קורצע תיקון ליל שבועות ווערט פריש איבערגעדרוקט דורך די קרן הדפסה
ב אייר תשפ"א 📝
צוליב די גרויסע פארלאנג ווערט יעצט פריש הערליך איבערגעדרוקט דעם "תיקון ליל שבועות", וואס וועט איבערגעפרישט ווערן הערליך און שיין.
אלע יארן בעפאר שבועות פלעגט מוהרא"ש רעדן פון דעם, אז דער עיקר תיקון איז ווי עס שטייט בפשטות אז מען זאל זאגן נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע פרשה, און די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע ספר פון נ"ך, און דאס וואס מיר האבן אזא לאנגע תיקון ליל שבועות איז שפעטער צוגעקומען דורך די צדיקים וועלכע האבן צוגעלייגט נאך אסאך זאכן צו זאגן במשך די נאכט.
למעשה שטעלט זיך ארויס אז פיל מענטשן האבן נישט קיין געדולד צו זאגן אזא לאנגער תיקון, און זיי זאגן דערפאר גארנישט. דעריבער - פלעגט מוהרא"ש זאגן - דארף מען וויסן אז אויב מען קען נישט זאגן די גאנצע תיקון, זאל מען כאטש זאגן דער עיקר תיקון וואס דאס איז דער ערשטער און לעצטער פסוק, אזוי אויך - האט מוהרא"ש געזאגט - איז כדאי צו זאגן די תרי"ג מצות שבועות ביינאכט, און מיט דעם זיך צוגרייטן צו מקבל זיין אויף זיך צו מקיים זיין די אלע תרי"ג מצות וואס דער אייבערשטער האט געגעבן אום יום טוב שבועות. (זעה בריוו פון מוהרא"ש זי"ע אונטן פונעם נייעס)
ווען דער בית הדפוס האט צום ערשטן מאל געדרוקט דער קורצער "תיקון ליל שבועות" וואס האט אנטהאלטן נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון אלע סדרות און ספרי התנ"ך, האט מוהרא"ש זייער הנאה געהאט, זאגענדיג אז דאס וועט ברענגען אז פיל אידן זאלן אנהייבן זאגן דעם תיקון ליל שבועות, און זוכה זיין דורך דעם צו די אלע גרויסע תיקונים. און זינט דעמאלטס האט מען עס שוין איבערגעדרוקט פיל מאל.
שטייענדיג יעצט פאר דעם הייליגן יו"ט שבועות, גרייט מען זיך עס פריש איבערצוארבעטן אויף א הערליכע פארמאט, אויף דעם זעלבן אופן ווי מען האט איבערגעדרוקט דעם הגדה "אור זרוע" בעפאר דעם פארגאנגענעם יום טוב פסח.
פראגע "וואס דער מנהג איז אין ברסלב צו זאגן ביי תיקון ליל שבועות?"
ענטפער פון מוהרא"ש זי"ע (איבערגעזעצט אויף אידיש)
בעזה"י יום ה' לסדר במדבר ג' סיון ה'תשע"ב
שלום וברכה אל שמואל נ"י
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
א ישר כח אויף די תפלות וואס דו בעטס פאר מיין שנעלע ערהוילונג, דער אייבישטער זאל העלפן אז אלע דיין תפלות זאלן נתקבל ווערן ברחמים וברצון פארן אייבערשטן.
מיר פירן זיך נאר צו זאגן די פסוקים פון תנ"ך שבועות ביינאכט. דאס הייסט אז מען הייבט אן די ערשטע פסוק און מען ענדיגט מיטן לעצטן פסוק פון יעדן פרשה, אזוי אויך פון אלע ספרים פון נ"ך, און מ'זאגט בכלל נישט משניות, ווייל דאס ווערט נישט געברענגט אין זוהר, און נאכדעם זאגט מען די גאנצע תרי"ג מצוות, און דאס איז עס.
אין די איבעריגע צייט רעדט מען אסאך צום אייבערשטן, און מ'בעט דעם אייבערשטן אז מ'זאל זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה פונדאסניי, ווייל שבועות ביינאכט איז א גרויסער עת רצון אין הימל.
פארטאגס פארן עלות גייט מען זיך טובל'ן אין מקווה, וואס דאן איז מען ממשיך אויף זיך די מח פון שער החמישים, און מען דאווענט וותיקון, דערנאך מאכט מען קידוש, און מען עס א מילכיגע סעודה, און מען לייגט זיך שלאפן, און מיטאג צייט שטייט מען אויף און מען עס די יום טוב'דיגע פליישיגע סעודה.
דער עיקר זאלסטו זייער זייער שטארק זיך אנשטרענגען צו זיין פרייליך אויף דעם גרויסן זכי' אז דו האסט זוכה געווען צו געבוירן ווערן א איד, און דו ביסט נישט קיין גוי, וואס דאס איז די גרעסטע שמחה, און ב"ה דאס אידישע פאלק האט מיט וואס זיך צו פרייען אז מיר האבן זוכה געווען צו מקבל זיין די תורה אויף בארג סיני, און אויך יעצט וועלן מיר פריש מקבל זיין די תורה פונדאסניי.
דער אייבישטער וואס הערט די תפלות פון אידישע קינדער, זאל אויסהערן די תפלות וואס איך בעט און מתפלל פאר דיר שטענדיג אז דו זאסלט מצליח זיין אין אלעס וואס דו טוסט.
המאחל לך ברכה והצלחה מן השמים
"על ידי שהוא ער בליל שבועות, ממשיך על עצמו הארת השגחה שלימה ממנו יתברך". (ליקוטי הלכות משא ומתן הלכה ד')
📜 דאווענען שבועות מיט ברסלב'ע חסידים, און איבער די קורצע תיקון ליל שבועות
📰 דער ראש ישיבה וועט בעז"ה וויילן אום שבועות תשפ"א אין שטעטל קרית ברסלב
📰 דער ראש ישיבה באזוכט דעם בית הדפוס אין שטעטל ניסן תשפ"א
📰 קרן הדפסה דרוקט איבער "הגדה של פסח אור זרוע אויף אידיש" ניסן תשפ"א
📜 צוגרייטן מילכיגס פאר די מילכיגע סעודה, און באצירן דעם בית המדרש
📖 דער קורצער "תיקון ליל שבועות" דער ערשטער דרוק