ברוך דיין האמת: הבחור החשוב שמעון ענדצווייג ע"ה
ד ניסן תשע"ט 📝
מיט גרויס צער און ווייטאג ווערט אויפגענומען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הבחור החשוב שמעון ענדצווייג ע"ה בן ר' פנחס הי"ו, מחשובי תלמידי ישיבתינו הק', אין יונגן עלטער פון 18 יאר.
שמעון איז געווען א לעבעדיג קינד ביז די אכט יאר ווען ער איז דיאגניזירט געווארן מיט זעלטענע מחלה, ענליך צו די ביטערע מחלה ALS, וואס פאראורזאכט רח"ל אז די קערפער זאל צוביסלעך צעגיין. מיט יעדע יאר שפעטער, איז געווארן שווערער און שווערער פאר שמעי'ן צו גיין אויף די פיס.
במשך פונ'ם זומער שנת תשע"ה, ווען די ישיבה איז שוין געווען ברייט באקאנט אין די וועלט מיט די געוואלדיגע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, איז דער טאטע ר' פנחס ארויפגעקומען אין ישיבה איבערשמועסן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א דער מצב פון זיין זון, און דער ראש ישיבה האט געזען אין דעם א געוואלדיגע תועלת סיי פאר שמעי אז ער וועט קענען דא שטייגן און אויסניצן די צייט אומגעשטערט, און סיי פאר די אנדערע בחורים אז זיי זאלן זען פאר זיך א ביישפיל פון א בחור וואס לעבט מיט אזעלכע שוועריקייטן און נוצט אויס די צייט ווי עס דארף צו זיין.
ראש חודש חשוון האבן די בחורים אנטפאנגען שמעי אין ישיבה, און פון דאן איז ער געווארן א פערמענאנטע חלק פון די ישיבה.
שמעי האט זיך באלד צוגעכאפט צו די שיעורים פונעם ראש ישיבה, סיי צום סדר דרך הלימוד ווי ער איז געזעסן פון צופרי ביז ביינאכט אין זיין רעדער שטול מיט א הויפן ספרים נעבן זיך, און האט נישט אויפגעהערט גורס צו זיין די הייליגע תורה, טויזנטער בלעטער גמרא מיט טויזנטער פרקים משניות, מיט נאך פילע שיעורים בכל חלקי התורה, מיט א געשמאק און א חיות. ביי די שיעורים פלעגט דער ראש ישיבה כסדר באטאנען די געוואלדיגע התמדה פון שמעי, און ווי מ'דארף זיך לערנען פון אים.
אין ווייניגער פון א יאר זינט ער איז אנגעקומען אין ישיבה האט שמעי זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ ש"ס. און אין יענע צייטן פלעגט ער אויך ענדיגן יעדע וואך גאנץ ששה סדרי משנה. און מיט אומגעפער א יאר צוריק האט ער געמאכט זיין צווייטע סיום הש"ס.
מיט די צייט האט ער זיך געמאכט נאך שיעורים אין כל התורה כולה, און ער האט אנגעיאגט צו לערנען א געוואלד אין די קארגע דריי יאר וואס ער האט פארברענגט דא אין ישיבה.
ווי אויך האט ער זיך שטארק צוגעכאפט צו די געוואלדיגע מתנה וואס דער רבי האט אונז געגעבן פון רעדן צום אייבערשטן, דאס האט זיך ספעציעל אנגעזען ביי יעדע תפלה, ווען ער האט געמאכט יעדעס מאל אן עמטליכע סטאנציע ביי ברכת רפאינו, און מיט גרויסע בכיות זיך געבעטן אויף זיין מאמע לשון אז דער אייבערשטער זאל אים העלפן ארויסגיין פון זיין שווערע מצב.
ועל כולם האט ער מיט זיין ריין הארץ אויפגענומען דיע שיעורים פונ'ם ראש ישיבה וואס רעדט אלעמאל אז א מענטש זאל נישט האבן קיין טענות קעגן דעם אייבערשטן, מ'זאל אננעמען באהבה אלעס וואס דער אייבערשטער שיקט פאר'ן מענטש, און טראץ זיינע שווערע יסורים איז געווען ממש א זעלטענהייט צו זען ווי ער האט קיינמאל נישט אראפגענומען די שמייכל פון זיין פנים.
אלע וואס האט געארבעט מיט שמעי, די דאקטורים און אנדערע געהילפן, האבן כסדר באוואונדערט זיין שטענדיגע שמייכל. וויסענדיג זיין גאר שווערע געזונט צושטאנד, די ביטערע שווערע יסורים מיט וואס ער ראנגלט זיך טאג טעגליך, האבן זיי נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי אזא מענטש קען זיך האלטן פרייליך און גוטמוטיג צו יעדע צייט, און נאך מחזק זיין און פרייליך מאכן יעדן ארום זיך.
מיט געציילטע טעג צוריק איז שמעי אריין אין שפיטאל אין אן עמערדשענסי צושטאנד, און ליידער האט ער היינט מאנטאג טהרה אויסגעהויכט זיין הייליגע און אויסגעלייטערטע נשמה.
די לויה וועט פארקומען היינט אוונט אום זיבן אזייגער, ביים בית המדרש קהל מאור התפלה אין בארא פארק, אויף 5910 20 עוו.
זאל דער אייבערשטער העלפן מיר זאלן מער נישט הערן קיין ביטערע בשורות, ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
שמעון ע"ה'ס צווייטע סיום הש"ס א יאר צוריק
שמעון ווערט אויפגענומען מיט פרייד נאכן אהיים קומען פון שפיטאל
די הספד פונעם ראש ישיבה ביים לוי'