די מפיצים פון בית שמש, עפענען אן אייגענעם בית דפוס
ה ניסן תשפ"א 📝
א געהויבענע מעמד איז פארגעקומען פאריגע וואך דינסטאג אין בית שמש, ווען צענדליגע מפיצים זענען זיך צוזאם געקומען מיטן ציל אויפצושטעלן א לאקאלער בית הדפוס צו קענען דרוקן גליונות און קונטרסים אין שטאט.
די מפיצים אין בית שמש זענען ענערגישע פלייסיגע בחורים און אינגעלייט וואס וואוינען ארום דער שטאט, און פארשפרייטן טאג און נאכט די היילגע ברסלבע ספרים, גליונות, קונטרסים עצתו אמונה, קארטלעך, דיסקס, איבעראל ווי נאר מעגליך, אין די בתי מדרשים, אין די הייזער, און ביי די קברי צדיקים אין די געגענט.
ביז יעצט פלעגן די מפיצים קומען צו פארן יעדע וואך צום גרויסן הפצה צענטער אין ירושלים און נעמען פון דארט הונדערטער גליונות היכל הקודש, און פילע אנדערע הפצה מאטריאל. די מפיצים פארציילן ווי ווייט אידין לעבן אויף מיט די זאכן, און ווי פון וואך צו וואך קומען צו פרישע מפיצים, ביז מען האט שוין דערגרייכט צו מפיץ זיין איבער טויזנט גליונות יעדע וואך.
צוליב דעם, האבן די מפיצים פון בית שמש באשלאסן אז עס איז צייט צו קויפן אן אייגענעם דרוק מאשין פאר די שטאט, און אזוי וועט מען גרינגער קענען צושטעלן טויזנטער גליונות יעדע וואך לכל דכפין. איינע פון די אינגעלייט הרב יצחק ראטה הי"ו האט דאן פארגעשלאגן זיין שטוב, מען זאל קענען דארט פלאצירן דער מאשין, און אז ער נעמט זיך אונטער בעז"ה אנצופירן דאס דרוקן. דערנאך האט הרב אהרן גאלדשטיין הי"ו זיך אנגערופן אז ער נעמט אויף זיך בעז"ה די פינאנציעלער עול אויסצוהאלטן דער בית הדפוס מיט געלט.
געזאגט און געטון מיטן אייבערשטנ'ס הילף, דער נייער דרוק מאשין איז שוין ב"ה אויפן וועג. עס דארף באצייכענט ווערן אז דאס איז שוין דער פערטער בית הדפוס וואס די תלמידים פון ראש ישיבה שליט"א עפענען אין די לעצטע יאר אין ארץ ישראל.
בשעת דעם מעמד האבן זיך פילע אינגעלייט און בחורים אונטערגענומען צו שאפן שיינע סכומים יעדע חודש פאר די הוצאות, אויך האט מען ארומגעשמועסט פון די גרויסקייט פון הפצה און מחיה זיין אידן. און איבער דעם אז "ברסלב זוכט נישט צו ווערן גרעסער, נאר אז נאך א איד'ס לעבן זאל ווערן בעסער".
מיט דעם אלעם, דארף מען נאך אסאך פינאנציעלע הילף. ווער עס וויל זיין א טייל פון דעם הייליגן אונטערנעמענוג, קען זיך פארבינדן מיט די אנפירער פונעם בית הדפוס, הרב יצחק ראטה 011-972-50-4199-751 אדער הרב אהרן גאלדשטיין 011-972-55-6757-807. אויך קען מען מנדב זיין דורך די "נדרים פלוס" פלאטפארמע.
💳 צו מנדב זיין פאר בית הדפוס אין בית שמש
📸 דער שיינער מעמד
📸 דער ראש ישיבה שליט"א גיבט א שיעור אין בית שמש - טבת תש"פ
📸 הפצה אקטיוויטעטן אין צפת
📜 איבער עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין בית שמש
📰 בחורים אין ארץ ישראל זענען מפיץ פארגאנגענעם פורים
📰 מרכז הפצה ירושלים פארברייטערט זיך - שבט תשפ"א
📰 בני ברק עפענט אן אייגענע בית הדפוס - שבט תשפ"א
📰 ירושלימער בית הדפוס ווערט געעפענט - אייר תש"פ
📰 דער ראש ישיבה מיט תלמדים אין ארץ ישראל - ניסן תשע"ט