מכתב יומי

יב טבת תשפ"א

December 27 2020

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן. וואס וואלטן מיר געטון אן דעם רבי'ן? ווי אזוי וואלטן מיר אויסגעזען אן דעם רבי'ן? די גרעסטע נס וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז אז מיר ווייסן פון רבי'ן.


פארוואס אונז? פארוואס מיר? רבי נתן האט זיך אמאל אפגעשטעלט פאר ער איז אריין אין רבינ'ס שטוב און געזאגט: "וַאֲנִי - איך ווייס דאך ווער איך בין און אז איך האב נישט קיין זכות אז איך זאל זיין מקורב צום הייליגן רבי'ן; נאר וואס דען, בְּרֹב חַסְדְּךָ - מיט דיין גרויס חסד האסטו מיר געהאלפן אז אָבוֹא בֵיתֶךָ אֶשְׁתַּחֲוֶה אֶל הֵיכַל קָדְשְׁךָ".


מיר האבן אנגעהויבן נאכאמאל א סדר אין נ"ך; איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט אנהייבן נ"ך. דער רבי האט געזאגט: "נ"ך איז מיין מוסר ספר"; ווייל ווען מען לערנט נ"ך זעט מען וואס פאסירט ווען מען גייט אוועק פון די תורה. יעדעס מאל וואס די אידן האבן זיך געפירט בדרך התורה האבן זיי מצליח געווען, קיינער פון די פעלקער האבן נישט געטשעפעט און מען האט באזיגט אלע מלחמות, אבער ווען מען איז אוועק געגאנגען פון די תורה איז מען גלייך אונטערטעניגט געווארן אונטער די פעלקער און מען האט פארלוירן די מלחמות וכו' וכו', ביז מען האט תשובה געטון.


אזוי אויך זעט מען ווען מען לערנט נ"ך אז ווען די אידן האבן געהאט א צדיק זענען זיי געווען ערליך און ווען דער צדיק איז נפטר געווארן זענען זיי צוריק געפאלן, ביז זיי האבן באקומען נאך א צדיק וואס זאל זיי ווייזן די וועג צום אייבערשטן.


אויך לערנט מען זיך ארויס פון נ"ך, אז ווען עס איז געווען שלעכט פאר די אידן, א רשע איז געקומען און געוואלט שלעכטס טון, האבן זיי געשריגן צום אייבערשטער און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן; נאכדעם האבן זיי ווייטער פארגעסן פונעם אייבערשטער האט זיי דער אייבערשטער נאכאמאל געשיקט א רשע זאל קומען מלחמה האלטן מיט זיי און ווען זיי האבן ווידער איינגעזען אז זיי קענען זיך נישט קיין עצה געבן - האבן זיי נאכאמאל תשובה געטון; פון דעם קען זיך יעדער מענטש לערנען וואס ער האט צו טון ווען ער האט חס ושלום א צרה.


עס איז באוויסט דעם גאנצן סיפור ווי אזוי דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה איז נסתלק געווארן, עס איז געווען אין אן ערב שבת, עשרה בטבת. אפאר שעה פאר זיין הסתלקות האט ער געבעטן רבי נחמן - רבי עוזר'ס א זון - ער זאל אים ברענגען 'כל טוב' און רבי נחמן האט נישט פארשטאנען וואס רבי נתן מיינט, וואס איז דאס 'כל טוב'? האט אים רבי נתן געזאגט ער זאל אים ברענגן א נ"ך - דאס איז געווען ביי רבי נתן 'כל טוב'.


דער הייליגער רבי נתן האט דאס גערופן 'כל טוב', ווייל אז מען מאכט זיך א שיעור און נ"ך - יעדן טאג א קאפיטל אדער צוויי - האט מען אלעס גוטס; מען זעט וואס מען האט צו טון ווען מען האט א צרה, אז עס איז דא איין אדרעסס וואו זיך צו ווענדן: נאר צום אייבערשטן.


בחסדי השם יתברך מאך איך מארגן בר מצוה מיין זון, הבחור שמעון הי"ו; איך וויל דיר לאדענען צום בר מצוה, איך וועל זיך זייער פרייען דיר צו זען. די בר מצוה וועט פארקומען ביי מיין זיידע אין קארלסבורגער בית המדרש אין בארא פארק אום זיבן אזייגער, איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען אנטייל נעמען; אם ירצה ה' ביי דיינע שמחות וועל איך קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - א' פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, גיי אהיים; פארברענג מיט דיין משפחה וואס זיי זענען דיינע אמת'ע פריינט. מוהרא"ש האט געהאלטן אין איין חזר'ן מיט אונז אלע יארן: "א מענטש האט נישט קיינעם אויף די וועלט, אויב האט ער יא איינעם - איז דאס די ווייב"; וואס איז מיט דיר? וואו ביסטו ביינאכט? וואו דרייסטו זיך? דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן האסט חתונה געהאט - דארפסטו זיין אין שטוב, מען קען זיך נישט דרייען אין גאס.


לאז דיך אפ פון די כלומר'ישע חברים; דיינע חברים דארפן דיר נאר ווילאנג זיי קענען האבן א טובת הנאה וכו', די רגע וואס זיי וועלן נישט האבן פון דיר קיין ניצן - וועט מען דיר ווארפן אויפ'ן בוידעם, קיינער וועט נישט קוקן אויף דיר. פארוואס זאלסטו אוועק געבן דיינע טעג און נעכט פאר זיי? ענדערש גיי אהיים; פארברענג מיט דיין ווייב און קינדער, העלף דיין ווייב לייגן שלאפן די קינדער וכו', ליין קריאת שמע מיט דיינע קינדער, לערן זיי אויס אנצוגרייטן נעגל וואסער וכו' - דאס וועט בלייבן מיט דיר.


ברענג נישט אהיים דיין חבר ביי דיר אין שטוב; ביי דיר אין שטוב נעם קיינעם נישט אריין, האלט דיין שטוב ריין. דיין חבר מיין איך צו זאגן דיין טעלעפאן, דיין נייער חבר, דיין זיסער חבר מיט וועם דו ביסט בקשר פיר און צוואנציג שעה - בייטאג און ביינאכט, אין שטוב נעם אים נישט אריין; זאג אים דו וועסט מארגן קוקן אויף אים, דו וועסט זיך מארגן שפילן מיט אים, 'יעצט דארף איך גיין צו מיין ווייב און קינדער'.


פאלג מיר, נעם נישט אריין אין שטוב דיין טעלעפאן; אז מען פאלגט וועט מען נאכדעם זען וואס וועט זיין, אבער אז מען פאלגט נישט וועט זיין זייער ביטער.


דו ווייסט וואס איך גיי יעצט אריבער, מען וויל נאכאמאל ארויסקומען קעגן מיר, מען גייט צאמנעמען חתימות וכו', דו ווייסט דאס אינטערעסירט מיר ווי די פאריעריגע שניי, אבער אז דו זאלסט האבן א גוט לעבן - דאס אינטערעסירט מיר יא; עס טוט מיר וויי אז דו ביסט אן אויבער חכם, דו נעמסט יא דיין טעלעפאן אין שטוב; הלואי וועסטו אננעמען מיינע ווערטער וואס איך שרייב דיר, הלואי וועסטו פאלגן, דו וועסט נישט אריין נעמען דיין חבר - דיין טעלעפאן אין שטוב.


איך מאך מארגן בר מצוה מיין זון הבחור שמעון נרו יאיר, די בר מצוה וועט זיין אין בארא פארק, איך וויל האבן די זכי' אז מיין גרויסער זיידע דער קארלסבורגער רב זאל זיך באטייליגן ביי מיין שמחה; איך וויל דיר לאדענען פערזענליך זאלסט קומען אנטייל נעמען אין די שמחה, איך וועל אם ירצה ה' קומען צו דיינע שמחות.


די בר מצוה איז נישט פאר פרויען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.