לכבוד חנוכה טוט "קרן הדפסה היכל הקודש" פראקלאמירן א ספּעשל, ווען מען שרייבט זיך איין צו באקומען די עצתו אמונה פאר א יאר, וועט מען עס באקומען פאר 4 וואכן בחנם.
א סובסקריבשאן פאר "עצתו אמונה" איז די שענסטע מתנה וואס איר קענט נאר געבן פאר זיך און פאר די קינדער, דאס איז א מתנה פון לעבן מיט אייבערשטן, א מתנה פון לעבן מיט די הייליגע תורה, א מתנה פון וויסן אז מען איז קיינמאל נישט אליין נאר איך האב דעם באשעפער אייביג מיט זיך און איך קען מיך ווענדן צו אים, וואס דאס אלעס וועט זיי געבן א זיס לעבן אויף דער וועלט, און וועט זיי באגלייטן לעד ולנצח נצחים אויף יענער וועלט.
היינט אינעם שווערן דור, וואס מיר גייען דורך נסיונות און פראבלעמען וואס מען האט אפילו נישט גע'חלומ'ט דערפון אין די פריערדיגע דורות. די גוי'אישע גאס בליטשקעט און רופט דעם יוגענט, עס קען זיך דאכטן ביי פילע בחורים און מיידלעך כאילו "דארט" געפינט זיך גליק, עס קען אויסזען ווי דארט טרעפט מען ווארימקייט און ליבשאפט, און ליידער רבים חללים הפילה, פילע אומגליקן הערט מען כסדר ווי עס זענען פארכאפט געווארן אינעם נעץ פונעם סמ"ך מ"ם די שענסטע און בעסטע פון כלל ישראל.
געלויבט דער אייבערשטער וואס האט אונז נישט פארלאזט נאר האט מקדים געווען די רפואה פאר די מכה, שוין פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק, ווען די נשמה פון הייליגן רבין איז אראפגעקומען אויף דער וועלט צו באלייכטן די שווערע תקופה פון עקבתא דמשיחא, דער הייליגער רבי ווייזט אונז דעם וועג אז אנשטאט צו קרעכצן און וויינען ווי ביטער דער דור איז, געבט ער די ווערטער און עצות וואס מאכט ליכטיג אונזער פינסטערע תקופה, און באווייזט אריין צו שיינען די שיינקייט פון אידישקייט און פון אמונה אין באשעפער, די זיסקייט פון תורה ומצות, און די געשמאק פון פירן א אידיש לעבן אין אונז און אין אונזערע קינדער.
מען זעט טאקע אז מיטן יעדן טאג נענטער צו משיח'ס צייטן ווערן די קונטרסים און בריוו מער און מער פארשפרייט און צוכאפט דורך כלל ישראל. אין די קונטרסים און בריוו פון ראש ישיבה שליט"א, טרעפן זיך אלע דערין אויף א פערזענליכע פארנעם, יעדער שפירט ווי די ענטפערס רעדן צו אים און צו זיינע שאלות און קווענקלענישן - וואס די אלע תשובות זענען געבויט אויף די ווערטער פון מוהרא"ש זי"ע, רבי נתן זי"ע, און הייליגן רבין - וואס געשריבן געווארן טאקע פאר אונזער דור וואס שלינגט מיט דורשט די הייליגע ווערטער פון הייליגן רבין, וואס איז מחזק אונזערע צובראכענע הערצער און היילט אויס אונזערע וואונדן.
טויזנטער שטובער ווערן אויפגעלאכטן יעדע וואך ערב שבת קודש, ווען זיי באקומען די הייליגע קונטרסים "עצתו אמונה" אויף די פאסט, לכבוד שבת קודש, און גיבט אין זיי אריין א חיות, א געשמאק אין אידישקייט, און עצות אויף פילע שוועריקייטן וואס זיי גייען דורך.
שרייבט אייך שוין איין, רופט 718-387-2691 עקסט. 3, אדער שיקט אן אימעיל צו subscribe@kerenhadfusa.org און פרעגט איבערן "חנוכה סובסקריבשאן ספעשל".
להודות ולהלל לשמך הגדול!
📚 דער נייער "סדר הדלקת נר חנוכה" פאר בלויז $2.99
🕎 אין ברסלב סענטער סטאר איז יעצט אלעס 10% ביליגער לכבוד חנוכה
🎁בעסטע חנוכה מתנה: מתנה קארטל פון "ברסלב סענטער"

💳 BreslevCenter.com gift card