נאכדעם וואס דער ראש ישיבה מיט עטליכע געטרייע תלמידים האבן אריינגעלייגט אומגעהויערע כחות, האט מען ברוך השם זוכה געווען אז מען האט געענדיגט דער גאנצער עירוב ארום דעם גאנצן שטעטל.
הרה"ג ר' יחיאל שטיינמעץ שליט"א א גרויסע מומחה בעניני עירובין, האט איבערגעקוקט דעם גאנצן עירוב, און באשטעטיגט אז אלעס איז געמאכט געווארן כדת וכדין און מען קען נוצן דעם עירוב יעדן שבת קודש.
אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה איז געשטעלט געווארן עטליכע ערליכע משגיחים יראי ה', וואס טוען זייער ארבעט מיט די גרעסטע מאס געטריישאפט, יעדע משגיח קוקט דורך זיין חלק פונעם עירוב יעדע וואך בעפאר שבת קודש, און מאכט זיכער אז איז געבליבן כשר למהדרין מן המהדרין.
דער וועד העירוב האט זיך איינגעקויפט אן "עירוב טראק", אין פאל מען זעט אז דער עירוב דארף תיקונים אויף הויכע ערטער, צום ביישפיל אויף עלעטריק שטאנגען, איז זייער וויכטיג צו פארמאג אזא טראק, וואס העלפט זייער שטארק ארויס צו גרייכן צו די שפיצן פון די זוילן.
עס איז א גרויסע זכיה אנטייל צו נעמען אין די גרויסע מצוה פון תיקון עירובין, עס פארמאגט גרויסע סגולות - בפרט אויף צו געהאלפן ווערן מיט קינדער. דאס אויפהאלטן דעם עירוב, און עס פאררעכטן ווען עס פעלט אויס, ציעט אריין אין גרויסע הוצאות, ווער עס וויל נעמען א חלק אין די געוואלדיגע מצוה קען זיך ווענדן צום ראש ישיבה שליט"א.
מִצְוָה לַחֲזֹר אַחַר שִׁתּוּפֵי מְבוֹאוֹת וּמְבָרֵךְ עָלָיו עַל מִצְוַת עֵרוּב (שלחן עורך אורח חיים סימן שצ"ה, סעיף א)
🎞️ זיכוי הפת אויפן עירוב אין שטעטל - ערב פסח תשפ"א
📰  מעמד זיכוי הפת פארן עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי פארגאנגעם ערב פסח
📰 נייע עירוב טראק אין שטעטל - כסלו תשפ"א
📸 דער ראש ישיבה שליט"א ביים מאכן די ברכה אויפן עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי ערב פסח תשפ"א
📸 דער עירוב טראק פירט דורך פארעכטיגונג ארבעט
📸 מאפע פון עירוב אין שטעטל געשריבן דורכן ראש ישיבה‎ שליט"א
💬 וואס קענען מיר טון געהאלפן צו ווערן מיט קינדער?
📜 אלע בודקים זאלן זיך באטייליגן ביים זיכוי הפת אויפן עירוב
📜 כולל אינגעלייט זאלן העלפן בודק זיין דעם עירוב
📜 אכטונג געבן צו טראגן נאר אין די גרעניצן פונעם עירוב

📜 אין זכות פון העלפן פאר'ן עירוב וועסטו האבן געזונטע ערליכע קינדער