יעצט פרייטאג מיטאג ווען די דאזיגע שורות ווערן געשריבן האלטן די סכום נדבנים אין די געגענט פון 4,000. כדי צו געבן די געלעגענהייט פאר די פילע אידן וואס ווילן זיך נאך משתתף זיין האט מען פארלענגערט דעם קאמפיין אויף ביז קומענדיגן זונטאג שלח אווענט.
א שטארקע ווארימקייט האט זיך אנגעזען ביים ציבור ווען מ'האט זיי געבעטן זיך צו משתתף זיין, אין בארא פארק איז אראפ געשטעלט געווארן א גרויסער קאמפיין צענטער נעבן ביהמ"ד שומר שבת, ווי אידן האבן זיך צוגעהערט צו די דרשות פון ראש ישיבה שליט"א וואס איז געווארן אויפגעשפילט דארט אויפן פלאץ, און דערביי האט מען זיך משתתף געווען יעדער איינער לפי יכלתו.
מורי ורבותי, לאזט נישט ארויס דעם געוואלדיגן געלעגענהייט, כאפט אריין זיך צו משתתף זיין פאר די הייליגע מוסודת, און פארגרינגערט מיט דעם די לאסט פון ראש ישיבה שליט"א, ער זאל זיך קענען אפגעבן מיט די הייליגע פעולות פון אונז אלע ברענגען צום אייבערשטן, און אונז געבן עצות און הדרכה פאר אונזער לעבן, אן דעם וואס ער זאל זיך דארפן זארגן איבער געלט. דער זכות וועט אייך אוודאי ביישטיין צו באקומען ישועות פון הימל וואס איר דארפט.
 
דרוקט דא צו מנדב זיין: https://www.charidy.com/breslev
ליסטע פון אלע טיעמס צו געבן לכבודם (די ליסטע איז אונטן)
 
דער קאמפיין אין שומר שבת (2 ווידיאס) (בילדער)
 
דער קאמפיין אין ארץ ישראל