עפארדעבל פלאן אנצוקומען צום הייליג'ן רבי'ן אויף ראש השנה תשפ"ג
ה אלול תשפ"ב 📝
ווי שוין באריכטעט אין "ברסלב סענטער" פאריגע וואך אונטערן קעפל "פלען איט רייט טרעוול שטעלט ארויס די פרטים איבער די באנען פון פוילן קיין אומאן" האט פלען איט רייט געמאלדן אז זיי האבן אויסגעארבעט בסייעתא דשמיא א גרויסארטיגע פלאן אויפן בעסטן וועג וואס איז נאר מעגליך לויט די מצב אין אוקראינע, וויאזוי צו ברענגען אלע אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש פון די עירפארטס אין פוילן ביז קיין אומאן צום בנין פון היכל הקודש.
יענע פלאן וואס קאסט $898 פער מענטש ביידע וועגן, רעכענט אריין באסעס וואס וועלן אפווארטן אלע איינגעשריבענע ביים עירפארט אין פוילן, דערנאך א פלאץ צו דאווענען, א מקוה מיט שויערס, פולע מאלצייטן פון פרישטאג מיטאג און נאכטמאל מיט איבערבייס דורכאויס די גאנצע רייזע, א וועג מיטן באן און מיט א באס ביז אומאן, און אויפן וועג צוריק די זעלבע זאך פלאס אן אפשטעל איבערנאכט אין א האטעל איבערצושלאפן ביז אינדערפרי.
אויפן פארלאנג פון פילע אנשי שלומינו וואס האבן געבעטן אז מען זאל אויך צושטעלן אן עפארדעבל פלאן, האט מען אויסגעארבעט אז מען וועט קענען צושטעלן א טיילווייזע סערוויס פאר בלויז $399 פער מענטש, פאר דעם וועט מען באקומען ביידע וועגן א רייזע מיטן באן פון פוילן ביז אוקריינא, און דערנאך א באס ביז אומאן פאר ביידע וועגן. די מעלה פון דעם פלאן אז עס וועט זיין אסאך ביליגער, אבער פון די אנדערע זייט וועט מען זיך דארפן אליינס באזארגן מיט א פלאץ וואו צו זיין נאכדעם וואס מען קומט אן קיין פוילן ביז דער באן קומט (אויב מען קומט אן אסאך פריער) אדער וועט מען דארפן זוכן א וועג אנצוקומען באצייטענס צום באן (אויב מען קומט אן שפעטער), אויך וועט מען זיך דארפן פארשאפן עסן אויף די גאר לאנגע וועג, אזוי אויך וועט מען נישט האבן קיין ביהמ"ד און מקוה, און די זעלבע זאך אויפן וועג צוריק.
אויף יעדן פאל, דארף מען דאנקען דעם אייבערשטן אז מען קען קומען צום הייליגן רבין אויף דער וועג צי אויף יענער וועג.
דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגט אז "אפילו מען זאל מיר אויסלייגן מעסערס אויף די גאנצע וועג ביזן הייליגן רבינס ציון אין אומאן, וואלט איך אויך נישט מוותר געווען אויף דעם הייליגן נסיעה", כל שכן וכל שכן אז מען קען היינטיגע צייטן אנקומען גרינג צום הייליגן רבין (אויב קוקט מען עס אן רעלאטיוו צום הייליגן רבי נתן'ס צייטן, ווען מען האט געדארפט פארן וואכן מיט פערד-און-וואגן), רייסט זיך ארויס פון מויל "אשרינו מה טוב חלקינו, אז מיר האבן א רבין וואס פארשטייט אונז".
אין זכות פון פאלגן דעם הייליגן צדיק וועט ער זיכער ממליץ טוב זיין פאר אונז ביים יום הדין פארשריבן צו ווערן בספרן של צדיקים גמורים.
אזוי ווי פלעצער זענען זייער בארגרעניצט, מען דארף באשטעלן די באסעס, די באנען, האטעל צימער, עסן און טרונקען לויטן געברויך, דארף מען זיך וואס שנעלער איינשרייבן.
מען קען זיך איינשרייבן ביי מו"ה אפרים פעלדמאן הי"ו 845-587-2421 אדער ביי מו"ה משה בלוי הי"ו 917-636-9026.
אשרינו מה טוב חלקינו שזכינו להתקרב לרבינו