מכתב יומי
יב אב תשפ"א
July 21 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף מאכן מיר א 'מעמד הכתרה' אויפצונעמען אונזער ראש הכולל הרב הגאון רבי יונה שליט"א זאל משמש זיין פאר דיין און מורה צדק ביי אונז אין די קהלה אין קרית ברסלב ליבערטי.
דער מעמד וועט פארקומען זונטאג פרשת כי תצא, אינעם בנין התלמוד תורה אין ליבערטי.
איך וויל דיר לאדענען, דיר און דיין בני בית מיט די גאנצע קהלה, זאלן זיך באטייליגן ביי די הכתרה.
איך וועל דיר נאך שרייבן מער פרטים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים