יעצט - געלויבט השי"ת - פייערן אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש מיט גרויס פרייד דעם סיום אויף מסכת שקלים וואס מען האט געלערענט. ביי די יעצטיגע מסכתא איז דער שמחה אסאך גרעסער, ווען דער דאזיגער מסכתא איז געלערענט געווארן אין די פארנומענע ערב יום טוב און פסח טעג, וואס טראץ די גרויסע טירדות האבן די תלמידי היכל הקודש נישט אויפגעגעבן און נישט מוותר געווען פון לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, וואס איז ביי זיי א חוק קבוע יעדן טאג ווי לייגן תפילין (ווי דער ראש ישיבה ברענגט אלץ נאך פון ספר "יש נוחלין" פון א זון פון של"ה הק').
עס איז א געוואלדיגע שמחה ביי אלע אנשי שלומינו ווען דער באן פארט ווייטער, מען רוקט זיך פון סטאנציע צו סטאנציע און מען פאלט ברוך השם נישט אראפ, מען רוקט זיך ברוך השם ווייטער און ווייטער אינאיינעם מסכתא נאך מסכתא, און מען האט שוין ב"ה געענדיגט דערם פינפטער מסכת אין ש"ס.
נאך גרעסער איז די שמחה ווען מען האט זוכה געווען און געפאלגט דעם הייליגן רבין און מען האט גענומען די מתנה פון הייליגן רבין דער "סדר דרך הלימוד" (עיין שיחות הר"ן סימן ע"ו) פון "זאגן" די ווערטער פון די תורה, וואס נאר א דאנק דעם האט מען געקענט אנהאלטן דעם לימוד יעדן איינציגן טאג, נישט קיין חילוק צי מען האט געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ אדער נישט, צי מען האט געהאט צייט אדער נישט, האט מען געוויסט אז איך מוז לכל הפחות אפזאגן דעם דף פאר איך לייג מיך שלאפן.
יעצט ווען מען איז אנגעקומען צום גרויסן טאג פון ענדיגן דעם מסכת, וועט דער ראש ישיבה פראווען א גרויסע סיום מסכת שקלים אין מאנסי אין שטוב פון מו"ה אלי קנאלל הי"ו, אויף 988 טשעסטנאט רידזש רד. (GPS: 988 Chestnut Ridge Rd, Spring Valley, NY 10977), ווי אנשי שלומינו אין מאנסי וועלן האבן די געלעגענהייט צו הערן א דרשה פון ראש ישיבה שליט"א און זיך מחזק צו זיין און זיך אויפפרישן מיט די הייליגע רבינס עצות. מעריב וועט זיין בעז"ה 8:30 און דערנאך וועט מען זיך וואשן צום סיום מסכת און סעודת ראש חודש.
*
אין מאנסי ברענט דעם רבינס פייער אויף א גרויסע פארנעם, אנשי שלומינו קומען זיך צוזאם אין פילע לאקאציעס יעדער אין זיין געגענט, ווי מען דאווענט, עס קומען פאר שיעורים, און מען איז זיך מחזק אינאיינעם אין פארשידענע געלעגענהייטן.
מען קומט זיך צוזאם יעדע וואך צו שלש סעודות ביי מו"ה זושא פריעדמאן הי"ו אין שטוב אויף 6 קאָלינס עוועניו.
במשך די וואך קומען פאר שיעורים אין שטוב פון מו"ה אלי קנאלל הי"ו אויף 988 טשעסטנאט רידזש ראוד.
אלע תפלות שב"ק יעדע וואך און שיעורים קומען פאר אין ביהמ"ד היכל הקודש מאנסי אויף 32 דאלסאן ראוד.
די מפיצים פארפלייצן די גליונות איבער גאנץ מאנסי. מען קען זיך משתתף צו זיין אין די הוצאות פון הפצה דרוך רופן 845-445-9314.
 כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ, וּבָהֶם נֶהְגֶּה יוֹמָם וָלָיְלָה.
▶️ שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א אין גמרא אויף לייוו קעמרע
📸 דער ראש ישיבה ביים סעודת הילולא פון רבי נתן אין מאנסי
📸 טיי אווענט אין מאנסי פארן כולל בהשתתפות דער ראש ישיבה
📸 מוהרא"ש ביים חנוכת הבית פון ביהמ"ד היכל הקודש מאנסי תשע"ב
💬 קענט איר מיר געבן חיזוק אנצוגיין מיט מיין שיעור אין גמרא?
📰 דער ראש ישיבה געבט א שיעור פאר אנשי שלומינו אין מאנסי
📰 סיום מסכת פסחים, און התחלת מסכת שקלים
📰 סיום פון מסכת עירובין און התחלת מסכת פסחים - כסלו תשפ"א
🎦 אידיש נחת איז מהנה דעם ציבור ביים סיום עירובין התחלת פסחים - כסלו תשפ"א
🎦 משה קרויס מיט אידיש נחת זינגט "ולמדתם אותם" ביים סיום עירובין - כסלו תשפ"א
📰 מען גרייט זיך צום סיום מסכת שבת - אב תש"פ
🎦 סיום מסכת שבת - אב תש"פ
📰 שבת התוועדות סיום והתחלת הש"ס, טבת תש"פ
▶️ דרשה פון ראש ישיבה ביים סיום הש"ס - טבת תש"פ
🎹 מוזיק ווידיא: יוסי גרין פארציילט וויאזוי ער האט געענדיגט ש"ס