אין נאך א רינגעלע אין דעם הערליכע קייט פון דברי חיזוק, שיעורים, דרשות, ניגונים, סיפורים, שמועסן, און פיל מער, וואס מען קען הערן אויפ'ן בארימטן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין, פון וואס די צענדליגע טויזנטער צוהערער פון די גאנצע וועלט שעפן חיות, ווי שוין ברייט באריכטעט דא נישט לאנג צוריק, איז יעצט צוגעקומען א פרישע אפטיילונג אויפן ליין: "נוסח שבת ויום טוב", פון וואס פילע אידן האבן זיך שוין מחי' געווען און וועלן זיך נאך מחי' זיין.
 

מען קען עס טרפען אויפן סיסטעם דורכן דרוקן 1️⃣ פאר אידיש, 5️⃣ פאר היכל נגינה, און 4️⃣ פאר נוסח. דא וועט איר טרעפן א הערליכער אויסוואל פון נוסח לשבת ויום טוב, אין צוגאב צו די נוסח פון ימים נוראים וואס איז שוין געווען ביז יעצט אויפ'ן ליין.
 
דערווייל האט מען שוין ארויפגעלייגט צו קענען הערן די נוסח פון קבלת שבת, קידוש שבת קודש, שוכן עד שבת צופרי, שחרית לשבת, ממקומך, ברכות הפטורה, און ראש חודש בענטשן; אויף יום טוב האט מען שוין געלייגט מערבית און קידוש; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען בקרוב צולייגן נאך אסאך שיינע נוסחות, פון וואס פילע וועלן מיטן אייבערשטנס הילף שטארק הנאה האבן.
 
אויך קען מען דארט הערן "זמירות" פאר שבת קודש און מוצאי שבת קודש, אזוי ווי מען זינגט עס אין ברסלב, מיט נאך שיינע ניגונים וואס מען קען זינגען לכבוד שבת קודש.
מען הערט צוריק ברוך השם פילע גוטע גריסן פון אידן וואס האבן גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם נייעם אפטיילונג.
 
כבד את ה' מגרונך!
📰 200 אינהאלטספולע אינטערוויוס אויף "קול ברסלב"
🛒 קול ברסלב הפצה קארטלעך

📖 שבת קאלעקשאן אויף ברסלב סענטער