הכנסת ספר תורה אין שטעטל אום יום טוב שבועות הבעל"ט
ט אייר תשפ"א 📝
אין שטעטל איז פרייליך די טעג. אויסער דעם וואס מען גרייט זיך צום פרייליכן יום טוב שבועות הבעל"ט מיטן ראש ישיבה. גרייט מען זיך אויך צום געויבענעם הכנסת ספר תורה, וואס וועט געפייערט ווערן אום יום טוב ברוב פאר והדר.
דער ראש ישיבה שליט"א איז כסדר מעורר איבער די וויכטיגקייט פון טון אין שידוכים, און ברענגט כסדר ארויס די צער און ווייטאג וואס די בחורים און מיידלעך מיט זייער צובראכענע עלטערן גייען דורך וואס עלטערן זיך און ווארטן ארויס צו טרעפן זייער שידוך בכליון ענינים. די גאנצעטע משפחות קענען צומאל צופאלן ווערן פון דעם וואס עס גייט דורך גאנצע יארן און מען באקומט ניטאמאל א קאל פון א שידוך.
דער ראש ישיבה שליט"א טוט טאקע למעשה, און איז עוסק יעדן טאג עטליכע שעה אין שידוכים, און דער אייבישטער העלפט און ב"ה האט שוין זוכה געווען צו האבן א האנט אין אסאך שידוכים. דער ראש ישיבה האט אלץ גענומען די שדכנות געלט וואס די עלטערן געבן, און האט עס גענוצט צו שרייבן א ספר תורה.
יעצט ווען דער ספר תורה ווערט ברוך השם פארטיג, האט דער ראש ישיבה באשטימט אז עס זאל אריינגעגעבן ווערן בעז"ה דעם יום טוב שבועות צום בית המדרש אויף האשקי רד. אין שטעטל, דעם ערשטן טאג פאר'ן ליינען, פארן זאגן אקדמות. און וועט גענוצט ווערן א גאנץ יאר אין בית המדרש פאר קריאת התורה.
אנשי שלומינו וואס ווילן קומען אויף יום טוב שבועות אין שטעטל, קענען זיך ווענדן צום וועד האש"ל אויף 718-306-2448, וואס וועט בעזרת השם פרובירן צוצושטעלן אן אכסניא.
עֶלְיוֹנִים שָׂשׂוּ וְתַחְתּוֹנִים עָלְזוּ בְּקַבָּלַת תּוֹרָה מִסִּינַי
📜 געשריבן דעם ספר תורה מיט די געלט פון שדכנות
📜 ארייננעמען געסט אויף יום טוב שבועות
📸 הכנסת ספר תורה וכתיבת אותיות בהשתתפות מוהרא"ש זי"ע בשנת תשס"ט
📸 הכנסת ספר תורה לביהמ"ד היכל הקודש בארא פארק - ד תצוה תשע"ח
📰 הערליכע הכנסת ספר תורה אין בית המדרש "היכל הקודש" אין בארא פארק
📰 וועד האש"ל פארמירט אין שטעטל אויפצונעמען די פילע געסט אויף שבועות תשפ"א
📰 קורצע תיקון ליל שבועות ווערט איבערגעדרוקט דורכן קרן הדפסה היכל הקודש
📸 מ'ברענגט דעם סעיף פארן נייעם דריטן ביהמ"ד אין שטעטל אויף טווין ברידזש, ב' אח"ק תשפ"א
📸 נייע בענקלעך אין ביהמ"ד היכל הקודש פרעמישלאן קרית יואל געקויפט דורך אסאך תפלה
▶️ קבלת התורה - במדבר תשע"ט
▶️ ס'קומט שוין שבועות - ג' במדבר תש"פ
📜 מיט יעדע שידוך וואס מען טראגט אן, ווערט נענטער דער ריכטיגער שידוך
💬 ווען וועל איך שוין טרעפן מיין שידוך?
💬 זאל איך טון דעם שידוך?
📖 לב אבות על בנים