קרעדיט: מו"ה העניך אינדיג הי"ו
אין די לעצטע יארן האט מען ב"ה אויפגעבויט א הערליכע זעקס שטאקיגע בנין, וואס זאל דינען פאר אנשי שלומינו פאר די טעג וואס מען וויילט ביים הייליגן רבין אין אומאן אויף ראש השנה, מען האט אריינגעלייגט דערין אסאך מחשבה וויאזוי אויסצושטעלן דעם בנין. אינעם בעיסמענט געפינט זיך דער שיינע מקוה מיט שויערס, דער קאך, מיטן לאנטש רום, העכער דעם איז דער ריזיגער בית המדרש, און דערויף איז דא גאנצע פיר שטאק מיט פילע צימערן צום שלאפן.
יעדעס יאר האט מען ב"ה פארבעסערט און פארברייטערט דאס פלאץ, ביז יעצט האט מען שוין געענדיגט צוויי שטאקן פון שלאף צימערן; מ'האט אינסטאלירט א העכסט סאפיסטיקירטע פילטער סיסטעם פאר די מקוה; מען האט געגראבן אייגענע זעקס וואסער קוועלער אויפן שטח, וואס פראדוצירן אינאיינעם בערך צען טויזענט גאלאן וואסער א טאג; מען האט אינסאלירט ריזיגע וואסער טענק וואס קענען אנטהאלטן איבער זעכציג טויזנט גאלאן וואסער צוליב וואס די שטאטישע וואסער סיסטעם אין אומאן טוט נישט צושטעלן אזוי סאך וואסער אויף איין מאל פאר די צענדליגע טויזטער אידן קע"ה וואס קומען אויף ראש השנה צום הייליגן רבין, אסאך געביידעס פארלירן דאס וואסער סופליי אין די פארנומענע ערב שבת און ערב יו"ט טעג, ווען מ'נוצט גאר אסאך וואסער. די טענק פילט מען אן אין די וואכן בעפאר ראש השנה, און וועט האפענטליך בעז"ה געבן גענוג וואסער פאר אלע הונדערטע אידן וואס וועלן זיך באנוצן מיט דעם בנין אויף גאנץ יום טוב.
היי יאר - אויפן פארלאנג פון ראש ישיבה שליט"א - האט מען זיך גענומען צו די ארבעט צו פארענדיגן די איבעריגע שטאקן פונעם נייעם בנין. צוליב דער רבוי העם בלי עין הרע וואס ווערט ערווארטעט, האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט - האט מען נישט קיין ברירה, מען מוז שוין צוענדיגן נאך שטאקן אינעם בנין.
מען האט היי יאר אריינגעלייגט אסאך געלט און כח אינעם דריטן שטאק פון די שלאף צימערן, דערווייל האט מען שוין ב"ה געענדיגט ציען די עלעקטריק און פלאמבינג, מען האט שוין באשטעלט די טיילס, אזוי אויך האט מען שוין באשטעלט די בעטן פאר די צימערן.
פילע אנשי שלומינו האנדלען זיך שוין איין א טיקעט צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה קיין אומאן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געבעטן אז יעדער זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און ער האט צוגעזאגט געוואלדיגע הבטחות אויף דעם.
דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", "ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן". ווי פארכטיג איז דער יום טוב ראש השנה ווען מ'שרייבט אפ אין הימל פאר יעדן מענטש אלעס וואס וועט פאסירן צו אים במשך די גאנצע יאר, און דער רבי האט זיך אונטערגענומען אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט אנשרייבן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר.
ווען א מענטש הערט אזעלכע געוואלדיגע הבטחות, וויל ער דאך זיכער קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, און מען זעט טאקע אז יעדעס יאר קומען צו נאך טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס ראש השנה אין אומאן.
ווילט איר נאך אפרעכטן דעם קומענדיגן ראש השנה מיטן ראש ישיבה אינאיינעם, אויף א גאר געהויבענעם פארנעם? רופט שוין צו רעזערווירן אייער בעט, רוב בעטן זענען שוין פארדינגען, וכל הקודם זכה: רופט הר"ר יחזקאל סאמעט הי"ו 347-452-1936, אדער הר"ר העניך אינדיג הי"ו 845-248-1651
וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון!

📰 מען פארדינגט שוין בעטן פאר ראש השנה תשפ"ב מיטן ראש ישיבה