צוליב דעם גרויסן פארלאנג, האט דער ברסלב סענטער סטאר ארויסגעלייגט אויפן וועבסייט פארן ציבור דער נייער קונטרס "סדר הנסיעה לארץ ישראל והתייסדות בית המדרש היכל הקודש בירושלים ובני ברק פרשת ויגש ה'תשפ"ב", געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א.
אין דעם קונטרס לייגט דער ראש ישיבה אראפ די גאנצע השתלשלות פון די דראמאטישע נסיעה, אנגעהויבן פונעם ארויספארן פון ניו יארק ביזן קומען צוריק, די באזוכן צו די חבורות היכל הקודש אין ארץ ישראל, דאס אהערשטעלן די בתי מדרשים אין ירושלים עיה"ק און אין בני ברק, די געהויבענע שבת מעין עולם הבא מיט אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש אין ירושלים, דער מלוה מלכה מוצש"ק אין א זאל אין ירושלים, די באזוכן ביי די מקומות הקדושים אין צפת און טבריה, דער געהויבענע באזוך ביים ציון התנא הרשב"י אין מירון, דער באזוך אין שטאט יבניאל און די התעוררות ביים ציון פון מוהרא"ש.
דער ראש ישיבה פארציילט דארט גאר אסאך אינטערעסאנטע עפיזאדן פון דעם באזוך, און פון די שמועסן וואס ער האט געהאט מיט אנשי שלומינו פון וואס מען קען ארויסנעמען גאר אסאך חיזוק און עצות פארן לעבן.
מען קען עס קויפן אויפן וועבסייט פארן ביליגן פרייז פון $1.49 און עס באקומען דעליווערט אין די גאנצע וועלט צום טיר מיטן אייבערשטנ'ס הילף
על ידי השתוקקות לארץ ישראל, נשפע פרנסה גדולה (ספר המידות)
📰 הערליכע נייע איבערגעבויעטער "ברסלב סענטער" אנליין סטאר, מחיה די פילע קאסטומערס
📚 דער נייער קונטרס "סדר הנסיעה לארץ ישראל והתייסדות בית המדרש היכל הקודש בירושלים ובני ברק פרשת ויגש ה'תשפ"ב" פאר בלויז $1.49
📚 דער נייער קונטרס צו זען און דאונלאודן אויף ברסלב סענטער

📰 דער באזוך פונעם ראש ישיבה קיין ארץ ישראל