שאלה אין קורצן ענין
#1 - זאלן מיר עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין אונזער שטאט?
בית המדרש, אחדות, היכל הקודש, דרך ארץ

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח אויף אלעס, בפרט אויף די שיעור וואס איז לעצטנס געווען אויף הפצה. מיר זענען א חבורה בחורים און אינגעלייט וואס זענען זיך מחזק אינאיינעם אין אונזער געגנט, אין בראכפעלד, מודיעין עילית. מיר קומען זיך צוזאם זיך מחזק צו זיין אינאיינעם און מיר פרובירן צו מאכן הפצה.


לעצטע וואך האבן מיר געדרוקט 150 גליונות און עס פארשפרייט, ווי אויך גייען מיר הפצה אין די הייזער. און יעדע וואך קומען מיר זיך צוזאם און מ'איז זיך מחזק אינאיינעם מיט'ן רבינ'ס עצות.


מיר האבן געטראפן א שול פון "היכל הקודש" ביי אונז אין שטאט, וואס זיי זענען מסכים אריינצונעמען אונזער חבורה בכבוד גדול מיר זאלן זיך דארט צוזאמנעמען, ביז יעצט קומען מיר זיך צוזאם ביי איינעם אין שטוב, איז די שאלה אויב מיר זאלן ענדערש גיין אין שול, אדער אפשר אין שטוב וועט זיין גרינגער פאר געוויסע מענטשן צו קענען קומען אומגעשטערט.


מיר האפן אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט אונז ענטפערן, און מיר וועלן זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט אונז שרייבן דברי חיזוק פאר אונזער חבורה.


א גרויסן יישר כח


חבורת היכל הקודש מודיעין עילית שכונת ברכפלד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד תלמידי היכל הקודש מודיעין עילית, שכונת ברכפלד, שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב איר האט א מעגליכקייט צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש ברסלב - זאלט איר זיכער עפענען א בית המדרש; דאס איז נישט קיין סתירה צו וואס מען טוט ביז יעצט. מען קען זיך ווייטער צאמנעמען פריוואט אין א שטוב עס זאל זיין גרינג פאר די אנוסים וכו', די וואס שעמען זיך פון חברים און באקאנטע, מען זאל נישט וויסן אז זיי דרייען זיך אין ברסלב וכו', און אין די זעלבע צייט זאלט איר גיין בגדלות, עפענען א 'בית המדרש היכל הקודש חסידי ברסלב מודיעין עילית, ברכפלד'.


אבער וויסן זאלט איר, אז מען עפנט א בית המדרש היכל הקודש חסידי ברסלב דארפט איר וויסן צוויי זאכן, הדבר הראשון - דער בית המדרש דארף זיך פירן מיט א שטארקע דרך ארץ; מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען אז אלע שולן היכל הקודש זאלן זיין מיט'ן גרעסטן מאס דרך ארץ.


מוהרא"ש האט געהאט ביידע כוחות; ווען עס איז געקומען צו מקרב זיין א איד - האט ער נישט געקוקט ווער דאס איז, וואס דאס איז; ער האט צו יעדן איינעם גערעדט און מקרב געווען צום אייבערשטן מיט די גרעסטע רחמנות, אבער ווען עס איז געקומען צום בית המדרש דארט האט מען געמוזט זיין זייער דרך ארץ'דיג.


מוהרא"ש האט זייער אכטונג געגעבן אראפצונעמען דעם שלעכטן נאמען וואס איז דא אויף ברסלב; ווען עס איז אריינגעקומען אין היכל הקודש איינער וואס האט אויסגעזען אינטערעסאנט, מוהרא"ש האט דאס גערופן 'משונה קרן', - האט מוהרא"ש געהייסן מען זאל אים פארטרייבן, אז מענטשן זאלן נישט נאכדעם זאגן: "ברסלב'ע משוגעים". יארן לאנג האט מוהרא"ש געארבעט אראפצונעמען דעם שלעכטן נאמען וואס איז דא אויף ברסלב; מוהרא"ש האט געהאלטן אין איין רעדן און שרייבן קעגן די 'נ נח'ס' אז מען זאל וויסן 'דאס איז נישט ברסלב', דאס איז בלויז א דמיון וואס איינער האט אויפגעטראכט אז ער האט באקומען א צעטל פון הימל, א מעשה וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן; פארוואס האט מוהרא"ש אזויפיל גערעדט פון דעם? ווייל ער האט געוואלט אראפנעמען די שלעכטע נאמען, וואס זיי האבן גורם געווען אז דער רבי איז היינט פארשעמט; קיינער וויל נישט זיין זון זאל זיך דרייען ביי א פלאץ פון משוגעים, און דאס איז גורם אזויפיל מחלוקת אויפ'ן הייליגן רבי'ן.


דערפאר אז איר גרייט זיך צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש דארפט איר זייער אכטונג געבן אז דער בית המדרש זאל זיך פירן מיט דרך ארץ; עס דארף זיין אין בית המדרש א משמעת (דיסציפלין), מען מוז פאלגן, מען קען נישט טון איש כל הישר בעיניו יעשה. מען דאווענט אזוי ווי מען דאווענט אין אלע ערליכע שול'ן, נישט מיט קיין נייע מנהגים פון זינגען יעדע שטיקל; די בעלי תפילות זאלן זיין אינגעלייט וואס דאווענען ווארעם; שבת אינדערפרי פירט מען זיך נאכן דאווענען ביים קידוש אז מען לערנט סיפורי מעשיות, און ביי שלש סעודות זינגט מען זמירות און מען איז זיך מחזק מיט'ן רבינ'ס ווערטער.


די צווייטע זאך וואס איר דארפט וויסן, אויב איר עפנט א בית המדרש היכל הקודש וועט דער סמ"ך מ"ם אויך אהין קומען, ער וועט זוכן צו מאכן א פירוד לבבות צווישן אייך. ווייל דער סמ"ך מ"ם קען נישט סובל זיין א פלאץ וואס מען פארשפרייט דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער, וואס טוט ער? זיין זאך איז "הפרד ומשול", ווען ער וויל צעברעכן א פלאץ; א קהלה, א מוסד אדער א אידישע שטוב, מאכט ער עס זאל זיין מחלוקת און פיינטשאפט, ביז עס ווערט אויס פונעם פלאץ; דארף מען זייער אכטונג געבן און וויסן אז עס איז נישט ווערד דאס עפענען דעם בית המדרש נאר אויב עס וועט זיין שלום צווישן אייך.


אז איר וועט שטיין אויף די צוויי זאכן וועט איר זוכה זיין צו וואס דער רבי האט געזאגט ביים לעצטן ראש השנה, ווען אנשי שלומינו האבן געקרעכצט און געפרעגט דעם רבי'ן: "אויף וועם לאזט אונז דער רבי איבער?" האט דער רבי געענטפערט (חיי מוהר"ן, סימן ריח): "רַק אַתֶּם תַּחֲזִיקוּ עַצְמְכֶם בְּיַחַד, אָז תִּהְיוּ אַנָשִׁים כְּשֵׁרִים", אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען, וועט איר זיין ערליכע אידן, "וְלֹא כְּשֵׁרִים בִּלְבַד, אֶלָּא אֲפִילּוּ צַדִּיקִים וְטוֹבִים תִּהְיוּ", נישט סתם ערליכע אידן, נאר גרויסע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.