מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין ספר "רגעי מוהרא"ש" (סימן י"ח): "ווען איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבין... איז געווען גאר שווער צו טרעפן דעם רבי'נס ספרים... האב איך זיך דעמאלטס מקבל געווען... אז איך וועל דרוקן אלע ספרים פון הייליגן רבין און דאס פארשפרייטן פאר פרוטות, און איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אויף דעם יעדן טאג... ווייל איך האב געזען וואס די ספרים טוען; ווי דאס האט אינגאנצן איבערגעדרייט א אינג בחור, און איך האב געזען דאס גוטס וואס איך האב באקומען פון רבינס ספרים, האב איך באשלאסן אז נאך די חתונה וועל איך אסאך עוסק זיין אין הדפסה און הפצה"
 
יעצט ווען מיר האבן די געלעגענהייט צו העלפן דרוקן די ערשטע קרוב צו טוינזט בריוו פון ראש ישיבה שליט"א וואס וועט ווערן פארשפרייט אין די גאנצע וועלט, ליגט אויף אונז א חוב זיך אנצושליסן אינעם פראיעקט און זיך איינהאנדלען זכותים אינעם הייליגן ספר "איש אמונות - שנת תש"פ", און דורכדעם איבערגעבן פאר אנדערע די עצות, לימודים און שכל וואס מיר באקומען פון ראש ישיבה שליט"א.
 
דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו: דער הייליגער אהבת ישראל זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "וואס איז דער סימן אז א מענטש האט ליב דעם טאטן? אז ער האט ליב די קינדער"; דאס זעלבע איז ביים אייבערשטן, יעדער שרייט: "הייליגער באשעפער, מיר האבן דיר זייער ליב", אבער ווי אזוי ווייסט מען אז עס איז טאקע אזוי? נאר ווען מען זעט אז דו טוסט פאר דעם אייבערשטנ'ס קינדער, דו גייסט הפצה, און עס גייט דיר אין לעבן אז נאך א איד זאל האבן א לעבן, פאר נאך א איד זאל גיין גוט - דאס איז א סימן אז מען האט טאקע ליב דעם אייבערשטן.
 
ווען דו זאלסט וויסן וואס הפצה איז, וואלסטו געלאפן אין די גאסן און עוסק געווען אין הפצה, ווייל ווען דו געבסט א ספר פאר א מענטש וואס ער איז שוין ביי זיך אפגע'פסק'נט אז ער קען שוין נישט האבן קיין תקנה, ער זוכט נאר ווי אזוי ער קען ענדיגן זיין לעבן השם ישמרינו, און פלוצלינג באקומט ער א ספר, א סי די, אדער א קארטל מיט א נאמבער וואו ער קען רופן און הערן חיזוק - האסטו פשוט געראטעוועט דאס לעבן פון א מענטש און דאס איז אזוי ווי דו האסט אויפגעשטעלט אן עולם מלא.
 
בפרט יעצט ווען מיר שטייען פאר דעם יום טוב שבועות, וואס איינס פון די הויכפונקטן איז דאס מאריך זיין ביי אהבה רבה מיט א ווארעמער ניגון, ווי פאסיג איז צו נעמען א חלק אין דרוקן די ספרים און אזוי ארום קומען צום אייבערשטן מיט א געבעט: "רבונו של עולם, מיר האבן דיך ליב, והא ראי' מיר געבן פאר דיינע קינדער לעבן, האב דו אונז אויך ליב און זיי אונז משפיע פון דיין רחמנות, געב אונז ישועות און רפואות, ברוחניות ובגשמיות". 
 
די מדפיסים זענען ארויסגעקומען מיט א רוף צו אלע וואס שעפן חיות פון די בריוו אז זיי זאלן נעמען א חלק אין דרוקן די הייליגע ספרים. מען האט ארויסגעשטעלט פארשידענע זכותים וואס מען קען קויפן: "זכות מהדורה" (א באנד) קאסט $5000 (5 בענדער עוועיליבל, 3 שוין פארקויפט), "זכות ימים טובים" איז $1500 (4 ימים טובים אוועיליבל, 3 שוין פארקויפט), זכות פון "א פרשה" איז $1000 (45 פרשיות אוועליבל, 3 פארקויפט). כאפט אריין, שטופט עס נישט אפ, פארבינדט זיך שוין מיט די מערכת דורך אימעיל campaignkibeilimsuro@gmail.com, אדער קען מען רופן אויף 845-320-2388 און לאזן א מעסעדזש.
 
אויסער די געוואלדיגע זכותים וואס מען קויפט זיך איין; און אויסער די די ספעציעלע מתנה וואס די נדבנים וועלן באקומען ווען דער ספר וועט בעזרת השם ארויסקומען, איז יעצט ארויסגעשטעלט געווארן אן "אירלי בוירד ספעשל", אז אלע וואס קויפן א זכות אינעם ספר ביז ראש חודש תמוז הבעל"ט, וועלן באקומען א ספעצילע קונטרס א פריש געפונענע אוצר פון בריוו וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן אין יאר תשס"ט, וואס איז נאכנישט געווען געדרוקט אין ערגעץ, און איז פון די ערשטע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א.
 
מֹשֶׁה קִיבֵּל תּוֹרָה מִסִּינַי, וּמְסָרָהּ לִיהוֹשֻׁעַ
 
📌 אריינבליק אינעם קאמפיין "קִיבֵּל וּמְסָרָהּ"
📖 The Light of Emunah
📖 ספר אשר בנחל אידיש חלק ב'
📖 ספר ארך אפים אידיש, און עצתו אמונה
📸 דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט בריוו אין ירושלים - מאנטאג בה"ב תשפ"א
📰 הפצה ראטעוועט - דער ראש ישיבה שליט"א מחזק די מפיצים אין ארץ ישראל
💬 ווי אזוי קענען מיר נעמען "היכל הקודש ברסלב" פאר אונזער וועגווייזער?
📜 איך וועל ווייטער שרייבן בריוו און מחזק זיין אידישע קינדער
📸 ביים שרייבן צענדליגע התחזקות בריוון - מוצ"ש אמור אין מירון 
💿 סידיס מיט הערליכע ניגונים פון אמונה, תשובה, שמחה און חיזוק
📚 קונטרס "הייליגע אויגן" עצות און חיזוק צו היטן די אויגן