קרית ברסלב - דער ראש ישיבה מאנט אלץ פון אונז אז ער וויל אז אין די קהילה זאל מען זיך זארגן איינע פארן צווייטנ'ס גשמיות. מען זאל גיין נאך געלט, זען ווי מען קען טון א טובה פאר א צווייטן, אזוי אויך וויל דער ראש ישיבה אז עס זאל זיך גיסן חסד אין שטעטל. דער ראש ישיבה האט אויפגעשטעלט אינעם אינגן שטעטל א ביקור חולים, חסד אין תפיסות, חברים, און נישט קיין ספק אז פון די גאר גרויסע חסד וואס טוט זיך אין שטעטל איז דער בית התבשיל.
 
דער בית התבשיל לויפט היינט צו טאגס אויף א בודשעט פון איבער א פערטל מיליאן דאלער, אין דעם איז אריינגערעכענט וועכענטליכע שבת חלוקות פון קעש און גראסערי ארדערס פון בערך דריי טויזענט דאלער א וואך, אזוי אויך נעמט עס אין חשבון די גרערעסערע חלוקות פון ימים טובים, ווי די סוכות חלוקה וואס האט אפגעקאסט איבער דרייסיג טויזענט דאלער, ווי מען האט אפגעשיקט פלייש, פיש און גראסערי ארדערס פאר נויטבאדערפטיגטע משפחות, און דער פסח חלוקה וואס האט געשיקט מכל טוב וטוב פלייש, גרעיפ דזשוס, מצות, פיש, גראסערי און נאך וואס האט אריינגעצויגן צו בערך זיבעציג טויזענט דאלער, אזוי אויך א מתנות לאביונים חלוקה פון קעש געלט פון צענדליגע טויזנטער דאלער. דאס אלעס קומט אויס צו א חשבון פון איבער א האלבע מיליאן דאלער א יאר.
 
אויסער די אויבנדערמאנטע חלוקה, ווערן אפגעהאלטן צענדליגע חלוקות א יאר פאר כל הקהל הקודש ווי מען טיילט בחנם פילע נוצבארע אייטעמס בהרחבה גדולה פון וואס אלע זענען זיך מחיה. איין אזא חלוקה איז פארגעקומען נעכטן זונטאג ערב חנוכה, ווי מען האט אויסגעפאקט טראקלאודס מיט צענדליגע געשמאקע פראדוקטן, ווי פיש, פלייש, אייער, אויל, גרעיפ דזשוס, צוויבל, פאטעיטעס, סנעקס, טשאקאלאד, דרינקס און נאך, וואס נאך די גרויסע אינפלאציע וואס הערשט היינט אין די גאס, זענען די רוב פון אויבנדערמאנטע פראדוקטן זייער שטארק ארויף, ווי צום ביישפיל א דאזען אייער קאסט היינט אין געשעפט איבער פינף דאלער, וואס מיט צוויי יאר צוריק האט צוויי דאלער א דאזען געהייסן טייער, אויל פלעגט גיין פאר בערך זעקס זיבן דאלער, און היינט איז עס ממש דאפעלט, אזוי אויך מיט פלייש, פיש, פאטעיטעס, צוויבל, ווי יעדער קען זיך עס איבערצייגן אין גראסערי. דעפאר איז עס געווען א געוואלדיגע דערלייכטערונג אז דער בית התבשיל האט אראנדזשירט דער גרויסער חלוקה.
 
אזוי אויך האפט דער בית התבשיל צו אויסטיילן א ספעציעלע חלוקה פאר נויטבאדערפטיגע לכבוד חנוכה, פון טויזנטער דאלער, און לויט וויפיל עס וועט אריינקומען, אזויפיל וועט מען בעז"ה קענען אויסטיילן.
 
די אלע חלוקות קען מען בעזרת השם דורכפירן מיט די ברייטהארציגע נדבות פון אנשי שלומינו וואס זענען ווארים צום בית התבשיל וואס דער ראש ישיבה האט אויפגעשטעלט, וואס ווערט אנגעפירט מיט גרויס געטריישאפט דורכן גבאי מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, מ'קען אים רופן צו מנדב זיין אויף 845-637-5367, אזוי אויך קען מען מנדב זיין אויף בית התבשיל אנליין פלאטפארמע פיר און צוואנציג שעה אין טאג, און די גרינגסטע וועג צו מנדב זיין איז דורכן בארימיט "בי-פעי" (ברסלב פעי) סיסטעם, אין וואס דער בית התבשיל האט זיך נארוואס אנגעשלאסן.
 
אנשי שלומינו זאגן אז דער בי פעי איז א גאר געשמאקע וועג פון מנדב זיין געלט צו אלע ברסלבע צוועקן, און ווי די בי-פעי אנפירער זאגן, שליסן זיך יעדן טאג אן פרישע מעמבערס, וואס נוצן דאס בכל עת מצוא, ווען זיי ווילן געבן צדקה, ביי א ציון פון א צדיק, אינמיטן התבודדות, ערב שבת קודש, שיקט מען אריין א נדבה, יעדער לויט וויפיל ער קען דעמאלטס.
 
צום ביישפיל נעכטן נאמיטאג פאר חנוכה לעכט צינדן, זענען אריינגעקומען גאר אסאך נדבות פון אנשי שלומינו יעדער איינער צום צוועק וואס ער האט אויסגעקליבן.
 
זיך אנצושליסן אינעם בי-פעי סיסטעם קען מען טעקטסן דאס ווארט join צו 8453852400 און אויספאלגן די גרינגע אנווייזונגען וואס מען וועט באקומען אויף טעקסט. די קאוד פון קרן הדפסה אויף בי-פּעי איז BH05
 
פאר מער פרטים איבער בי-פעי סיסטעם, וויאזוי עס ארבעט, און וואס זענען די אפציעס, און וויאזוי מען ווערט א מעמבער קען מען זען דא.