ברסלב סענטער געשעפט קומט בקרוב ארויס מיט א נייע טעלעפאן עפּפּ
יג סיון תשפ"ב 📝
א גאר סוסקסעפולע יאר איז דורך אינעם ברסלב סענטער געשעפט, ווען כסדר קומען אריין פילע ארדערס פון איבער די גאנצע וועלט וואס באשטעלן ספרים, קונטרסים און נאך פילע פראדוקטן. וואס הצד השווה שבהן אז אלעס איז מגלה און מפרסם דעם אייבערשטן, אויף אלע מיני אופנים. און מיטן אייבערשטענ'ס הילף שיקט מען ארויס די אלע ארדערס סיי לאקאל און סיי אינטערנאציאנאל.
היינט, מיט די טעכנאלאגישע פארשריט, האבן פילע אידן אין זייער ביזנעס א סמארט פאון, וואס דאס איז ביי זיי די גרינגסטע און פראקטישסטער וועג וויאזוי מען קויפט זיך איין אלע פראדוקטן. אזוי ווי עס גייט היינט, האבן אלע ערנסטע וועבסייט אן "עפפ". דערפאר האט זיך געהערט פילע פארלאנגען, אז מען זאל נעמען דעם וועבסייט א שטאפל ווייטער, און דערפאר האט זיך די שטאב פון ברסלב סענטער גענומען צו די ארבעט פון אהערן שטעלן א גוטע און פראקטישע "עפּפּ" פארן ברסלב סענטער געשעפט.
מען האט ברוך השם באוויזן צו רעקרוטירן גאר געלונגענע וועב דייזיינערס פון איבער די וועלט, און מען האט מיט זיי אינאיינעם שווער געארבעט אהערצושטעלן בעזרת השם א שיינע און געשמאקע עפפ, וואס זאל זיין שיין צום אויג און גרינג צום נוצן.
אויך וועט מען זיך קענען דערויף איינשרייבן צו באקומען דערפון א "נאטיפיקאציע" יעדעס מאל א פרישע קונטרס אדער סיי וועלכע נייע פראקדוקט קומט ארויס לאור עולם, אזוי אז מען זאל נישט ארויספאלן און האבן די געלעגענהייט עס איינצוהאנלדען פאר זיך און די משפחה ווילאנג עס איז נאך דא.
און ברוך השם, אז נאך א לאנגע צייט, איז דער עפפ שוין כמעט פארטיג. פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען, דא אויפן וועבסייט
📰 ברסלב סענטער געשעפט עפענט אירע טויערן
📚 מעשה'לע פאר קינדער #1