בעט רעזערוואציעס אין אומאן ווערן שוין אנגענומען אויף ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט
ו אייר תשפ"א 📝
כאטש וואס מיר שטייען נאך פיר און א האלב חדשים ביז'ן הייליגן ראש השנה הבעל"ט, קוקן אונזערע אויגן שוין ארויס מיט בענקעניש צום הייליגן רבינ'ס ציון אין שטאט אומאן. מען איז מתפלל מען האפט און מען בעט דעם אייבערטשן צו קענען זיך מסתופף זיין בצלא דמהימנותא פון הייליגן רבין, און זיך דארט אויסוואשן דאס הארץ און קעען עפענען א נייע בלעטל אין לעבן ביים הייליגן ציון אין אומאן, מען איז מתפלל צום רבונו של עולם צו איבערקומען אלע שוועריקייטן און מניעות וואס דער סמ"ך מ"ם פרובירט אונטערצושטעלן אונז אפצוהאלטן פון אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה.
בפרט יעצט ווען מען שטייט נאך אזא שווערע יאר, שפירט מען אז מען קען שוין נישט מער, דאס הארץ איז איבערגעפילט, מען שרייט צו אייבערשטן "מי יתן לי אבר כיונה, אעופה ציון הקדוש אומנה", מען בעט דעם באשעפער אנקומען צום הייליגן ציון אין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ב וואו מען וועט איבערלאזן אלע פעקלעך שטיינער וואס ליגט אויף אונזער הארץ, און אוועקגיין פון דארט מיט א לייכטע הארץ, און אהיים נעמען פולע זעק ישועות ברוחניות ובגשמיות.
קוקענדיג פאראויס אויף ראש השנה שנת תשפ"ב ערווארט מען היי יאר אן אויסטערלישע גרויסע ציבור אין אומאן. מען זאגט פאר ציפערן געסט וואס אומאן האט נאך קיינמאל געזען. אלע הכנסת אורחים'ס אין שטאט האבן שוין אנגעהויבן זיך אנצוגרייטן אויף ראש השנה, און קוקן איבער אלע אפציעס זיך צו קענען פארברייטערן, און ארייננעמען די פארגרעסערטע צאל אידן וואס פלאנען בעז"ה צו קומען.
פילע נייע וואלקן-קראצער האטעלן ווערן געבויט אויף אלע זייטן מיט די גרעסטע מאס שנעלקייט. וויסנדיג אז עס איז קריטיש צו האבן נאך צענדליגע טויזנטער בעטן אויף קומענדיגע ראש השנה הבעל"ט.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געהייסן מען זאל היי יאר פארדאפלען דאס פלאץ אין בנין דורך פולקאם ענדיגן אלע זעקס שטאקן און אויסמעבלען אלע צימער מיט אלע צוגעהערן און בעטן, כדי צו קענען נאכקומען די גרויסע ערווארטעטע פארלאנאג בעז"ה.
אויך ווערט שוין געמאכט פלענער צו צובויען א נייע עס זאל נעבן דעם בנין, צוליב וואס די ביז יעצטיגע לאנטש רום איז שוין אזוי אויך געווען אינגאנצן איבערגעפולט, און מיט די יעצטיגע פארדאפלטע צימערן איז עס שוין ממש קריטיש. דאס איז אויסער דעם וואס דאס פלאץ פונעם אלטן לאנטש רום דארף גאר וויכטיג אוועקגעגעבן ווערן א חלק דערפון צו פארברייטערן די מקוה פלאץ, און אביסל צו פארגרעסערן די קיך, און נאך א שטיק דערפון דארף גיין פאר די נייע קאווע-צימער וואס מען וויל דארט לייגן.
די וועד האש"ל היכל הקודש אומאן, האט שוין אנגעהויבן אנצונעמען רעזערוואציעס פאר בעטן. יעצט נעמט מען אן אלע וואס האבן געהאט חזקות אויף א בעט פון די פארגאנגענע יארן. און זיי האבן געלאזט וויסן אז די וואס האבן שוין פאריאר איינגעצאלט פאר א בעט, דארפן היי יאר צאלן בלויז $300 פאר א בעט. אבער מען דארף זיך צואיילן, ווייל די דעדליין אנצוהאלטן די חזקות איז ביז שבועות הבעל"ט. און תיכף נאך שבועות וועט מען אנהייבן צו פארדינגען פאר די פילע פרישע תלמידים וואס בעטן זיך מען זאל זיי אננעמען. וכל הקודם זכה.
צו רעזערווירן א בעט קען מען רופן הר"ר יחזקאל סאמעט הי"ו אויף 347-452-1936, אדער הר"ר העניך אינדיג הי"ו אויף 845-248-1651.
אינעם פרייז איז אריינגערעכעט א'כילה ש'תיה ל'ינה פאר די גאנצע וואך פון ראש השנה, פרישטאג, נאכטמאל, סעודות שב"ק און יו"ט, און א בעט מיט בעטגעוואנט צו שלאפן.
דער בנין פארמאגט א הערליכער ריזיגער בית המדרש צום דינסט פון אלע געסט אינעם בנין, ווי מען קען לערנען די שיעורים מיט הרחבת הדעת. אויך האט דער בנין אן אייגענעם הערליכן הרחבה'דיגע געשמאקע ווארימע ריינע מקוה.
דער עיקר מיט וואס דער פלאץ צייכענט זיך אויס, איז די תפילות, סעודות, שיעורים, און דרשות אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, וואס ווערט אפגעראכטן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם, וואס בלייבט איינגעקריצט אין די ביינער ביי אלע באטייליגטע, און נעמען מיט חיזוק אויף א גאנץ יאר, וואס ווערט עס האט עס נאר איינמאל טועם געווען, וועט שוין קיינמאל מוותר זיין דערויף.
מִי יִתֶּן לִּי אֵבֶר כַּיּוֹנָה אָעוּפָה צִיּוֹן הַקָּדוֹשׁ אוּמַנָה!
📰 אוקראַינא זאגט אז זי וועט אריינלאזן וואקסינירטע אויף קומענדיגע ראש השנה תשפ"ב
📰 🧱 פלענער פארן בנין אין אומאן וואס איז שוין אויסגעוואקסן
📰 פלאן פון נייע אינטערנאציאנאלע עירפארט אין אומאן אויפן טיש ביים אוקריינער רעגירונג
📰 דער ראש ישיבה שליט"א כאפט זיך אריבער קיין אומאן
📰 הערליכע געהויבענע ראש השנה תשפ"א ביים קיבוץ פון הייליגן רבי'ן
💬 קען איך נוצן מעשר געלט צו פארן קיין אומאן?
🎹 איך כאפ דעם נעקסטן פליגער קיין אומאן
📸 אומאן ראש השנה תשע"ב, נאכגעפאלגט מיט נסיעה צום בית המדרש הבעש"ט אין מעזבוז
💬 וואו איז דער מקור צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה?
📜 זיך אויפפירן מיט דרך ארץ ביים הייליגן רבינ'ס ציון
📜 יעצט ענדיגן דעם בנין אין אומאן
🎞️ דער בנין געזען פון א העליקאפטער פליענדיג העכער אומאן
🎹 אומאן ראש השנה!
🎹 ראש השנה אין אומאן
🎹 איך לויף קיין אומאן צום רבין