ישיבה תפארת התורה האט זיך שוין צוריק געקערט קיין וויליאמסבורג
טז אלול תשפ"א 📝
קרעדיט: מו"ה שמואלי וועבער הי"ו
געלויבט השם יתברך, אז עס איז דורך א הערליכע זומער אין קרית ברסלב ליבערטי, ווי די בחורים און אינגעלייט האבן אויסגענוצט די זומער וואכן מיט טויזנטער בלעטער גמרא, משניות, און נאך פילע לימודים, אזוי אויך האט עס געדינט אלץ א "ריהעב פון אמונה", ווי מען האט זיך אנגעשעפט מיט אמונה אקסיזשען פארן גאנצן קאלטן ווינטער.
יעצט ווען דער זומער סעזאן האט זיך שוין געענדיגט, איז די ישיבה גלייך ממשיך מיטן סדר היום אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. ווי די בחורים זיצן ווייטער און לערנען פלייסיג א גאנצן טאג, און אזוי אויך וועלן די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א ווייטער פארקומען טעגליך און וועכענטליך מיטן אייבערשטנס הילף. אזוי אויך זענען די בחורים ממשיך מיט'ן לערנען יעדן טאג גאנץ מסכת תענית, וואס וועט בעז"ה אנהאלטן ביז ראש השנה, און מיט דעם זענען די בחורים מקיים די סגולה וואס מוהרא"ש האט געגעבן פאר די בחורים מיט אכט יאר צוריק ווען ער האט באזוכט אין קעמפ, אז ווער עס וועט ענדיגן יעדן טאג מסכת תענית פאר פערציג טעג און א ציה, אנגעהויבן פון חמשה עשר באב, וועט טרעפן זיין שידוך. און אזוי האלטן די בחורים אן דעם איינפיר זינט דעמאלטס, און ב"ה זעען אפענע ישועות. די בחורים טרעפן גוטע שידוכים איינע נאכן צווייטן.
דער סדר היום אין ישיבה אין וויליאמסבורג איז ווי פאלגענד:
🕗 אכט אזייגער אינדערפרי הייבט זיך אן די שיעורים; דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר א בלאט גמרא בבלי יעדן טאג, זונטאג איז דאס ניין אזייגער. דעם שבת'דיגן דף לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר מוצאי שבת קודש גלייך נאכ'ן זמן.
🕣 דערנאך גיבט דער ראש ישיבה שליט"א א שמועס פאר די מלמדים; עצות און חיזוק ווי אזוי צו זיין א גוטע מלמד. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מלמדים דארפן יעדן טאג הערן חיזוק, ווייל זייער אמט אז זייער אן אחריות'דיגער.
🕙 צען אזייגער דאווענט מען שחרית, נאכדעם לערנען די בחורים – יעדער פאר זיך – זייערע שיעורים; חומש רש"י, ח"י פרקים משניות און גמרא.
🕑 נאכדעם צוויי אזייגער לערט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א שיעור אין גמרא רש"י ביז הלכה.
🕒 דריי אזייגער דאוונט מען מנחה
🕓 א פערטל נאך 4 לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א הערליכער שיעור אין ירושלמי און רמב"ם.
🕔 פינף אזייגער לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר די טעגליכע וועלט בארימטע שיעור התחזקות אין סיפורי מעשיות, געפלאכטן מיט דיבורים פון רבי'ן און מוהרא"ש.
קומענדיגע וואך פארט די גאנצע ישיבה בעזר השם אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א קיין אומאן; מיר אלע בעטן דעם אייבערשטן צו קומען, און צעברעכן אלע מניעות. ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לא יֵעָדֵר. כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", און עס איז מיר א וואונדער אויף די מענטשן וואס גלייבן אין מיר, און זיי זענען מקורב צו מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מודיע זיין פאר אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה? קיינער טאר נישט פעלן, ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה".
נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה; לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ, תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", איך האב באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אז איך ווייס וואס איז 'ראש השנה', און נישט נאר ענק, נאר די גאנצע וועלט איז געוואנדן אין מיין ראש השנה.
כי הם חיינו ואורך ימינו
📰 פרישע אפדעיטס פון די נסיעה קיין אומאן
📚לוח ברסלב תשפ"ב אידיש
🎹 נייער מוזיק ווידיא "מאך מיר אויף די טיר"!
📰 בחורים לערנען גאנץ מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה
🎦 בחורים לערנען מיט מסירת נפש מסכת תענית זומער תשע"א ביי האריקעין איירין
📚 עצות לבחור ישיבה
💿 קום צוריק
📚 ראש השנה ביי צדיקים