מ'גרייט זיך שוין אויף ראש השנה תשפ"ג
ב שבט תשפ"ב 📝
ביי ברסלב'ע חסידים דריידט זיך די גאנצע יאר ארום ראש השנה, דאס איז געווען די גרעסטע זאך ביים רבי'ן, ווי ער האט אויסגעדרוקט, "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן". דער רבי האט אמאל געזאגט, "גלייך נאך ראש השנה, בייג איך שוין צו די אויער און איך הער שוין דעם שמש קלאפן אויפ'ן פענסטער צו וועקן צו סליחות".
די וואך ביי די דרשות האט דער ראש ישיבה שליט"א מחזק געווען אז ס'איז צייט אנצוהויבן טראכטן פון אומאן ראש השנה, זיך צוגרייטן מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס, דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט אז אנשי שלומינו פלעגן האבן א פושקע ביי זיך אינדערהיים, מ'האט אויפגעשריבן דערויף "קודש קדשים" און דאס האט מען באשטימט פאר אומאן, אין לויף פונעם גאנצן יאר האט מען יעדן טאג אריינגעווארפן עפעס געלט אין די פושקע, אז ווען ס'וועט קומען נענטער צו ראש השנה זאל מען האבן צו צאלן אויף די שפעזן.
▪️ תפלה - די ערשטע זאך דארף מען זיך צוגרייטן מיט תפלה. ברסלב'ע חסידים האבן אלץ געוואוסט אז די איינציגסטע וועג אנצוקומען צו יעדע זאך, בפרט ווען מען וויל פארן צום הייליגן רבי'ן, איז נאר מיט אסאך תפלה, בעטן און בעטן און נאכאמאל בעטן דעם אייבערשטן אז מ'זאל זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, שוין פון אנהויב יאר הויבט מען אן אוועקלייגן תפלות אז מ'זאל זוכה זיין אנצוקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה.
▪️ פאספארט - דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען אז אזוי ווי די פאספארט אפיסעס זענען געווען פארשפארט פאר א לענגערע צייט, און עס קען יעצט נעמען לאנגע חדשים צו באקומען א נייע פאספארט, זאל מען נישט ווארטן אויף די לעצטע מינוט, שוין זיכער מאכן אז די פאספארטן - פון זיך און פון די קינדער - וועלן נאך זיין גילטיג אויף ביז נאך ראש השנה הבעל"ט. אויב נישט זאל מען שוין יעצט זיך אפגעבן דערמיט, עס באנייען אדער מאכן נייע, אז דאס זאל נישט זיין קיין אפהאלט אויף די נסיעה.
▪️ בעטן - דאס יאר ווערט בעזהשי"ת צוגעלייגט נאך א שטאק פון בעטן אינעם בנין היכל הקודש אין אומאן, אבער דער עקספיריענס ווייזט אז וויפיל בעטן מ'לייגט נאר צו, קומט עס קיינמאל נישט נאך דער גרויסער פארלאנג, און ווי שוין געמאלדן האט מען שויןאנהויבן פון נעכטן ראש חודש שבט אנגעהויבן צו פארדינגען בעטן אינעם בנין פאר דעם קומענדיגן ראש השנה תשפ"ג, און גאר אסאך האבן זיך שוין איינגעשריבן אין די צוויי טעג. אבער דאס וועט אנגיין אזוי נאר ביז ראש חודש ניסן. נאכדעם וועט די פרייז ארויפגיין צו טויזנט דאלער א בעט.
▪️ צימערן - אזוי ווי דער ציבור פארמערט זיך יעדעס יאר קע"ה, וועט מען מער נישט צוזאמשטעלן צימערן פאר'ן עולם, נאר יעדער צווישן זיך וועט זיך צוזאמשטעלן צימערן און עס איינמעלדן פאר די ממונים. אין יעדע צימער איז דא 8 בעטן, אנשי שלומינו וועלן זיך אפשמועסן צווישן זיך מיט וועמען זיי ווילן זיך צוזאמשטעלן אין איין צימער, און אויב די גאנצע צימער איז אויסגעצאלט, וועט מען דאס קענען אריינגעבן פאר'ן וועד הבנין, נאר ביז ראש חודש אדר ב'. דערנאך וועט מען גיין אין די רייע און צוזאמשטעלן צימערן לויט'ן סדר פון די מענטשן וואס דינגען בעטן.
▪️ עירליין טיקעטס - מיר ווילן נאכאמאל דערמאנען דעם נייעם סערוויס וואס דער בארימטע טראוועל אגענטור "פלען איט רייט" האט איינגעפירט, אז מ'קען שוין יעצט אנהויבן אריינלייגן צוביסלעך געלט פאר אן עירליין טיקעט.
🛏️ צו דינגען א בעט רופט אין אמעריקע 347-452-1936, אין ארץ ישראל 0548456150.
🛫 פאר די סערוויס פון "פלען איט רייט" צו באצאלן צוביסלעך דעם טיקעט, רופט 845-678-3555 , עקסטענשאן 109.
הזריז נשכר!
📚 קונטרס "ראש השנה ביי צדיקים" פאר בלויז $1.49
💬 פילע שאלות ותשובות פון ראש ישיבה שליט"א איבער "ראש השנה"
📰 ארבעט ביים בנין היכל הקודש אין אומאן