היכל הקודש בראכפעלד מודיעין עלית
כח שבט תשפ"ב 📝
די פייער פון הפצה וואס ברענט ביי די פרישע מקורבים איז נישט צום באשרייבן. "פארוואס האב איך נישט געוויסט פון ברסלב ביז יעצט?! איך וואלט מיך געשפארט אזוי פיל שברי לב און עגמת נפש ווען איך ווייס פון הייליגן רבין ביז יעצט" זאגן זיי. און זיי באשליסן אז "איך וועל נישט האלט דעם סוד ביי מיר, איך וועל זיך מוסר נפש זיין און געבן די געלעגענהייט פאר נאך אידן צו וויסן און געניסן פון די גוטע הייליגע עצות פון הייליגן רבין". די מפיצים גייען ארום מיט גרויס פלייס אין די שטובער און אין די שולן, מען איז מפיץ די הייליגע ספרים, קונטרסים, סידיס, קארטלעך, א.א.וו. און אזוי קומט צוביסלעך צו נאך און נאך טייערע בחורים און אינגעלייט וואס הייבן אן צו לעבן מיט הייליגן רבין,
שוין א שטיק צייט וואס די שיינע חבורה אין שטאט גייען אן מיט גרויס הצלחה עס קומען זיך כסדר צוזאם א שיינע קיבוץ אידן זענען זיך מחזק זיין מיט די עצות פון הייליג'ן רבי'ן, אויף די וועג וויאזוי דער ראש ישיבה חזר'ט עס מיט אונז.
די טייערע בחורים קומען זיך צוזאם יעדע מיטוואך נאכט, מען זינגט צוזאמען די שיינע אידישע ניגונים וואס איז נתחבר געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א, דערנאך שמועסט מען אינאיינעם שיינע מעשיות פון תפילה און הפצה.
די אינגעלייט האבן געמאכט א קביעות זיך צוזאם צו קומען יעדע צווייטע וואך זונטאג נאכט, מען זינגט צוזאמען און מען שמועסט זיך אדורך וואס מיר באקומען דא אין היכל הקודש, און וויאזוי מען קען ווייטער אנגיין מיט די אלע הייליגע עצות וואס מיר באקומען. און דערנאך הערט מען א שיעור פונעם ראש ישיבה וואס ווערט געגעבן פאר די אינגעלייט יעדן ליל ששי אין וויליאמסבורג.
אויך די חשובע פרויען קומען זיך צאם יעדע צווייטע וואך, וואו מען איז זיך מחזק אינאיינעם צו טוהן די רצון ה' ווי דער הייליגער רבי זיינע תלמידים האבן אונז געלערענט, בפרט מיט די הדרכות אין שלום בית וואס דאס איז געווען ביים רבי'ן א יסוד היסודות. דערנאך הערט מען א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א געגעבן געווארן ספעציעל פאר די חשובע פרויען.
יעדע שבת קודש נאכמיטאג קומען זיך צאם אלע אנשי שלומינו ווי מען פראוועט אינאיינעם א געהויבענעם שלש סעודות, ווי מען זינגט די זמירות אינאיינעם בדיבוק חברים, און מען הערט שיינע דברי תורה והתחזקות פונעם הייליגן רבין. אנשי שלומינו האפן און זענען מתפלל מען זאל שוין עפענען א געהעריגע בית המדרש אין שטאט, מיט א ספר תורה ווי מען וועט קענען דאווענען אלע תפילות שבת קודש.
אנשי שלומינו אין בראכפלעד מודיעין עילית זענען זיך צוזאם געקומען און אפגעראכטן א שיינע יארצייט סעודות אין טאג פון יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע, ווי מען האט גע'חזר'ט די זיסע עצות וואס ער האט איבערגעלאזט בירושה פאר גאנץ כלל ישראל, בפרט האט מען זיך מחזק געווען מיט די זיסע עצה פון "רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך", וואס דאס איז א עצה פאר אלע פראבלעמען וואס מען האט נאר אין לעבן.
ביים יארצייט האט מען געהערט שיינע דיבורים פון מו"ה אברהם משה בארדוגא הי"ו, וואס האט געהאט די זכיה צו משמש זיין בקודש ביי מוהרא"ש זי"ע, וואס האט פארציילט גאר שיינע מעשיות וואס ער האט פערזענליך מיטגעלעבט ביי מוהרא"ש, און ארויסגעברענגט וויאזוי יעדער איינער וואס איז נאר געקומען צו מוהרא"ש האט אנגעהויבן לעבן א נייע סארט לעבן, א לעבן פון אמונה, א לעבן פון תורה ויראת שמים, אן ערליכע לעבן אין שטוב, און אזוי ווייטער, און אז דאס איז געווען די שטרעבן פון מוהרא"ש זיין גאנץ לעבן, וויאזוי מען קען צוריקברענגן נאך א איד צום אייבערשטן.
מו"ה שלמה ווייס הי"ו האט מסיים געווען ברבים ששה סדרי משנה, און גלייך דערנאך האט מען געהערט א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס ער האט געזאגט פאראיאר ביים סעודת הילולא - פון וואס דער עולם איז ארויס מלא חיזוק.
נאכ'ן סעודה האבן זיך אנשי שלומינו ארויסגעלאזט קיין יבנאל צום הייליגן ציון פון מוהרא"ש זי"ע, וואו מען האט גע'פועל'ט ישועות און רפואות פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל.
💬 א בריוו פון ראש ישיבה צום חבורת היכל הקודש בראכפעלד מודיעין עילית