קרעדיט מו"ה יואל ראזענבערג הי"ו
שוין די לעצטע עטליכע יאר, האט דער ראש ישיבה שליט"א זיך איינקוואטירט אין אַן אייגענעם בנין, ווייט ארויס פונעם טומל און געפילדער פון די הויפט גאסן אין שטאט אומאן, ווי אנשי שלומינו טרעפן א ריינעם און רואיגן ווינקל אין אומאן, בעת מען וויילט אין שאטן פון הייליגן רבי'ן אין די הייליגע ראש השנה טעג.
נאכדעם וואס אין די ערשטע פאר יאר האט מען זיך באנוצט מיט בלויז די אונטערשטע שטאקן, האט דער ראש ישיבה ווי שוין באריכטעט געהייסן מען זאל זעהן צו ענדיגן ווי מער צימערן, ווייל מען ערווארטעט דאס יאר אין אומאן גאר א גרויסער ציבור. און אזוי אויך זענען שוין די עקזעסטירנדע צימערן געווען אנגעפילט דאס מערסטע וואס מעגליך.
ברוך השם אז די עושי המלאכה פלייסן זיך צו, אין די צימערן אינעם בנין זעט מען די בוי ארבעט פול אלע זייטן, אלעס ארבעט גאר העפטיג, פלאמבערס, עלעקטערישנס, און בעלי מלאכה וואס לייגן טיילס.
אויך איז באשטעלט געווארן א גרויסע שיפמענט פון נייע בעטן צו קענען אויסשטאפירן די נייע צימערן וואס וועט בעזרת השם זיין גרייט פארן קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט.
מען קען נאך רעזערווירן א בעט ביי הר"ר יחזקאל סאמעט הי"ו אויף 347-452-1936, אדער הר"ר העניך אינדיג הי"ו אויף 845-248-1651.
געדענקט: בלויז א מספר מצומצם פארבליבן, וכל הקודם זכה.
 
📰 מען קויפט שוין טיקעטס קיין אומאן ראש השנה תשפ"ב
📰 בעט רעזערוואציעס אינעם בנין פון אנשי שלומינו
📜 רעד שיין צו דיין ווייב וועט זיך דיר לאזן פארן קיין אומאן אויף ראש השנה
📚 קונטרס "ראש השנה ביי צדיקים"
💿 ניגונים פון תשובה - וואקאליש
📚 קונטרס "קריך ארויס פון שמוץ"
 
📚 קונטרסים אויף שמירת ענינים, עצות און חיזוק