קרעדיט: הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א
מיט גרויס געהויבנקייט גרייטן זיך אנשי שלומינו צו צום געהויבענעם יום טוב סוכות הבעל"ט, וואס ווערט געפראוועט מיט גרויס שמחה און התרוממות. אלע שולן פון היכל הקודש פון אלע שטעט וועלן בעז"ה זיין אפן ביי אלע תפילות.
היינט זונטאג נאכט וועט דער ראש ישיבה שליט"א געבן א ספעציעלע שיעור פאר די אברכים ובעלי בתים "הכנה צום הייליגן יום טוב סוכות", וויאזוי מען זאל אויסנוצן דעם הייליגן יום טוב ווי עס דארף צו זיין אז מען זאל קענען מיטנעמען מיט זיך דעם יום טוב אויף א גאנץ יאר. דער שיעור וועט קענען ווערן מיטגעהאלטן אין אלע שטעט ווי עס זענען דא שולן פון היכל הקודש, פאר מער פרטים פרעגט די לאקאלע גבאים פון שול.
 
זמנים פון יום טוב סוכות ביים ראש ישיבה
ערשטע טעג: שחרית ביידע טעג וועט זיין אום צען אזייגער, און מנחה אום 7:00 אין וויליאמסבורג.
יארצייט פון הייליגן רבין: דאנערשטאג נאכט חול המועד אין ביהמ"ד היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי, 181 האשקי רד. אינעם גרויסן סוכה אין הויף פון ביהמ"ד - מען וועט זיך וואשן צו א סעודה. דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה געבן א שיינע שמועס מיט דברי הדרכה און חיזוק. עס וועט מהנה זיין בעזהשי"ת א שיינע קאפעליע. נאכ'ן בענטשן וועט מען בעז"ה טאנצן בתופים ובמחולות אין ביהמ"ד לכבוד שמחת בית השואבה. 
הושענא רבה: מען וועט ליינען משנה תורה תיכף נאך מעריב, און שחרית וועט זיין בעז"ה אום 8:30 אין ווילימסבורג
שמיני עצרת: שחרית, 10:00 - מנחה 7:30. דערנאך זיך געזעגענען פון די סוכה
שמחת תורה: שחרית 9:00 - מנחה 7:00.
 
א קורצע באריכט איבער יום כיפור ביים ראש ישיבה:
גרויס התעוררות האט געהערשט ביים ראש ישיבה שליט"א אין בית המדרש אין וויליאמסבורג. פילע זענען געקומען פון אלע געגנטער אויף יום כיפור מיטצוהאלטן דעם יום טוב, די תפלות זענען געווען מיט גרויס ווארעמקייט, וואס האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע רושם אויף אלע מתפללים, דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט פאר'ן עמוד אלע תפלות, די געשמאק און געפיל האט איבערגענומען אלע ביינער, און מיר האבן זיכער גע'פועל'ט א זיס ליכטיג יאר.
פאר כל נדרי האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט קורצע דברי התחזקות והתעוררות ווי אזוי אריינצוגיין און אויסנוצן דעם הייליגסטן טאג פון יאר.
ביי פויזע צווישן שחרית און מוסף, האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט א בלאט גמרא מיט געשמאק, דאס איז געווען א באזונדערע לימוד אז אפילו אום יום כיפור דארף מען אויך לערנען די שיעורי תורה.
 
אנשי שלומינו העלפן זיך ארויס לכבוד יום טוב
דער בית התבשיל פון קרית ברסלב ליבערטי, אנגעפירט דורך האברך החשוב מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, איז שוין ברייט באקאנט מיט זייערע געוואלדיגע פעולות, צו געבן צו עסן פאר אידישע קינדער, ספעציעל לכבוד שבת ויום טוב. די פעולות פונעם בית התבשיל גייען ארויס פיל ווייטער פון די גרעניצן פון שטעטל, אין אלע געגענטער זענען אנשי שלומינו נהנה פונעם בית התבשיל, וואס שטעלט צו כסדר גרויסע חלוקות פון עסן, וואס העלפט גאר שטארק ארויס יעדן איינעם.
יעצט לכבוד יום טוב האט דער בית התבשיל באצאלט די גראסערי ארדערס אויף יום טוב פאר פילע אידן וואס נויטיגן זיך דערין, וואס פון איין זייט איז דאס די גרעסטע זאך, צו געבן עסן פאר אידישע קינדער, מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ביים עסן קען מען נישט אפנארן קיין מענטשן, אז מ'געבט צו עסן פאר א איד איז דאס זיכער די גרעסטע מצוה פון צדקה, אבער פון די אנדערע זייט פארשטייט יעדער אז דאס קאסט אפ גרויסע געלטער, און פילע אידן ווילן האבן א שותפות אין די הייליגע צדקה.
אידישע קינדער רופן זיך אן זייער ווארעם און העלפן ארויס דעם בית התבשיל צו קענען ווייטער אנגיין מיט זייערע הייליגע ארבעט, ספעציעל יעצט צו קענען צושטעלן פאר אידן צו קענען אריינברענגען דעם יום טוב מיט שמחה און הרחבת הדעת.
מען קען נעמען א חלק אין די מצוה דורך אריינרופן מיט א ברייטהארציגע נדבה אויף 718-306-2448.


ושמחת בחגך והיית אך שמח
📰 יארצייט פון הייליגן רבין חוה"מ סוכות תשפ"ב
📰 געהויבענע ראש השנה תשפ"ב אריבער אין אומאן
📚 קונטרס שמחת תורה פון מוהרא"ש אויף אידיש - $1.49
📚 קונטרס סדר הקפות נוסח ברסלב אידיש - $1.99
📖 סעט משניות $12.99
📚 פראקטישע לוח ברסלב אידיש $1.99
🎞️ שחרית סוכות תשפ"א ביים ראש ישיבה