מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די פרייליכע נייעס ביי אנשי שלומינו בכלל, אז דער נייער איבערגעארבעטער "סדר הדלקת נר חנוכה" איז נארוואס ארויס פון דרוק, און איז שוין דא צו באקומען דא אויפן וועבסייט.
דער "סדר הדלקת נר חנוכה היכל הקודש" ווערט יאר יערליך צוכאפט ביי אנשי שלומינו, און איז שוין איבערגעדרוקט געווארן פילע מאל, אבער דאס מאל איז עס פריש איבערגעטייפט געווארן, און איבערגעארבעט געווארן מיט שיינע גרויסע געשמאקע אותיות מאירת עינים, וואס וועט זיין א תענוג רוחני פאר אלע וואס קויפן דאס איין.
דער קונטרס אנטהאלט די גאנצע סדר הדלקת נר חנוכה, בארייכערט מיט גאר שיינע געשמאקע שטיקלעך וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן אין זיינע פילע היילגע ספרים, שיינע געדאנקען און חיזוק ווערטער וואס וועקן אויף אויסצונוצן די גרויסע צייט ביים צידן די הייליגע חנוכה ליכט, און רעדן איבער די גרויסע עת רצון און אז מ'קען דעמאלטס פועלן גאר גרויסע זאכן.
אזוי אויך אנטהאלט דער ספר פילע גאר ווארימע תפילות וואס מוהרא"ש האט געשריבן ספעציעל אויף חנוכה. תפילות אויף פארשידענע ענינים ווי גוטע קינדער, שידוכים, פרנסה, און נאך. תפילות וואס עפענען אויף דאס הארץ צום אייבערשטן, און פועלן גאר גרויסע ישועות.
נאך אן ארבעט פון עטליכע חדשים, 
מען קען קויפן דעם נייעם איבערגעמאכטן "סדר הדלקת נר חנוכה" דא אויפן וועבסייט, און עס באקומען דעליווערט צום טיר. באשטעלט שוין היינט, כדי עס זאל נאך אנקומען באצייטענס בעפאר חנוכה.
אין די לעצטע טעג זענען אויך צוגעקומען נאך פארשידענע נייע אייטעמס אויפן וועבסייט. צווישן זיי פארשידנע "הפצה קארטלעך": ווי "הייב אויף די טעלעפאן", "זייט אייך מחיה", "רעד שיין צו דיין ווייב", "חיזוק פאר די אידישע שטוב", "ווער נישט נערוועז פון דיין ווייב", די אלע קארטלעך זענען בלויז $4.99 פאר א פעקל פון הונדערט שטיק. אזוי איך פארשידענע קונטרסים פון מוהרא"ש זי"ע, ווי "הכי מאושר" ($1.49), "חיים טובים" ($1.49), "כבוד הבעל - כבוד האשה - כבוד חמיו" ($1.99), "הרצון קובע" ($1.49), און נאך פיל, ווי מ'קען זיין אינעם וועבסייט אונטערן קעפל "פרישע סחורה".
אין די זעלבע צייט גייט אן דער גרויסער חנוכה ספעשל אויפן וועבסייט, ווען אלעס קען מען יעצט באקומען פאר 10 פראצענט ביליגער - אלעס אריינגערעכענט, אן קיין אויסנאמען.
📚 דער נייער "סדר הדלקת נר חנוכה" פאר בלויז $2.99
🕎 אין ברסלב סענטער סטאר איז יעצט אלעס 10% ביליגער לכבוד חנוכה

🎁בעסטע חנוכה מתנה: מתנה קארטל פון "ברסלב סענטער"
💳 BreslevCenter.com gift card