ערליכע אידן לויבן דעם אייבערשטן אין דעם היינטיגן טאג כ"א כסלו
כא כסלו תשפ"ב 📝
היינט דאנערשטאג וישב, כ"א כסלו, ווערט אפגעצייכענט דורך ערליכע אידן איבער די וועלט דער יום ההצלה והשיחרור, ווען דער אייבערשטער האט געראטעוועט דעם גרויסן צדיק דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע, נאכדעם וואס דער צר הצורר די דייטשן מיט זייערע שותפים האבן אויסגעהרגעט רח"ל מיליאנען אידן מיט די גרעסטע מאס אכזריות און רשעות, און חרוב געמאכט אלע קהילות הקודש אין אייראפע, האט דער גרויסער צדיק וקדוש - שוין זייענדיג אויף די עלטערע יארן - אנגעהויבן פון פריש אויפצובויען קהילות קדושת בישראל און אריינגעבלאזן אין די עצמות היבשות א פרישע חיות און האפענונג.
עס איז זייער שווער צו טראכטן וויאזוי מיר וואלטן אויסגעזען ווען נישט דער גרויסער צדיק, שטעלט זיך אראפ ווי א לייב, און פלאנצט איבער די אידישקייט פונדערהיים צו די נייע וועלט פון נאך די מלחמה. דער גרויסער צדיק האט אויפגעפלאמט די ריינע אמונה אין אידישע קינדער, מען זאל וויסן אז נאר דער אייבערשטער פירט די וועלט, און עס איז נישטא אזא זאך ווי "כחי ועוצם ידי", און כסדר דערמאנט פאר די גאנצע וועלט די יסודות פון די הייליגע אמונה אינעם אייבערשטן און נישט ווערן איבערגענומען פון אזוי גערופענע נסים פון רשעים און אפיקרוסים. אזוי אויך האט ער איינגעפלאנצט ביי אידישע קינדער, די מיאוסקייט פון חנופה לרשעים, און פון זוכן זייער כבוד און געלט, נאר מען זאל געדענקען אז נאר תורה ותפילה איז דער איינציגסטער תכלית אויף דער וועלט.
דערפאר אין דעם גרויסן טאג, טוען אלע ערליכע אידן פון די גאנצע וועלט פון אלע שיכטן און קרייזן אויסנוצן דעם גרויסן טאג מיט תודה והודאה צום באשעפער, דאנקען השי"ת "ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדלנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת".
דער הייליגער צדיק דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע ווען ער שרייבט איבערן הייליגן רבין דרוקט ער זיך אויס זייער גרויס, אויף א וועג וואס ער האט קיינמאל גענוצט. אין זיין צוואה וואס ער האט אונז איבערגעלאזט דער ספר הקדוש "ויואל משה" ברענגט דער רבי אראפ דעם משל פון הייליגן רבין איבער די חשיבות פון די פשוטע "תהלים זאגערס", און איבער די גרויסע נסיונות זיך צו האלטן מיט די פשוטע אמונה וואס אידן אין די צייטן פון עקבתא דמשיחא וועלן דארפן דורכגיין, און דער הייליגער סאטמארע רבי פירט אויס "עס איז נישט געווען א צדיק וואס האט אזוי פארשטאנען צום היינטיגן דור ווי דער הייליגער רבי מוהר"ן מברסלב זי"ע".
אויך איז באקאנט צווישן סאטמארע חסידים, ווי דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע פלעגט צו הייסן אריינדרוקן אינעם תהלים "תיקון הכללי פון הרה"ק מוהר"ן מסרסלב זי"ע צו זאגן די צען קאפיטלעך טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ".
און ערליכע אידן וואס גייען אין די וועגן פונעם הייליגן סאטמארער רבין זי"ע פירן זיך טאקע צו זאגן דעם תיקון הכללי יעדן טאג, און אזוי אויך ווערט עס אריינגעדרוקט אין די סאטמארע תהלימ'ס, ביזן היינטיגן טאג.
אי לאו האי יומא, כמה יוסף איכא בשוקא
📚 דער נייער "סדר הדלקת נר חנוכה" פאר בלויז $2.99
🕎 אין ברסלב סענטער סטאר איז יעצט אלעס 10% ביליגער לכבוד חנוכה
🎁בעסטע חנוכה מתנה: מתנה קארטל פון "ברסלב סענטער"
💳 BreslevCenter.com gift card