נאך א גאנץ יאר וואס דער ראש ישיבה האט "אסאך געוואלט און אסאך מתפלל געווען און אסאך געבענקט" (ווי דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט ביים שיעור נעכטן מיטוואך אמור תשפ"א) ער זאל שוין זוכה זיין צו פארן קיין ארץ ישראל, און צו די מקומות הקדושים, האט דער ראש ישיבה בחסדי השם יתברך נעכטן אינדערפרי באקומען רשות אריינצופארן קיין ארץ ישראל.
דער ראש ישיבה האט זיך תיכף אויפגעהויבן און זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג. דער ראש ישיבה האט געבעטן אנשי שלומינו אז מען זאל מתפלל זיין אז ער זאל אנקומען בשלום, און מען זאל אים טאקע אריינלאזן.
יעצט דאנערשטאג ערב ל"ג בעומר מיטאג, בעת די שורות ווערן געשריבן האט דער ראש ישיבה געמאלדן אז ער איז ב"ה אנגעקומען בשלום, און ער איז שוין אויפן וועג קיין מירון, וואו מען גרייט זיך שוין אין צוויי שעה אנצוהייבן די געהויבענע תפילות און ריקודין ביים הייליגן ציון, דער גרויסער מקום מסוגל צו קבלת התפלות.
אויך וועט דער ראש ישיבה צוגיין צום ציון פון מוהרא"ש אין יבניאל - וואס איז נישט ווייט פון מירון, צו מקיים זיין די בקשה וואס מוהרא"ש האט געבעטן אין די בריוו עטליכע שעה פאר זיין פטירה, אז מען זאל כסדר קומען צו זיין ציון, און ווי מוהרא"ש שרייבט אין זיין בארימטע צוואה (צוואת מוהרא"ש אות ה') "אַזוֹי וִוי בַּיי מַיין לֶעבְּן זֶענֶען אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן נִתְעוֹרֵר גֶעוָוארְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן דוּרְךְ מִיר, אַזוֹי וֶועט זַיין אוֹיךְ נָאךְ מַיין הִסְתַּלְקוּת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען צו מַיין קֵבֵר, וֶועט מֶען נִתְעוֹרֵר וֶוערְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן."
"אוֹיךְ וֶועט מֶען מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס הִילְף קֶענֶען פּוֹעלְן בַּיי מַיין קֵבֶר אַלֶע עֶרְלַיי יְשׁוּעוֹת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען מִתְפַּלֵל זַיין בַּיי מַיין קֵבֶר, וֶועל אִיךְ זַיין אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוּן אִיךְ וֶועל נִישְׁט רוּעֶן בִּיז אִיךְ וֶועל זֶען צוּ בְּרֶענְגֶען דִי יְשׁוּעָה פַאר דֶעם וָואס אִיז גֶעקוּמֶען אוֹיף מַיין קֵבֶר."
"אוּן סְפֶּעצִיעֶל אַ בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ, אוֹיבּ וֶועלֶן זֵיי קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן דָארְט אוֹיסְזָאגְן גַאנְץ סֶפֶר תְּהִלִים אָן קֵיין הֶפְסֵק, זָאג אִיךְ זֵיי צוּ אַז זֵיי וֶועלְן טְרֶעפֶן זֵייעֶר רִיכְטִיגֶע בַּאשֶׁערְטֶע שִׁידוּךְ, אוּן אִיךְ בִּין זֵייעֶר שְׁטַארְק מִיט דֶעם."
דער ראש ישיבה האט געזאגט, אז ער וועט אינזין האבן אלע בחורים מיט שידוכים ביי די ציונים פון די הייליגע צדיקים, און האט געבעטן אנשי שלומינו מען זאל זיין מקושר צום הייליגן רבי שמעון א גאנץ יאר, און זיך מאכן א שיעור אין זיינע הייליגע ספרים, דער הייליגע זוהר, און תיקוני זוהר".
נאך שבת וועט דער ראש ישיבה בעז"ה צוריק קומען קיין ניו יארק.
בַּר יוֹחָאי, אַשְׁרֵי יוֹלַדְתֶּךָ, אַשְׁרֵי הָעָם הֵם לוֹמְדֶךָ!
📍 דירעקציעס צו פארן פון מירון קיין יבנאל
 
🎞️ דער ראש ישיבה שליט"א אין מירון - ל"ג בעומר תשפ"א
📸 דער ראש ישיבה שליט"א אין מירון - ל"ג בעומר תשפ"א
📰 אנשי שלומינו גרייטן זיך צו ל"ג בעומר1
📰 א מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט ביי מוהרא"ש'ס ציון
📸 דער ראש ישיבה אויפן פליגער אויפן וועג קיין ארץ ישראל
▶️ מיטוואך פארן ארויספארן, איבער ל"ג בעמור און איבער זיין נסיעה קיין ארץ ישראל
🛒 צוואת מוהרא"ש
🛒 צוואת מוהרא"ש - אידיש
🛒 Last Will And Testament Of Mohorosh (צוואת מוהרא"ש ענגליש)
💬 קען מען פועלן א זיווג שני אין יבניאל?
📜 מאך דיר א שיעור אין הייליגן תיקוני זוהר