קרעדיט מו"ה יצחק יונה זאבעל הי"ו
ווי שוין באריכטעט, וועט דער ראש ישיבה שליט"א זיך ארויסצולאזן אויף א נסיעה קיין אייראפע, מיטן אייבערשטנס הילף, קומענדיגן ווינטער; דער נסיעה ווערט יעצט אויסגעארבעט און אויספלאנירט מיט אלע דעטאלן בס"ד. מען גייט בעז"ה פארן אויף א קנאפע וואך צו פילע קברי צדיקים אין אייראפע, וואס וועט בעז"ה זיין א נסיעה צום געדענקען.
אזוי אויך איז ווי שוין געמאלדן וועלן די אלע וואס האבן באוויזן אריינצוברענגען פינף טויזנט דאלער און העכער קענען מיטפארן. דערפאר האבן פילע טיעם מעמבערס געבעטן "למה נגרע", זיי ווילן נאך עטליכע טעג צו קענען אנקומען צום ציל. 
דערפאר האט "א וועלט פון חיזוק" קאמפיין באשטימט דעם קומענדיגן זונטאג פרשת חוקת הבא עלינו לטובה, ווען אסאך ארבעטן נישט, אלץ "פּריים זונטאג", און וועט געבן נאך איין שאנס פאר אלע צו קענען אנקומען צום ציל, און קענען מיטצופארן מיטן נסיעה.
נאך א פריידיגע אנטוויקלונג האט מען געמאלדן אז אויך די וואס וועלן אנקומען צום ציפער פון צוויי און א האלב טויזנט דאלער וועלן באקומען א שאנס צו ארייניגיין אין א גורל. זונטאג נאכט וועט אפגעהאלטן ווערן נאך א גורל, וואס וועט האבן פיר פרישע געווינער, פאר אלע וואס וועלן האבן אנגעקומען ביז זונטאג נאכט צו לכל הפחות צוויי און א האלב טויזענט דאלער, און דער געווינער וועט באקומען פון א חשובער נדבן די איבעריגע סכום ביז פינף טויזנט דאלער פאר זייער טיעם, און אזוי ארום וועלן זיי אויך באקומען די זכות צו קענען מיטפארן מיט די נסיעה. 
מטעם דער קאמפיין איז מען זייער דאנקבאר פאר אלע מענער און פרויען וואס האבן אריינגעלייגט אסאך הארץ צייט און כח אויפצוטרייבן נדבות פון אחינו בני ישראל, אזוי אויך איז מען זייער מכיר טוב פאר אלע נדבים פון איבער די גאנצע וועלט וואס האבן זיך אזוי שיין ביישטייערט, און מחזק געווען די עסקנים וואס האבן גערופן פאר נדבות. געלויבט דעם אייבערשטן אז מען איז אנגעקומען צו דעם שיינעם סכום און איבערגעשטיגן אלע ערווארטונגען.
ווי געזאגט, וועט מען מיטן אייבערשטנ'ס הילף ממשיך זיין מיטן קאמפיין ביז זונטאג נאכט, און דער אייבישטער וואס האט געהאלפן ביז אהער וועט ווייטער העלפן אז יעדער וואס וויל וועט קענען אנקומען זייער ציל, און אזוי ארום ארויסהעלפן פאר די הייליגע מוסדות זאלן ווייטער קענען אנגיין מיטן פארשפרייטן די הייליגע אמונה און די הייליגע עצות לכל דורש ומבקש.
ינתן גם מחר לעשות כדת היום
💳 צו נעמען אנטייל אינעם קאמפיין "א וועלט פון חיזוק"
🔗 צו עפענען אן אייגענע "טעים" אינעם קאמפיין
📰 אומגלויבליכע אפרוף צום "וועלט פון חיזוק" קאמפיין לטובת די הייליגע ברסלבע מוסדות
🎦 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א
📅 מאך זיך א ציל וויפיל געלט דו גייסט בעטן פון דיינע באקאנטע, מיט דעם וועסטו מיר העלפן