קרעדיט: מו"ה ארי פיש הי"ו
ווי דער ציבור האלט מיט, גייט דער קאמפיין אן מיט גרויס הצלחה ברוך השם. עס קומען אריין ממש יעדע מינוט שיינע באשטייערונגען פון אלע עקן וועלט.
בפרטיות זענען שוין דא 11 טיעמס וואס האבן שוין ב"ה מצליח געווען אריבערצוגיין דעם $5,000 וואס איז אריינגעקומען פון די איבערגעגעבענע אינגעלייט מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, מו"ה יוסי פרערא הי"ו, מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, מו"ה אברהם פריעדריך הי"ו, מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, מו"ה אברהם ראטה הי"ו, מו"ה ישעי' בערגער הי"ו, מו"ה יוסף פריעדמאן הי"ו, מו"ה שמואליק בלעדי הי"ו, מו"ה יצחק אייזיק ראטה (קרית ברסלב) הי"ו און מו"ה מאטי פאנעטה הי"ו, וואס האבן זיך אוועקגעגעבן שעות און כחות אריינצוברענגען שיינע סכומים. 
בנוסף זענען דא 20 טיעמס פון טייערע איבערגעגעבענע אינגעלייט וואס האלטן שוין צווישן $2,500 ביז $5,000. נאך דעם זענען דא נאך איבער 400 טיעמס פון טייערע איבערגעגעבענע מענער אדער פרויען וואס יעדער לייגט אריין אסאך צייט און כח פאר די הצלחה פונעם קאמפיין און רופן ארום צו זייערע קרובים און באקאנטע און געבן זיי די געלעגענהייט צו האבן די זכיה צו געבן פאר די הייליגע מוסדות היכל הקודש, וואס איז דער מוסד בה"א הידועה, וואס איז מחזק, מעודד און משמח יעדער איד פון דער וועלט באשר הוא שם.
יעדער איד אָן אַן אויסנאם וואס זוכט חיזוק אויף סיי וואס פארא ענין, זאל עס זיין אין אידישקייט, ער פילט אז ער דארף א "בוסט", ער וויל אויפפרישן זיין קשר צווישן זיך און דער אויבערשטער, אדער ער דארף חיזוק אין שלום בית, ער זאל נישט אויפגעבן אז זיין ווייב איז נישט ווי ער האט געחלומט, אדער סיי וואס פארא פלאנטער מען זאל נאר נישט אריינפאלן, ווייסט מען אז "היכל הקודש" איז דער אדרעס וואו מען קען זיך אויפפרישן, ער שאפט זיך איין פון די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש אדער פון ראש ישיבה, צי ער קומט אריין אין איינע פון די פילע שולן פון היכל הקודש און הערט א שיעור חיזוק, אדער רופט ער אריין צום קול ברסלב טעלעפאן ליין און וועלט אויס פון די פילע אפטיילונגען, צי נעמט ער ארויס א סידי און הערט א ניגון פון התחזקות פון ראש ישיבה, אדער ווענדט ער זיך צו אונזער וועבסייט "ברסלב סענטער" ווי ער טרעפט א ריזיער אויסוואל צו זען און הערן, פילע שיעורים בריוון און ארטיקלען, און אזוי ווייטער. אזוי אז יעדער איד קען טרעפן חיזוק און פרישקייט פון היכל הקודש וואס איז צוגעפאסט צו אים אין זיין מצב, און ווען מען געבט זיי די געלעגענהייט פרייען זיי זיך צו קענען מחזק זיין דעם הייליגן צוועק.
בסייעתא דשמיא איז דער קאמפיין ב"ה שוין אריבערגעגאנגען דעם ערשטן ציל פון $300,000 און מיט נאך א גוטע צען שעה צו גיין, איז ארויפגערוקט געווארן דער ציל צו $400,000 דאלער. וואס מען האפט בעזר השם אז מען וועט שנעל דערגרייכן.
אין אן עקסטערע נייעס, איז געמאלדן געווארן אז היינט נאכט אום 12:30 וועלן ארויסגעצויגן ווערן בעז"ה 4 געווינער פון אלע וואס זייערע טיעמס האבן דערגרייכט לכה"פ $2,500 (צווישן די מאן און ווייב אינאיינעם) וואס וועלן צובאקומען די איבעריגע סכום ביז $5,000 צו זייער טיעם, און וועלן בעז"ה קענען מיטפארן מיט די גרויסע נסיעה מיט'ן ראש ישיבה. די פיר גורלות זענען נתנדב געווארן דורך "פעסט בוילד", און "די ענד עס אפּליינעסעס" און נאך צווי אנאנימע נדבנים.
אזוי אויך ווערן אלע טיעם מעמבערס איינגעלאדנעט צו א גרויסע אווענט, יעדער אין זיין שטאט, ווי די קאמפּיין וועט אויפשטעלן א מעכטיגע הויפטקווארטיר, ווי מען וועט זיך מחזק זיין בשבת אחים, עס וועט בעז"ה זיין עסן צו טועם זיין, אזוי אויך וועט זיין צוגעשטעלט קאמפיוטערס און טעלעפאנען, און עס וועט געגעבן ווען די מעגליכקייט אויפצוטרייבן נאך סכומים. 
 
מען וועט זיך צוזאם קומען היינט נאכט אום 8:00 אום:
בארא פארק: ביהמ"ד היכל הקודש, 1012 41 סט.
וויליאמסבורג: ביהמ"ד היכל הקודש, 27 סקילמאן סט.
מאנסי: 988 טשעסטנאט רידזש רד. ספרינג וואלי
קרית יואל: ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו, 24 מעריוואלד רד. סאוט
קרית ברסלב: ביהמ"ד היכל הקודש, 181 האשקי רד.
בעזר השם נעשה ונצליח
 
💳 צו נעמען אנטייל אינעם קאמפיין "א וועלט פון חיזוק"
🔗 צו עפענען אן אייגענע "טעים" אינעם קאמפיין
📰 אומגלויבליכע אפרוף צום "וועלט פון חיזוק" קאמפיין לטובת די הייליגע ברסלבע מוסדות
🎦 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א
📅 מאך זיך א ציל וויפיל געלט דו גייסט בעטן פון דיינע באקאנטע, מיט דעם וועסטו מיר העלפן