דעם זונטאג איז פארגעקומען א גרויסע חלוקה אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי פון גאר אסאך שפייז פראדוקטן פון וואס פילע איינוואוינער אינעם שטעטל האבן נהנה געווען, צווישן די אייטעמס זענען געווען, פלייש, אייער, מזונות, פרוכט, גרינצייג, ברויט, מעל, סיריעל, דזשוס, מיליכיגס, נאש און נאך פילע זאכן.
 
די גרויסע חלוקה איז צושטאנד געקומען בס"ד מיט די הילף פון די בארימטע "רבי ישעי'לעס קאך" פון וויליאמסבורג וואס ווערט געפירט דורכן איש החסד הרה"ח ר' שמעון פאזען הי"ו און אזוי אויך מיט די הילף פון הרה"ח ר' חיים יודא שווארץ הי"ו וואס קומען כסדר צו הילף פארן בית התבשיל אין שטעטל און געבן זיך אוועק בלב ונפש מיט אלעם וואס מעגליך צו פארשאפן זאכן צו קענען טיילן ביי די חלוקות אין קרית ברסלב.
 
דער בית התבשיל'ס מיסיע איז צו פארזיכערן בסייעתא דשמיא, אז אלע אין שטעטל, נישט קיין חילוק זייער פינאנציעלער צושטאנד זאלן קענען צושטעלן פאר זייערע משפחות עסן צו דער זעט. פאר דעם צוועק, ארבעט מען אינאיינעם מיט די אויבנדערמאנדטע עסקנים פון וויליאמסבורג, און מען געבט אוועק שעות און מען הארעוועט אריין צו פארשאפן די פארשידנע מאכלים וואס מען קען נוצן אין א אידישע שטוב און מען לאדענט עס אן אויף טראקס און קארס, און מען דרייווט עס ארויס צו שטעטל ווי מען טיילט עס אויס בחנם פאר כל דכפין, צו אלעמענס צופרידנהייט.
 
עקסטער פון דעם גייט אן וועכענטליך דער פראיעקט פונעם בית התבשיל פון "צאלן גראסערי ארדערס" פאר נויטבאדערפטיגע משפחות פון אנשי שלומינו. דער ראש ישיבה שליט"א טיילט אויס דאס געלט אין די אקאונטס פון משפחות וואס דארפן דאס האבן, און דאס ציעט אריין אין הוצאות פון איבער צוויי טויזענט דאלער יעדע וואך. דאס געלט קומט נישט פון קיין גרויסע עשירים און נדבנים, נאר ווערט אויפגעטריבן פון קליינע נדבות פון אנשי שלומינו וואס רופן זיך כסדר אן ווארעם צו די אפיעלס פונעם איבערגעגעבענעם מנהל מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, און אזוי ווערט שטילערהייט צוגעשטעלט אלע גראסערי געברויכן פון צענדליגע משפחות וועכענטליך בדרך כבוד.
 
צו האבן די זכיה אנטייל צו נעמען אין די הייליגע ארבעט פונעם בית התבשיל, און העלפן אידן לייגן ברויט און מילך אויפן טיש, קען מען זיך אלץ ווענדן צו מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, אויף 845-637-5667, אדער קען מען געבן אויף בית התבשיל אנליין פלאטפארמע פיר און צוואנציג שעה אין טאג.
 
מיר ענדיגן דעם באריכט מיט די ווערטער וואס דער ראש ישיבה שרייבט איבערן בית התבשיל: "אנא עפענט ענקערע הערצער אים צו העלפן קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די מצווה. ובזכות די מצווה זאלט איר האבן שפע ברכה והצלחה."
 

לשובע ולא לרזון, לברכה ולא לקללה
 
💳 לינק צו מנדב זיין אנליין פארן בית התבשיל

 
📸 בילדער

📰 א בקשה פון ראש ישיבה שליט"א ביים ציון אין קערעסטיר