גרויסע צוגרייטונגען צום היסטארישן מעמד הכתרה פונעם דיין שליט"א
יח אב תשפ"א 📝
קרעדיט: מו"ה אלי קנאלל הי"ו
מיט גרויס עקסטאז גרייטן זיך אנשי שלומינו צום געהויבענעם מעמד הכתרה, וואס וועט פארקומען בעזרת השם יתברך אום זונטאג פרשת תצא, ז' אלול הבעל"ט, און וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר אינעם גרויסן אוידיטאריום פונעם בנין המוסדות אין ליבערטי, ווי מען וועט אפגעבן דעם פאסיגן כבוד התורה, ווען דער ראש ישיבה שליט"א וועט ממנה זיין דעם גרויסן תלמוד חכם וואס יראתו קודמת לחכמתו הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א אלץ דיין ומורה צדק בקהילת היכל הקודש ברסלב ליבערטי, און וועט בעז"ה שטיין צום דינסט פונעם ציבור צו פסק'נען שאלות.
די עסקנים זענען די וואך געזיצן ביי מיטינגען אויסצוארבעטן די טעכנישע דעטאלן וואס פעלט זיך אויס פארן גרויסן מעמד. אין דעם איז אריינגערעכענט די שירה וזמרה, א סעודה רחבה פאר אלע משתתפים, און די באצירונגען און אויסשטעל פונעם זאל לכבודה של תורה.
עקסטער זיצן די עסקנים מיט די פאליציי און שטאטישע באהערדע, ווי מען רעדט מיט זיי איבער די טרעפיק און פארקינג, אז אלעס זאל זיין צו די צופרידנקייט פון די שטאט און פונעם ציבור, מען ארבעט אויס מיט זיי עטליכע פארקינג ערטער אינעם געגענט וואס זאל זיין שטיין צום דינסט פון די משתתפים. מיט דעם אלעם ווערט ערווארטעט אז דער ציבור וועט זיין אסאך מער פון וויפיל פארקינג מען קען צושטעלן אינעם געגענט, דערפאר ווערט געפלאנט מען זאל צושטעלן שאטל באסעס פון שטעטל אהין און צוריק עקסטער פאר מענער און פרויען, וואס וועט טראגן דעם ציבור, אזוי אז מען וועט קענען פארקן אין שטעטל און פון דארט נעמען דעם שאטל וואס וועט צוטראגן בעז"ה צום טיר פון זאל.
מיט אייבערשטנ'ס הילף ווערט ערווארטעט א הערליכער מעמד, מיט די פערזענליכע באטייליגונג פון פילע גרויסע רבנים, ביי וועם דער דיין שליט"א האט גענומען שימוש.
דער ראש ישיבה שליט"א טוט איינלאדענען אלע אנשי שלומינו מיט די משפחות צום דער היסטארישער מעמד הכתרה וועט וועט לאנג געדענקט ווערן ביי אלע באטייליגטע.
על ידי דיינים כשרים, התורה חביבה בעולם (ספר המידות, ערך דיין, אות ה)
📅 איך וויל דיך לאדענען, דיר און דיין בני בית