אריינטרעטענדיג אין די בין המצרים טעג, האט די באקאנטע "קול ברסלב" האטליין צוגעלייגט א גאר נוצבארע קנעפל, מיט ווארימע און הערליכע ניגונים אן מוזיק ספעציעל פאר בין המצרים, דער אפטיילונג געפינט זיך אויף >① אידיש>⑤ פארשידענס >⑥ ניגונים לימי הספירה >① ניגונים פון תשובה (1561) פון די מעין מעניו, דערנאך קען מען זיך אויסוועלן פארשידענע ניגונים, אדער דרוקן ⓪ פאר שאָפל (אלע ניגונים).
דער אפטיילונג אנטהאלט הערליכע ניגונים פאר בין המצרים געזינגען דורכן ראש ישיבה שליט"א וואס טוט אנווארעמען דאס הארץ זיך צוריק צו קערן צום באשעפער און דערמיט אויפבויען דעם אייגענעם בית המקדש וואס ליגט ביי יעדן איד אין הארץ, ווי דער הייליגער רבי זאגט אז ווען מען קלאגט אויפן חורבן בית המקדש וויינט מען נישט אויף די חורבן וואס איז געשען פאר צוויי טויזנט יאר צוריק, נאר מ'וויינט אויף די אייגענע חורבן בית המקדש, יעצט אין דריי וואכן קלאגט מען דערויף אז "ביי מיר אין מח איז נישטא קיין השראת השכינה, איך פארגעס פונעם אייבערשטן".
דערפאר האט "קול ברסלב" צוגעשטעלט ספעציעלע ניגונים אן מוזיק, צוגעפאסט פאר די דריי וואכן, ווען מען הערט נישט קיין מוזיק, און דורכן דרוקן 0 ביים בין המצרים ניגונים מעניו קען מען הערן ניגונים פון מער פון א שעה, און איז זייער געאייגענט איינשלעפן די קינדער ביינאכט, און איינוועגס זיי אויפוועקן צום אייבערשטן.
די נומערן צו רופן קול ברסלב איז:
מעין נומער: 212-444-9191
אפסטעיט 845-351-0910
קאנאדא 438-300-8080
ענגלאנד 03303502361
ארץ ישראל 0797040066
כל רודפיה השיגה בין המצרים
🎙️ ניגונים פון תשובה - וואקאליש
📰 הונדער אינטערוויוס פון קול ברסלב
📰 קול ברסלב האטליין
📚 קונטרסים פאר די זומער טעג
📜 מסדר זיין די האטליין קול ברסלב