קרעדיט: מו"ה סענדי ראטה הי"ו
ווי דער שטייגער אין די לעצטע יארן, האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעגעבן א נייע מוזיק ווידיא איבער "אומאן ראש השנה".
נאך די שטורמישע תקופה וואס מיר זענען אריבער אין די לעצטע 12 חדשים, אנגעהויבן מיט די מיטמאכענישן ווען טויזנטער אידן זענען געווען געשטראנדעט פאר וואכן און זיך געוואלגערט אין פרעמדע לענדער אין א פרואוו אנצוקומען צום רבין אויף ראש השנה, ביז די שוידערליכע טראגעדיעס וואס האט אונז ליידער באטראפן אין די לעצטע חדשים, איז דער יעצטיגער ניגון "באשעפער מאך מיך אויף די טיר" ארויסגעקומען זייער אן עמאציאלער, וואס צושאקעלט די טיפסטע הרגשים פון הארץ פון יעדעם וואס הערט דאס.
דער ניגון וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגעקליבן איז א היילגער התעוררות'דיגער ניגון וואס ווערט געזונגען אין ק"ק בעלזא אויף "דרור יקרא". אפגעכאפט געווארן אין שטוב פון איינע פון אנשי שלומינו הי"ו, אפגעכאפט געווארן דורכן מייסטער ווידיא פאטאגראפיסט מו"ה שרוליק סאמעט הי"ו. מוזיק איז געמאכט געווארן דורכן מוזיקאלישער מומחה מו"ה סענדי ראטה הי"ו. געזונגען געווארן דורכן ראש ישיבה שליט"א אין באגלייטונג פון די טייערע בחורים נ"י פון ישיבה קטנה און די גרעסערע קינדער נ"י פון תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב.
שמעו ותחי נפשכם
🎹 דער נייער מוזיק ווידיא "באשעפער מאך מיר אויף די טיר"!
 
פריערדיגע מוזיק-ווידיאס איבער "אומאן ראש השנה"
🎹 איך כאפ דעם נעקסטן פליגער קיין אומאן
🎹 אומאן ראש השנה!
🎹 ראש השנה אין אומאן
 
📰 לעצטע באריכטן פון גרעניץ אין אוקראינע
📚 לוח ברסלב תשפ"ב
 
פאלגענד איז דער הארציגער ניגון אפגעשריבן ווארט ביי ווארט:
בעלארוס; מאלדאווע - מ'געט א קוק,
ווי זענען מיר געווען א יאר צוריק,
קיינער קוקט נישט - ווי גרויס איז די סכנה,
אין אומן בין איך ראש השנה.
 
פארשטעלט ווי גוים - באדעקט דעם פנים,
מ'רעדט נישט אידיש - מ'קוקט אויף קיינעם,
קיינער ווייסט נישט וואס קומט באלד,
אפשר שלאפן אין א וואלד,
איך מוז דאך זיין ביים רבי'ן - אוי געוואלד!
 
טאטע, האב רחמנות - אויף מיין נשמה,
און ברענג מיר צום רבי'ן אויף ראש השנה,
טאטע, דו ווייסט דאך וואס דער רבי געט פאר מיר,
טאטע זיסער, מאך מיר אויף די טיר.
 
אוי רבי קיינער קען מיך נישט פארשטיין,
אזא רחמנות בין איך - אזוי אליין,
נסיונות, בזנונות, און אויך הפקרות,
 דרוכגעפאלן מיט עבירות.
 
אוי רבי, דער יאר איז געווען זייער שווער!
מיט אזא יצר הרע - איך קען נישט מער!
יעדן טאג א דורכפאל, א שאד פרובירן בכלל,
עס איז אלעס טונקל - איך זע נישט קיין שטראל.
 
אוי טאטע, האב רחמנות אויף מיין נשמה,
ברענג מיר צום רבי'ן אויף ראש השנה,
אוי טאטע, דו ווייסט דאך, וואס דער רבי געט פאר מיר,
אוי טאטע זיסער - מאך מיר אויף דעם טיר.
 
מיר האבן אלע געזען דעם יאר,
א מענטשנ'ס לעבן הענגט אויף א האר,
אין פלארידא און אויף פארענטשעס, און ביים הייליגן רבי שמעון,
אזויפיל מענטשן אומגעקומען.
 
מ'לעבט מיט פאביעס - מיט פחד און שרעק,
אפשר מיין לעבן - קומט צו אן עק,
אוי וויפיל נשמות פון אידישקייט פארקריכן,
אוי וויפיל  קינדער דארפן שידוכים.
 
אוי טאטע, האב רחמנות אויף מיין נשמה!
ברענג מיר צום רבי'ן אויף ראש השנה!
אוי טאטע, דו ווייסט דאך, וואס דער רבי געט פאר מיר!
טאטע זיסער - מאך מיר אויף דעם טיר!