טויזנט בריוון פון ראש ישיבה שליט"א אפגעצייכעט
יז חשון תשפ 📝
מיט גרויס פרייד האלטן אנ"ש מיט, אז מ'האלט שוין ביי איבער 1000 בריוון פון ראש ישיבה, אנגפילט מיט הדרכה און חיזוק פאר מענטשן וואס האבן אנגעפרעגט דעם דעת תורה פון די ראש ישיבה שליט"א, ביי אומצאליגע ספיקות און צוויייפלענישן וואס זיי האבן נאר געהאט.
אלע בריוו ווערן געדריקט יעדע וואך אין עצתו אמונה צוזאמען מיט די אנדערע בריוון שאלות ותשובות וואס דער ראש ישיבה שרייבט פאר אידן פון אלע עלטער און אלע מצבים, וואס ווערט אויך ארויפגעלייגט כסדר אויף די וועבסייט דא ביי די "חיזוק", אונטער "בריוו" אדער "מכתב יומי", און אזוי אויך די "בריוו פאר פרויען".
די קונטרסים "עצתו אמונה" איז ב"ה זייער אויפגעכאפט. און צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען שוין אין די קורצע צייט געדרוקט אין פארשפרייט שווערע טויזנטער דערפון אין אלע געגנטער.
מען קען דאונלאדן די עצתו אמונה יעדע וואך דא אויפן וועבסייט, פון וואו מ'קען עס אליינס ארויספרינטן.
אויך ווערט יעדע וואך ארייינגעלייגט אין די גליון פון די בריוו פון ראש ישיבה שליט"א, די גליון האט אנגעהויבן מיט 500 קאפיס א וואך אין ווערט היינט פארשפרייט 3,000 קאפיס יעדע וואך אין אלע שולן אין וויליאמסבורג בארא פארק מאנסי און קרית יואל - אויסער די צענדליגע טויזנטער וואס באקומען דעם גליון אויף די אימעיל איבער די גאנצע וועלט.
דער גליון ווערט אויך ארויפגעלייגט אויף די וועבסייט יעדע וואך דא.
לדעת את המעשה אשר יעשון