שאלה אין קורצן ענין
#6 - די פאריאריגע קבלות האב איך נישט איינגעהאלטן, וואס טו איך דאס יאר?
תשובה, התחזקות, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וועל פרעגן איבער עפעס וואס לאזט מיר ממש נישט קיין מנוחה. עס דערנענטערט זיך די הייליגע טעג, און איך זיך דערמאן זיך פון פאריאר פאר די ימים נוראים, ווען איך האב תשובה געטון און איך האב צוגעזאגט פאר'ן אייבערשטן אז איך גיי שוין זיין וואויל און ערליך, איך גיי שוין אנהויבן דאווענען און לייגן תפלין יעדן טאג, און איך האב דאס טאקע געמיינט מיט'ן גאנצן הארץ, ווען עס איז אבער געקומען למעשה, איך האב פרובירט, אבער איך האב נישט איינגעהאלטן מיין צוזאג.


דאס יאר ווייס איך נישט ווי אזוי צוצוגיין צו די הייליגע טעג, איך ווייס אז איך קען נישט צוזאגן אז איך גיי דאווענען און לייגן תפלין און לערנען יעדן טאג, ווייל איך זע אז איך האלט עס סיי ווי נישט איין, אבער פון די אנדערע זייט וויל איך אבער יא אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד. וואס טוט מען דא?


איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר געבן חיזוק, ווייל איך האב שוין פרובירט אזויפיל מאל, און איך שפיר איך ווער שוין מיואש פון אזויפיל מאל דורכפאלן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן פון דיר אז דו ביסט אראפגעפאלן וכו' און דו האסט שוין נישט קיין כח נאכאמאל אנצוהייבן וכו'.


איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסט אזוי געפאלן ביי דיר; טראכט אריין, ווען א מענטש פאלט בגשמיות, ער גייט אין גאס און פאלט אראפ, וועט ער זיך שטענדיג אויפהייבן, אפילו ער זאל שוין האבן געפאלן אן א שיעור מאל וועט ער זיך שטענדיג אויפהייבן, דו וועסט קיינמאל נישט זען א מענטש ליגן אין גאס און זיך נישט אויפהייבן מיט'ן אויסרייד: "איך הייב זיך מער נישט אויף, איך האב שוין אסאך מאל פרובירט און עס גייט מיר נישט", נאר וויפיל מאל א מענטש זאל נאר פאלן וועט ער זיך שטענדיג אויפהייבן פונדאסניי. אזוי אויך ווען א מענטש פאלט און ער צעברעכט זיך די הענט אדער פיס וועט מען אים נעמען אין שפיטאל, אים לייגן א גיפס וכו'; האסטו שוין געהערט אז א מענטש זאל זאגן: "איך בלייב מיט'ן צעבראכענעם ביין, איך גיי דאס נישט פאררעכטן, איך בין שוין אזויפיל מאל געפאלן"? קיינמאל וועסטו נישט הערן אזאנס פון איינעם; דעמאלט פארוואס ברוחניות זאלסטו בלייבן ליגן אויף דער ערד און זאגן: "איך האב שוין פרובירט און עס גייט נישט"? פארוואס זאלסטו נישט זאגן: "כִּי נָפַלְתִּי קָמְתִּי (מיכה ז, ח)", איך בין געפאלן און איך הייב זיך אויף, איך האב פרובירט פאריאר איך וועל נאכאמאל פרובירן, איך האב פאריאר צוגעזאגט איך גיי זיין גוט, יעצט גיי איך נאכאמאל צוזאגן איך גיי זיין גוט.


דערפאר בעט איך דיר טייערער ליבער חבר: טו תשובה פונדאסניי; זאג נאכאמאל פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך גיי זיין גוט"; אפילו דו האסט שוין געזאגט נעכטן די זעלבע ווערטער זאלסטו יעדעס מאל פונדאסניי תשובה טון.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון תשובה; תשובה איז אזוי גרויס אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "גְדוֹלָה תְּשׁוּבָה - שֶׁבִּשְׁבִיל יָחִיד שֶׁעָשָֹה תְּשׁוּבָה מוֹחֲלִין לְכָל הָעוֹלָם כּוּלוֹ", תשובה איז אזוי גרויס, אז ווען א מענטש טוט תשובה איז מען מוחל פאר אים און פאר די גאנצע וועלט; זאג די ווערטער פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל זיין א צדיק; וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע ברענט אין מיר און ער ווארפט מיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל? רבונו של עולם איך שעם זיך פון דיר, יעדע מאל זאג איך דיר צו אז איך גיי זיין גוט און ערליך און נאכדעם פאל איך צוריק צו מיינע אלטע מעשים; איך בין שוין אזוי מיואש פון תשובה טון, איך שפיר ווי איך האב נישט די מעגליכקייט תשובה צו טון. הייליגער באשעפער האב אויף מיר רחמנות, איך וויל זיין אן ערליכער איד; העלף מיר אז איך זאל נישט טון קיין נארישקייטן, העלף מיר אז איך זאל זיין פרייליך און נישט צוריק גיין צו די שלעכטע מעשים"; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס די פאר ווערטער טוען מיט'ן מענטש און פאר די גאנצע וועלט, מען איז מוחל דעם מענטש און מען איז מוחל פאר יעדן איינעם.


מאך זיך א שיעור אין גמרא; לערן די הייליגע גמרא וועט דיר זיין גרינגער צו געווינען די מלחמה. גמרא איז נוטריקון די ראשי תיבות ג'בריאל מ'יכאל ר'פאל א'וריאל, די פיר מלאכים וועלכע היטן דעם מענטש, אז דו וועסט לערנען גמרא וועט דיר דער אייבערשטער היטן פון צוריק פאלן אין נישט גוטע מעשים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#5 - איז אינטערעסאנט צו פארן קיין אומאן נאר אויף ערב ראש השנה?
אומאן, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין א שיינע שטיק צייט וואס איך הער די שיעורים פון מוהרא"ש זי"ע און להבחל"ח פונעם ראש ישיבה שליט"א, און איך שעפ אסאך חיזוק און חיות פון די הייליגן דיבורים פון רבי'ן.


איך וויל זייער שטארק פארן קיין אומאן אויף ראש השנה אזוי ווי דער רבי האט געהייסן, אבער למעשה איז מיר יעצט אויף די מינוט נישט מעגליך דאס צו טון, איך האף אז איין טאג וועל איך קענען פארן אי"ה. איך האב געהערט א דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א אז ער דאנקט דעם אייבערשטן אז ער איז נישט געפארן די ערשטע יאר קיין אומאן, ווייל אזוי האט ער שפעטער יא געקענט פארן, און דאס האט מיר געגעבן אסאך חיזוק, זעענדיג אז ס'איז דא אזא זאך אז איינער וואס איז מקושר צום רבי'ן, שעפט חיות פון רבי'ן, זאל אבער נישט האבן דערווייל די מעגליכקייט צו פארן קיין אומאן.


איך האב אבער געוואלט פרעגן, אזוי ווי כ'האב געהערט פון מוהרא"ש אז דער רבי האט געזאגט איבער די גרויסקייט פון זיין ערב ראש השנה, אז אנדערע צדיקים וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אזא ראש השנה, ווי ס'איז ביי אים ראש השנה. האב איך געוואלט פרעגן אויב ס'האט פשט פאר איינעם וואס קען דערווייל נאכנישט פארן אויף ראש השנה, אז ער זאל כאטש פארן אויף ערב ראש השנה, דאס מיינט צו זיין אין אומאן אויף שבת, און זאגן סליחות זכות ברית מוצאי שבת ביי חצות, זאגן תיקון הכללי ביים ציון, און כאפן א פליגער צוריק קיין ניו יארק אויף ראש השנה.


איז דאס בכלל אינטערעסאנט? אדער זאל איך ענדערש ווארטן ביז דער אייבערשטער וועט מיר העלפן אז איך וועל קענען געהעריג פארן אויף ראש השנה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט נישט געהייסן קומען צו אים אויף 'ערב ראש השנה', דער רבי האט געהייסן קומען קיין אומאן אויף ראש השנה זעלבסט. דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט מיט די גרעסטע לשונות ארויס צו ברענגען ווי שטארק ער וויל מען זאל קומען צו אים, ער האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכ): "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען"; נאך האט ער געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה", דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א מתנה אז איך ווייס וואס איז ראש השנה, איך האב דאס נישט באקומען בירושה פון מיינע עלטערן נאר איך האב דאס באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, "לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", און נישט נאר איר זענט אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.


דו פרעגסט צי עס איז בכלל אינטערעסאנט צו קומען קיין אומאן אויף 'ערב ראש השנה'? אודאי איז ווערד דאס קומען קיין אומאן! א גאנץ יאר – נישט קיין חילוק וועלכע צייט - ווען מען קומט צום רבי'נס ציון איז מען זוכה צו די הבטחה וואס דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה), אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און זאגן דעם תיקון הכללי (די צען קאפיטלעך תהילים - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות: "וֶועל אִיךְ זִיךְ לֵייגְן אוֹיף דִי לֶענְג אוּן אוֹיף דִי בְּרֵייט אִים אַ טוֹבָה צוּ טוּן; בַּיי דִי פֵּיאוֹת וֶועל אִיךְ אִים אַרוֹיס נֶעמֶען פוּן שְׁאוֹל תַּחְתִּית".


אז דו וועסט קומען ערב ראש השנה וועסטו זען בחוש וואס דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אמאל נאכ'ן זאגן סליחות ערב ראש השנה (חיי מוהר"ן, סימן שה): "אנדערע צדיקים וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אזא ראש השנה, ווי ביי מיר ערב ראש השנה"; ערב ראש השנה ביים ציון אין אומאן איז א געשעעניש וואס מען זעט נישט אין די גאנצע וועלט, דעמאלט קומען אלע צום ציון וואו מען וויינט צום אייבערשטן ער זאל אונז אנשרייבן א גוט יאר און מיר זאלן שוין ארויס גיין פון אונזער גלות; טייכן טרערן ווערן פארגאסן ביים ציון שוין פון ליל זכור ברית, יעדער איינער איז זיך מתוודה פארן אייבערשטן און מען נעמט זיך פאר צו זיין גוט דעם נייעם יאר, מען זאגט דעם תיקון הכללי מיט'ן האפענונג אז מען וועט אלעס פאררעכטן.


קודם קום אויף שבת און אויף ערב ראש השנה, אפשר וועסטו פארשפעטיגן וכו' - וועסטו זוכה זיין צו בלייבן אין אומאן און באקומען די אלע הבטחות וואס דער רבי האט צוגעזאגט.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#4 - דארף איך ממש איבערדרייען די וועלט צו קומען קיין אומאן אויף ראש השנה?
אומאן, בחור, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ארץ ישראל וואס איז זיך זייער מחזק מיט די שיעורים און די בריוו, א גרויסן דאנק.


עס ווערט שוין נענטער צו ראש השנה, און איך וויל זייער שטארק פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, אבער איך האב אסאך מניעות אויף דעם.


ביי מיינע עלטערן און ביי מיין קהלה איז דאס זייער אן אפגעפרעגטע זאך, מיינע עלטערן וועלן זיין ברוגז און מיין ישיבה וועט מיר ארויסווארפן, אויב וועל איך פארן קיין אומאן. און נאכדערצו אז איך שטיי יעצט אין שידוכים, און כאטש וואס איך ווייס אז אומאן וועט מיר נאר צוהעלפן פאר א שידוך, אבער אז מ'וועט מיר ארויסווארפן פון ישיבה און איך וועל ווערן אפגעפרעגט ביי מיין קהלה, האב איך מורא אז דאס וועט מיר שאטן. און פון די אנדערע זייט האב איך אויך נישט קיין געלט צו פארן.


בקיצור איז מיין שאלה צי איך דארף ממש איבערדרייען די וועלט און פארן קיין אומאן, נישט קוקן אויף קיין שום זאך? אדער זאל איך ווארטן אויף נאכדעם וואס איך וועל חתונה, און דעמאלט וועט עס האפנטליך זיין אביסל גרינגער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך קען דיר נישט זאגן אז דו זאלסט קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, איך קען דיר אבער מחזק זיין און געבן צו פארשטיין דאס גרויסקייט פון קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, נאכדעם וועסטו אליינס מאכן די ריכטיגע החלטה.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", און איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה? קיינער טאר נישט פעלן. "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ, וּמְקֹרָב אֵלָיו, יִהְיֶה עַל ראשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", דער רבי האט געהייסן מען זאל מודיע זיין פאר אלע מענטשן וואס גלייבן אין אים, אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה,"וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, 'אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם'", און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.


ווען עס ווארט אויף א מענטש א שווערע משפט, וועט דער מענטש גיין צו די גרעסטע לויערס (עורך דין) זיי זאלן עפעס טון פאר אים, זיי זאלן פרובירן אים מצדיק זיין. מען קוקט נישט אויף גארנישט און קיין שום זאך קען אפהאלטן דעם מענטש פון פארן צום גרעסטן לויער; אין אזא מצב קוקט מען נישט אויף געלט, מען קוקט נישט אויף קיין חברים, אפילו נישט אויף משפחה, מען קוקט נאר אויף זיך. מען מאכט זיך א חשבון: 'וואס האב איך צו פארלירן? עס ווארט דאך אויף מיר אזא שווערע משפט וכו' וכו'', ווער רעדט נאך אז עס ווארט א משפט פון טויט שטראף רחמנא לצלן, דעמאלט וועט א מענטש טון אלעס אויף דער וועלט צו ווערן געראטעוועט.


יעצט פרעג איך דיר, עס ווארט אויף אונז אלע א גרויסן משפט; ראש השנה גייט מען אונז אלע משפט'ן, מִי יִחְיֶה, וּמִי יָמוּת, מִי בָּאֵשׁ, וּמִי בַּמַּיִם; אלע שרעקליכע טראגעדיעס וואס מען הערט דורכאויס דעם גאנצן יאר השם ישמרינו - ווערט אלעס אנגעשריבן אום ראש השנה, יעדן טאג ווערן אוועקגעריסן יונגע מענטשן, מענער און פרויען, יונגע קינדער בלייבן אן עלטערן ה' ירחם, אלע שפיטעלער זענען אנגעפילט מיט אידישע קינדער לא עלינו, מיט נאך פילע צרות וואס גייען אריבער אויף מענטשן; און אז עס איז דא א צדיק וואס האט צוגעזאגט אז ראש השנה קען ער יעדן איינעם העלפן, ער קען אונז אלע מתקן זיין; אזוי ווי רבי נתן שרייבט - וואס דער רבי האט אים געזאגט (שם, סימן תז): "אָמַר, שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם, אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", אז אפילו מענטשן וואס דער רבי קען א גאנץ יאר נישט העלפן, קען ער זיי אבער העלפן און פאררעכטן אום ראש השנה, - איז נאך דא א ספק יא פארן אדער נישט פארן?


דער זוהר הקדוש זאגט (שלח, קנח): אז ווען כָּלֵב האט געזען ווי משה רבינו האט נאר געבענטשט יהושע בן נון ער זאל ניצול ווערן פון די מרגלים און אים נישט, "אִשְׁתְּמִיט מִנַּיְיהוּ", האט ער זיך אוועק געכאפט פון די מרגלים, "וְאָתֵי לְגַבֵּי קִבְרַיָּיא דַּאֲבָהָן, וְצַלֵּי תַּמָּן צְלוֹתֵיהּ", און ער איז געגאנגען קיין חברון צו קברי צדיקים מתפלל זיין ער זאל נישט פארכאפט ווערן מיט די עצת מרגלים צו קריגן אויף משה רבינו, פרעגט דער זוהר א שטארקע קשיא: "ווי אזוי קען זיין אז כלב איז געגאנגען קיין חברון מתפלל זיין ביי די מערת המכפלה איינער אליין, עס זענען דאך דארטן געווען די בני ענק - די ריזן מענטשן, ער האט נישט מורא געהאט פון זיי?" נאר ענטפערט דער זוהר הקדוש: "מַאן דְּאִיהוּ בְּדוֹחֲקָא, לָא אִסְתָּכַּל מִדִי", ווער עס איז אין א צרה קוקט נישט אויף גארנישט, "כַּךְ כָּלֵב, בְּגִין דְּהֲוָה בְּדוֹחֲקָא, לָא אִסְתָּכַּל מִדִי", אזוי אויך, ווען כלב האט געזען אז ער איז אין א גרויסע סכנה האט ער נישט געקוקט אויף קיינעם, "וְאָתָא לְצַלָּאָה עַל קִבְרֵי אֲבָהָן, לְאִשְׁתְּזָבָא מְעֵיטָא דָּא", ער איז געלאפן צו קברי צדיקים מתפלל זיין זיך צו ראטעווען פון די מרגלים, און ער האט נישט געקוקט אויף די בני ענק.


אזוי אויך ווען א מענטש דערזעט זיך אין א מצב ווי ער פאלט אראפ אין עבירות ער קען זיך נישט דערהאלטן, בפרט ווען מען פאלט אראפ אין די גראבע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, מען זינקט אין די נ' שערי טומאה און מען איז שוין אין שאול תחתית ומתחתיו, ווען אזא מענטש וויל זיך ארויסרייסן פון די טומאה און ער הערט אז עס איז דא א רבי וואס האט מבטיח געווען (חיי מוהר"ן, סימן רכה): אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און זאגן דארט דעם תיקון הכללי - די צען קאפיטלעך תהילים (קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות: "וועל איך מיר לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתית"; אזא איינער קוקט נישט אויף קיינעם און טראכט נישט פון קיינעם, ער קוקט אויף זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#3 - דער ענין צו רעדן ווייניג אום ראש השנה, איז אויך ביים רעדן צום אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, שאלות, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דאס וואס דער רבי זאגט אז מ'זאל ווי ווייניגער רעדן אום ראש השנה, מיינט אויך מ'זאל ווייניג רעדן צום אייבערשטן אום ראש השנה?


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים, כ"ד אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כא): "בְּרֹאשׁ־הַשָּׁנָה בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן, צְרִיכִין לְמַעֵט בְּדִבּוּר מְאֹד מְאֹד", ראש השנה דארף מען זייער אכטונג געבן צו רעדן וואס ווייניגער, "וְאָמַר: שֶׁאָדָם גָּדוֹל צָרִיךְ לְדַקְדֵּק בָּזֶה בְּיוֹתֵר", נאך האט דער רבי געזאגט אז א גרויסער מענטש דארף נאך מער אכטונג געבן נישט צו רעדן קיין איין איבעריגע ווארט ראש השנה, "עַל־כֵּן הוּא אֵינוֹ אוֹמֵר בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן אֲפִלּוּ הַפַּיִט, רַק מַה שֶּׁיָּסַד רַבִּי אֶלְעָזָר הַקָּלִיר, אֲבָל שְׁאָר הַפַּיִט אֵינוֹ אֹמֵר, מֵחֲמַת שֶׁאָדָם גָּדוֹל צָרִיךְ לְדַקְדֵּק אָז בְּיוֹתֵר לִבְלִי לְדַבֵּר שׁוּם דִּבּוּר שֶׁאֵינוֹ מֻכְרָח", דעריבער האט דער רבי זיך געפירט נישט צו זאגן די אלע פיוטים ראש השנה, ער האט נאר געזאגט נאר די פיוטים וואס דער הייליגער רבי אלעזר הקליר האט מתקן געווען, ווייל ראש השנה דארף מען זייער אכטנג נישט צו רעדן נאר וואס מען מוז.


אזוי פירן זיך טאקע אלע אנשי שלומינו מדור דור נישט צו רעדן ראש השנה; מען איז מקבל אויף זיך א 'תענית דיבור' אויף גאנץ ראש השנה, ווייל ראש השנה איז מען דן דעם מענטש אויף אלע זיינע מעשים, און דער רבי זאגט בשם דעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו אז פאר מען איז גוזר א גזירה אויפן מענטש שטעלט מען פאר דעם מענטש ער זאל זיך אליינס פסק'נען און דער מענטש פסק'נט וואספארא שטראף מען זאל אים געבן (עיין ליקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קיג) דאס הייסט דער מענטש שמועסט פון אנדערע, ער דערציילט וואס א צווייטער האט געטון, פרעגט אים איינער: "וואס זאגסטו אויף דעם?" און ער פסק'נט אפ אז מען דארף יענעם געבן אזאנס און אזעלעכס, ער כאפט נישט אז ער האט זיך יעצט אליינס גע'פסק'נט. דער אייבערשטער הערט צו יעדעס ווארט וואס א מענטש רעדט אויף א צווייטן, און אזוי שטראפט מען דעם מענטש זעלבסט. דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו רעדן אויף א צווייטן א גאנץ יאר, בפרט ראש השנה וואס דעמאלט זענען די ספרי חיים און ספרי מתים אפען (ראש השנה לב:); דעריבער פירן זיך אנשי שלומינו נישט צו רעדן א גאנץ ראש השנה. וואויל איז דעם וואס פירט זיך מיט די הנהגה.


אבער ווען עס קומט צו רעדן צום אייבערשטן דעמאלט איז 'כל המרבה בתפילה הרי זה משבח', ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן און מען בעט אים ער זאל רחמנות האבן איז מען מער פארזיכערט צו האבן א גוט יאר.


ראש השנה איז א צייט וואס מען קען פועל'ן גרויסע ישועות; חכמינו זכרונם לברכה רעכענען אויס גרויסע ניסים וואס האט אלץ פאסירט אום ראש השנה (ראש השנה יא.) ראש השנה זענען די הייליגע אמהות שרה אמינו, רחל אמינו און חנה נפקד געווארן מיט קינדער; ראש השנה איז יוסף ארויס פון תפיסה; ראש השנה האט זיך אויפגעהערט די ארבעט פאר די אידן אין מצרים; ראש השנה איז א צייט וואס מען קען פועל'ן קינדער, ערליכע קינדער און נחת פון די קינדער; ראש השנה קען יעדער איינער זוכה זיין ארויס צו גיין פון זיין אייגענע תפיסה, אזוי ווי יוסף הצדיק איז ארויס פון תפיסה; ראש השנה קען מען פועל'ן פרנסה בניקל, מען זאל נישט דארפן ארבעטן אזוי ביטער שווער, אזוי ווי די שיעבוד מצרים האט זיך אויפגעהערט ראש השנה.


מיר געפונען ביי חנה - שמואל הנביא'ס מאמע אז זי איז געהאלפן געווארן ראש השנה, נאר ווייל זי האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (שמואל-א א, יב): "וְהָיָה כִּי הִרְבְּתָה לְהִתְפַּלֵּל לִפְנֵי ה'", חנה האט אסאך געדאווענט צום אייבערשטן פאר קינדער ביז זי איז געהאלפן געווארן, זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (ירושלמי ברכות פרק ד, הלכה א): "שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה בִּתְפִלָּה נֶעֱנֶה"; פון דא זעט מען אז דורכדעם וואס מען דאווענט און מען בעט אסאך דעם אייבערשטן ווערט מען געהאלפן.


זעט מען אז ראש השנה איז א צייט וואס מען קען פועל'ן מיט אסאך תפילה אלע ישועות.


דער אייבערשטער זאל אונז געבן א גוט יאר, אידישע קינדער זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן - יעדער איינער פון זיין אייגענע גלות, און מיר זאלן שוין אלע זוכה זיין צו די גאולה כלליות.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#2 - קען מען זינדיגן און זיך פארלאזן אויף אומאן? אויב קען מען תשובה טון, וועט דאך יעדער זינדיגן?
אומאן, תשובה, אמונת חכמים, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך פון אייך איבער די גרויסקייט פון פארן ראש השנה קיין אומאן, און וויפיל מוהרא"ש זי"ע האט אויך גערעדט פון דעם, איך פארשטיי אבער נישט עטליכע זאכן איבער דעם.


א. האט מוהרא"ש טאקע געמיינט צו זאגן אז א מענטש קען זינדיגן, און ווייל ער פארט קיין אומאן וועט ער נישט געשטראפט ווערן אויף דעם?


ב. איז דען דא א מענטש - סיי ווער ס'זאל נאר זיין - וואס קען צוזאגן א גוטע יאר אדער אנדערע גוטע זאכן?


ג. זענען דען נישטא קיין מענטשן וואס זענען געווען ראש השנה אין אומאן, און זיי האבן יא געהאט צרות יענע יאר?


ד. אויך זאגט איר אסאך אז ס'איז נישטא אזא זאך אז א איד זאל נישט קענען תשובה טון, ווי אזוי שטימט דאס מיט דעם וואס חז"ל זאגן "כל האומר אחטא ואשוב אין מספיקין בידו לעשות תשובה", אז איינער וואס זינדיגט און זאגט אז ער וועט שוין נאכדעם תשובה טון, קען ער נישט תשובה טון, זעט מען דאך אז ס'העלפט נישט קיין תשובה פאר אזא מענטש?


ה. ווען מ'זאגט אז יעדער קען תשובה טון, קען דאס דאך מאכן אז מענטשן - און ספעציעל בחורים - זאלן מיינען אז זיי קענען זינדיגן און זיי וועלן שוין שפעטער תשובה טון, אפשר טאקע וועגן דעם האבן חז"ל אונז געזאגט אז אויף אזא פאל העלפט נישט קיין תשובה?


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל דיר ענטפערן על ראשון ראשון, ועל אחרון אחרון.


א - וואס האט פארן קיין אומאן מיט גיין זינדיגן?! די מענטשן וואס קומען ראש השנה קיין אומאן פארן אהין זוכן א וועג ווי אזוי צו מתקן זיין וואס זיי האבן פוגם געווען.


דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט מיט א שטארקע הבטחה (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים (קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות, "וועל איך מיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתיות".


עס זעט מיר אויס פון דיין שאלה אז דו ווייסט נישט וואס אומאן איז. ווער עס איז נאך נישט געווען אין אומאן ראש השנה, דער קען זיך נישט פארשטעלן וואס עס טוט זיך אפ ביים רבינ'ס ציון; דער ציון ווירבלט ווי א בינען נעסט, פיר און צוואנציג שעה איז דער ציון באלאגערט מיט טויזנטער אידן וואס וויינען און שרייען צום אייבערשטן.


די אנלויף ביים ציון הייבט זיך אן ערב ראש השנה, דעמאלט קומען אלע צום ציון וואו מען וויינט צום אייבערשטן ער זאל אונז אנשרייבן א גוט יאר און מיר זאלן שוין ארויס גיין פון אונזער גלות; טייכן טרערן ווערן פארגאסן ביים ציון שוין ערב ראש השנה, ממש אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שה): "אנדערע צדיקים וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אזא ראש השנה, ווי ביי מיר ערב ראש השנה"; יעדער איינער איז זיך מתוודה פארן אייבערשטן און מען נעמט זיך פאר צו זיין גוט דעם נייעם יאר. די געדרענג ביים ציון איז ממשיך ביתר שאת וביתר עוז במשך ראש השנה, רונדע דעם זייגער שטייען אידן און וויינען זיך אויס ביים ציון, מען זאגט די תיקון הכללי מיטן האפענונג אז מען וועט אלעס פאררעכטן; דעריבער פארשטיי איך נישט וואס דו שרייבסט מיר מיט אזא ברייטע שפראך כאילו מען פארט אויף אומאן פאר א צווייטע סיבה.


ב - דיין צווייטע שאלה איז שוין אביסל איבערגעטריבן, עס הערט זיך ווי דו האסט נישט באקומען קיין חינוך אויף אמונת צדיקים און עס איז אביסל חוצפה'דיג; אוודאי איז דא אזא זאך אז מען זאל צוזאגן פאר א מענטש א גוט יאר, די הייליגע חכמים זאגן (מועד קטן טז:) אויפן פסוק (שמואל-ב כג, ג): "אָמַר אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל, לִי דִבֶּר צוּר יִשְׂרָאֵל, מוֹשֵׁל בָּאָדָם, צַדִּיק מוֹשֵׁל יִרְאַת אֱלֹקִים", מַאי קָאָמַר? אָמַר רַבִּי אַבָּהוּ, הָכִי קָאָמַר: אָמַר אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל: לִי דִבֶּר צוּר יִשְׂרָאֵל, אֲנִי מוֹשֵׁל בָּאָדָם, מִי מוֹשֵׁל בִּי - צַדִּיק, שֶׁאֲנִי גוֹזֵר גְּזֵרָה וּמְבַטְּלָהּ", דער אייבערשטער מאכט גזירות און דער צדיק איז עס מבטל; א צדיק האט א כח אראפצונעמען גזירות פון מענטשן, און בענטשן אלעמען מיט אלעס גוטס.


ג - אויף דיין דריטע שאלה וויל איך דיר ענטפערן מיט א פראגע: "וואס טוסטו ווען דו שפירסט זיך נישט גוט? דו גייסט צום דאקטער; פארוואס גייסטו צום דאקטער? מען זעט דאך אמאל אז דער דאקטער היילט נישט אויס?!" אזוי אויך ווען עס ווארט פאר איינעם א שווערע משפט, "פארוואס זאל ער נעמען פאר גרויס געלט אן אדוואקאט וואס זאל אים פארטיידיגן, מען זעט דאך אסאך מאל אז אפילו מיט א לויער קומט מען אן אין תפיסה?" דאס איז ביי א דאקטער און א לויער וואס קענען טאקע נישט העלפן, דאך פראבירט א מענטש צו טון אלעס אויף דער וועלט זיך צו קענען ראטעווען, כל שכן ווען עס ווארט אויף אונז אלע א גרויסן משפט, וואס: "וְכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן, כְּבַקָּרַת רוֹעֶה עֶדְרוֹ, מַעֲבִיר צֹאנוֹ תַּחַת שִׁבְטוֹ, כֵּן תַּעֲבִיר וְתִסְפֹּר וְתִמְנֶה וְתִפְקֹד נֶפֶשׁ כָּל חָי, וְתַחְתֹּךְ קִצְבָה לְכָל בְּרִיּוֹתֶיךָ, וְתִכְתֹּב אֶת גְּזַר דִּינָם" - דארף דאך א מענטש טון אלעס אויף דער וועלט צו באקומען א גוטער לויער וואס וועט אים פארטיידיגן און העלפן ניצול ווערן פון די שלעכטע גזירות.


ראש השנה גייט מען אונז אלע משפט'ן: "מִי יִחְיֶה, וּמִי יָמוּת, מִי בָּאֵשׁ, וּמִי בַּמַּיִם"; אלע טראגעדיעס וואס מען הערט במשך דעם יאר השם ישמרינו - ווערט אנגעשריבן ראש השנה. יעדן טאג ווערן אוועקגעריסן יונגע מענטשן - מענער און פרויען; יונגע קינדער בלייבן נעבעך אן עלטערן ה' ירחם; אלע שפיטעלער זענען לא עלינו פול מיט אידישע קינדער; יעצט לאמיר דיר פרעגן, אז עס איז פארהאן א צדיק וואס האט צוגעזאגט אז ראש השנה קען ער יעדן איינעם העלפן און ער קען אונז אלע מתקן זיין; אזוי ווי ר' נתן שרייבט - וואס דער רבי האט אים געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תז): "אָמַר, שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם, אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", אפילו מענטשן וואס דער רבי קען א גאנץ יאר נישט העלפן, אבער ראש השנה קען ער יעדן איינעם פאררעכטן – נו וואס איז בכלל די פראגע? מען הייבט זיך אויף און מען פארט צום רבי'ן.


ד - עס איז נישט דא קיין עבירה וואס מען זאל נישט קענען תשובה טון דערויף. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נח, ח): "אֵין מַכָּה בָעוֹלָם שֶׁאֵין לָהּ רְפוּאָה", עס איז נישט דא קיין מכה וואס עס זאל נישט זיין אויף דעם א רפואה, "רְפוּאָתוֹ שֶׁל יֵצֶר הָרַע - תְּשׁוּבָה", דער רפואה אויפן יצר הרע איז תשובה; נאך זאגן חז"ל (תנחומא הישן וירא, סימן טז): "שֶׁאִם בְּיַד אָדָם כַּמָּה עֲוֹנוֹת וְהוּא שָׁב לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, הוּא מַעֲלֶה עָלָיו כְּאִילוּ לֹא חָטָא", אז א מענטש האט אסאך געזינדיגט און ער טוט תשובה, רעכענט אים דער אייבערשטער כאילו ער האט נישט געזינדיגט; אויף אלעמען קען מען תשובה טון, איי דאס וואס חז"ל זאגן (יומא פה:): "הָאוֹמֵר, אֶחֱטָא וְאָשׁוּב, אֶחֱטָא וְאָשׁוּב, אֵין מַסְפִּיקִין בְּיָדוֹ לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה"? דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען קען נישט תשובה טון, נאר "אֵין מַסְפִּיקִין" איז טייטש אז עס וועט אים זיין שווערער תשובה צו טון, ווייל ער איז שוין צוגעוואוינט צו זינדיגן און עס זעט אים אויס ווי א היתר, ער מיינט עס איז א שפיל; אבער אז א מענטש איז מחליט: 'עד כאן! פון יעצט וועל איך זיין אן ערליכער איד, איך לאז אפ אלע מיינע שלעכטע מעשים', ווערט זיכער אנגענומען זיין תשובה.


ה - ווען מען ווייזט פארן מענטש דאס רחמנות וואס דער אייבערשטער האט אויף אונז, ווי דער אייבערשטער שטייט און ווארט מיר זאלן תשובה טון און זיך צוריק קערן צו אים, דאס מאכט מען זאל אנהייבן פונדאסניי און דאס געבט א חשק פארן מענטש זיך צו שטארקן אויף זיינע נסיונות. דער סיבה פארוואס מענטשן פאלן אראפ אין עבירות איז נישט ווייל זיי טראכטן: 'מיר וועלן שוין תשובה טון', נאר ווייל זיי טראכטן: 'מיר זענען שוין סיי ווי פארפאלן, מיר גייען שוין סיי ווי אין גיהנום' - דאס איז דער סיבה פארוואס מען טוט עבירות. הלוואי זאלן מענטשן געדענקען און טראכטן שטענדיג אז מען קען תשובה טון, דאן וואלט קיינער נישט געגאנגען טון עבירות, מען וואלט נאר עוסק געווען אין תשובה.


היוצא מדברינו: ווער עס וויל רחמנות האבן אויף זיין נפש, רוח און נשמה, ער וויל פאררעכטן זיינע מעשים - זאל קומען קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון כאטשיג איין מאל אין לעבן; עס איז נאך נישט געווען א צדיק זייט די וועלט שטייט וואס זאל מבטיח זיין מיט אזא שטארקע הבטחה צו מתקן זיין יעדן איינעם - אזוי ווי דער הייליגער רבי. פארשטייט זיך אז דער ס"מ טוט זיינס, ער מאכט ליצנות פון רבי'ן, ער מאכט ליצנות פון אומאן און פון תיקון הכללי וכו' וכו'; אבער א מענטש מיט אביסל שכל מאכט זיך א פשוט'ער חשבון: 'עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס האט צוגעזאגט אז ער וועט א טובה טון פאר דעם וואס וועט קומען צו זיין ציון; עס קומט א נייע יאר, איך דארף ישועות, רפואות, פרנסה, נחת וכו' וכו', איך קוק נישט אויף קיינעם, איך אנטלויף צום הייליגן רבי'ן'.


אז דו וועסט האבן אמונת חכמים וועסטו האבן א גוט לעבן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - קען מען שיקן א שליח קיין אומאן אויף ראש השנה?
אומאן, תפלות אויף אידיש, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זייער שטארק פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, ס'זעט אבער נישט אויס אז איך זאל דאס קענען באווייזן, האב איך געוואלט פרעגן אויב מ'קען שיקן א שליח קיין אומאן, וועט דאס זיין פאר מיר א תיקון?


זלמן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד זלמן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג נישט אז דו קענסט נישט זיין אין אומאן אויפן קומענדיגן יאר ראש השנה הבא עלינו לטובה; ביז אומאן האבן מיר נאך אסאך צייט. אויב דו וועסט יעדן טאג מתפלל זיין צום אייבערשטן אז דו ווילסט זיין ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן, קענסטו נאך זוכה זיין צו זיין דאס יאר אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן.


אז דו וועסט רעדן מיט ברסלב'ע חסידים וועסטו הערן ווי יעדער איינער האט זיין מעשה ווי אזוי ער איז בייגעקומען זיינע מניעות. די אלע צענדליגער טויזנטער אידן וואס קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, יעדער פון זיי האט זיינע מניעות וואס ער דארף דורכגיין ביז ער איז זוכה צו זיין אין אומאן; קיינער קומט נישט צום רבי'ן באקוועם, נאר אלע וואס קומען גייען אריבער שווערע מניעות ביז מען איז זוכה צו זיין ראש השנה אין אומאן.


אז מען מאכט תפילה און התבודדות א גאנץ יאר איז מען זוכה אנצוקומען צו דעם הייליגן פלאץ, אזוי ווי די בת מלך האט געזאגט פארן שני למלכות (סיפורי מעשיות, מעשה א מאבידת בת מלך) ווען ער האט איר געפרעגט: "ווי אזוי קען איך דיר ארויס נעמען פון די פלאץ פון די נישט גוטע?" האט זי אים געזאגט: "דו קענסט מיר נישט ארויס נעמען פון דא נאר אז דו וועסט זיך אויסקלויבן א פלאץ וואו דו וועסט דארט זיצן א גאנץ יאר, און ווען דו וועסט האבן אביסל צייט זאלסטו בענקען און האפן און וועלן מיר ארויסנעמען פון דא"; דאס גייט ארויף אויף התבודדות. אז מען בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס וואס מען דארף מתקן זיין דעמאלט איז מען זוכה צו אלע תיקונים.


דערפאר בעט איך דיר, זיי זיך נישט מייאש! מיר האבן א גרויסער באשעפער וואס הערט צו די תפילות וואס מען בעט אים, בעט יעדן טאג: "רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל קענען זיין ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה אין אומאן. דער רבי האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט קומען צו אים אויף ראש השנה וועט ער מתקן זיין; דער רבי האט געזאגט: "אפילו מענטשן וועם איך קען נישט מתקן זיין דורכן יאר, אבער אז זיי וועלן קומען ראש השנה דעמאלט קען איך יעדן איינעם ברענגען צו זיין תיקון". הייליגער באשעפער! העלף מיר איך זאל האבן שכל רחמנות צו האבן אויף מיר אליינס; איך האב דאך אזוי פיל געזינדיגט אין עבירות, בפרט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, וואס אויף דעם שטייט (משלי ב, יט): "כָּל בָּאֶיהָ לֹא יְשׁוּבוּן וְלֹא יַשִּׂיגוּ אָרְחוֹת חַיִּים", אבער עס איז דא א רבי וואס זאגט צו אז ער קען יא מתקן זיין דעם מענטש, בעט איך דיר טאטע זיסער, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן אויף אלע מניעות וואס איך האב און איך זאל זוכה זיין צו קענען זיין אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס ציון און זאגן דארט דעם תיקון הכללי".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו תִּכְלֶה שָׁנָה וְקִלְלוֹתֶיהָ, תָּחֵל שָׁנָה וּבִרְכוֹתֶיהָ, אמן.