקומען אין ביהמ"ד פון גרויסן זיידן דער קארלסבורגער רב שליט"א, אויף 1556 53סטע גאס אין בארא פארק.
דער ראש ישיבה לאדענט איין אנשי שלומינו זאלן זיך קומען מיטפרייען ביים שמחה, ווי דער ראש ישיבה שרייבט אינעם היינטן מכתב יומי: "איך מאך היינט בר מצוה מיין זון הבחור שמעון נרו יאיר; איך וויל דיר פערזענליך לאדענען. די בר מצוה וועט פארקומען אין בארא פארק ביי מיין זיידע אין בית המדרש, הגאון הצדיק רבי יחזקאל ראטה שליט"א אבד"ק קארלסבורג; איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען אנטייל נעמען אין די שמחה." 
בריוו פון ראש ישיבה
 
ומשפע מצות תפילין יתמשך עלי להיות לי חיים ארוכים ושפע קודש